![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה װירדיק באַערט אין אַרבעטער־רינג
דער אָנדענק פֿון ד"ר מאַרעק עדעלמאַן, װעלכער איז געשטאָרבן דעם 2־טן אָקטאָבער 2009 אין װאַרשע, איז אויך געװאָרן אָפּגעמערקט אין דעם רעפֿעראַט פֿון ח' יצחק לודען אויף דער אײַנדרוקספֿולער און װירדיקער אָנדענק־אַקאַדעמיע צום יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה, װאָס איז אָפּגעריכט געװאָרן אין דעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון אַרטור זיגעלבוים בײַם אַרבעטער־רינג אין תל־אָבֿיבֿ. אין אַן ערנסטער שטימונג פֿון יראת הכּבֿוד פֿאַר די העלדן און מאַרטירער פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד און פֿון דעם גיהנום־לעבן אין די געטאָס און אין די לאַגערן פֿון פּײַן און אומקום, זענען אָנגעצונדן געװאָרן די אָנדענק־ליכט. צװישן די זעקס איבערלעבערס זענען געװען די דיכטערין רבקה באַסמאַן בן־חיים און דער פֿאַרװאַלטער פֿון בית לוחמי הגיטאות, מרדכי אַנוליק און חברים פֿון דעם כאָר און פֿון קולטור־קרײַז. די אַקאַדעמיע איז דערעפֿנט געװאָרן מיט דער אײַנלײטונג פֿון שורא גרינהויז־טורקאָװ, װעלכע האָט רעציטירט בונים העלערס אײַנדרוקס־שטאַרקע פּאָעמע "אין װאַרשעװער געטאָ איז הײַנט חודש ניסן". מיט רעפֿעראַטן װעגן דעם חורבן זײַנען אויפֿגעטראָטן פֿר' שמחה שטיין פֿון בית לוחמי הגיטאות און ח' יצחק לודען, װעלכער האָט גערעדט װעגן די היסטאָרישע לעקציעס און דיסלעקציעס פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ און װעגן דעם היסטאָרישן סימבאָל פֿון דעם 19־טן אַפּריל 1943. מיט אַן אויסװאַל פֿון קװאַליטאַטיװע לידער איז אויפֿגעטראָטן דער כאָר אויפֿן נאָמען פֿון דעם װאַרשעװער געטאָ־העלד מיכאל קלעפּפיש בײַם אָנהייב און בײַם סוף פֿון דער בכבודיקער אָנדענק־ אַקאַדעמיע. זײער אײַנדרוקספֿול איז אויך געװען די אָנדענק־ אַקאַדעמיע אין יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה, װאָס איז געװאָרן דורכגעפֿירט דורך דעם ייִדישפּיל־ טעאַטער אין תל־אבֿיבֿ.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען