אַ פֿײַערלעכער יוביליי־סאַליוט פֿאַר דער באַליבטער שאַנסאָנעט־ און בינע־זינגערין זשעני פֿײַערמאַן װערט געגרייט אויף דעם 23־טן מיי אין בית שלום־עליכם אין תּל־אבֿיבֿ דורך אירע פֿאַרערערס און קאָלעגן פֿון דער קינסטלער־קאָלאָניע אין לאַנד.
לכבוד איר יוֹבֿל װעלן פֿרײַװיליק אויפֿטרעטן: יעלענאַ יאַראָלאָװאַ, מוטי גלעדי, אל. פּאָװאָלאָצקי, װיִטאַלי פּאָדאָלסקי, ראָמאַ אַלעקסײעװ, עלאַ פּאַסיק, מיכאַל ריסקין, יאַנקעלע האַלפּערין, א. אַנד. - און זשעני פֿײַערמאַן מיט איר ייִדיש־פּראָגראַם "מײַנע יאָרן - מײַן רײַכטום". לייטונג: דינה פֿיאַלקאָװסקי. 23.5.2010, 8 אָװנט אין בית שלום־עליכם.