![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
נישט קיין "לעצטער מאָהיקאַנער"
(אויף דער בקשה פֿון לייענער ברענגען מיר נאָכאַמאָל עס איז לעצטנס געװאָרן אַ מאָדע אין דער העברעיִשער פּרעסע זיך צו צעשמעלצן אין לויב פֿאַר ייִדיש און צו באַגלײטן דעם לויב מיט הספּד־דיבּורים װעגן איר אונטערגאַנג. אַן אויסנאַם איז דער "הארץ", אין זכות פֿון זײַן ליטעראַרישן געהילף־רעדאַקטאָר װעלכער איז אַ גרויסער "פּאַטריאָט" פֿון דער ייִדיש־קולטור. חוץ דעם "הארץ" איז די העברעיִשע פּרעסע, אַזוי װי דער גאַנצער יש ראלדיקער עסטאַבלישמענט, אָפּגעקומען אין בעסטן פֿאַל מיט קורצע אָנצוהערענישן װעגן דעם טויט פֿון דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט. עס איז אפֿשר נאָר אַ צופֿאַל, אָבער עס האָט לאַנג נישט געדויערט, און צװײ טעג נאָך סוצקעװערס לװיה איז אין דער סאַמע פֿאַרשפּרײטסטער צײַטונג, אין "ידיעות אחרונות" (דעם 26.01.2010) דערשינען אַן אַרטיקל פֿון ענת פּלאָצקער, אונטערן קעפּל: "דער טויט פֿון אַ קולטור - דער לעצטער מאָהיקאַנער פֿון יידישלאַנד". מיטן לייענען דעם אַרטיקל װערט אָבער קלאָר, אַז דאָס מײנט נישט די שרײַבערין דעם נאָרװאָס פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער אַבֿרהם סוצקעװערן, נאָר אַן אַנדערן ייִדישן דיכטער, װאָס איז געשטאָרבן מיט אַן ערך דרײַסיק יאָר צוריק. עס זײַנען שוין געװען אַ סך "לעצטע מאָהיקאַנער" פֿון דער ייִדיש־קולטור אין דער העברעיִשער פּרעסע אין לאַנד. קיינער פֿון זײ, און אויך נישט דער דיכטער דוד ספֿאַרד, װאָס איז געשטאָרבן אין לאַנד אין יאָר 1981, איז נישט געװען "דער "לעצטער". ענת פּלאָצקער, אַ פֿעיקע שרײַבערין מיט אַ פּובליציסטישן יחוס, אָבער קענטיק מיט נישט גענוגנדיקן װיסן אויף דער דאָזיקער טעמע (דאָס איז נישט איר פֿאָרשונגס־פֿעלד). האָט אָבער, מסתּמא צוליב איר אויבנדערמאָנטן יחוס - איר זיידע איז געװען דער ייִדישער זשורנאַליסט יוסף גאָלדקאָרן, דוד ספֿאַרדס אַ נאָענטער פֿרײַנד), געװאָרן באַאײַנדרוקט פֿון אַ נאָרװאָס אין פּוילן דערשינענער ביאָגראַפֿיע פֿון דוד ספֿאַרד. דאָס איז אַן אַרבעט פֿון אַ פֿאָרשערין, יאָהאַננאַ נאַלעװײַקאָ קוליקאָװ, פֿון װעלכער עַנַתּ פּלאָצקער האָט, זעט אויס, געשעפּט אירע אינפֿאָרמאַציעס. די אויטאָרין פֿון דער "שפּאַנענדיקער ביאָגראַפֿיע" באַצייכנט דוד ספאַרדן, דעם פֿאַרזיצער פֿון דעם קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן אונטערן קאָמוניסטישן רעזשים, װי "אַ בירגער פֿון ייִדישלאַנד" און זי קלערט אויף אירע לייענער - אַז דאָס איז "אַ לאַנד, װאָס שפּרײט זיך אויס פֿון צענטראַל־פּוילן ביז צום ראַנד פֿון דעם תּחום המוֹשבֿ װאָס ענת פּלאָצקער, װי עס שײַנט, װײסט אָבער נישט, איז - אַז דער טערמין "ייִדישלאַנד" איז אַ מעטאַפֿאָרישער באַגריף, װאָס באַצײכנט מיט אים יעדעס אָרט אויף דער װעלט, װוּ ייִדן רײדן ייִדיש. די דאָזיקע ערטער האָבן נישט קיין באַשטימטע גרענעצן. דער גרויסער ייִדישער דיכטער ה. לײװיק האָט באַצײכנט ייִדישלאַנד װי אַ לאַנד, װאָס זײער שײן, װאָס די יונגע שרײַבנדיקע װיסנשאַפֿטלערין אינטערעסירט זיך מיט דער קולטור־טראַדיציע פֿון אירע קרוֹבים און איז, און איז, קענטיק, שטאָלץ מיט איר. עס איז נאָר אַ שאָד, װאָס זי שעפּט דעם װיסן פֿון אַ קענטיק נישט גענוגנדיקן קװאַל, און דעריבער זעט אויס פֿאַר איר דער נאָענטער עבֿר װי אַ װײַטע לעגענדע. דוד ספֿאַרד איז געװען אַ בכּבֿודיקער דיכטער, װאָס האָט פֿאַרלאָזט פּוילן אין די 1960־ער יאָרן און זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין ירושלים, אַן אַנטוישטער אין זײַנע געטער, װעמען ער האָט געדינט אַלע זײַנע יאָרן װי אַ געטרײַער קאָמוניסט. אין קעגנזאַץ צו זײַנע אַנדערע גוֹרל־פֿרײַנד איז ער נישט געװען אַקטיװ אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין לאַנד. ענת פּלאָצקער, אַן אינטעליגענטע שרײַבערין, איז זיך אָבער טועה נישט נאָר אין איר פּירוש פֿון דעם באַגריף "ייִדישלאַנד", נאָר אויך אין איר קאַטעגאָרישער פֿעסטשטעלונג, אַז דער דיכטער דוד ספֿאַרד איז געװען "דער לעצטער מאָהיקאַנער פֿון דער ייִדיש־קולטור" און אַז די ייִדיש־קולטור איז געשטאָרבן. אויך אַברהם סוצקעװער, װעלכער איז געשטאָרבן דרײַסיק יאָר נאָך דוד ספֿאַרדן, איז נישט באַטראַכט געװאָרן װי דער לעצטער מאָהיקאַנער. װײַל - נישט געקוקט אויף דעם װאָס ייִדיש איז אַזוי שטאַרק פֿאַרװוּנדיקט, און נישט געקוקט אויף דער פֿאַרטיליקונג פֿון די מיליאָנען געברויכערס און שאַפֿערס, דערװעקט זי זיך מיט מאַטערניש. זי לעבט און שאַפֿט נײַע יצירות, אַפֿילו אויך אין מדינת־ישראל. די טויזנטיאָריקע ייִדישע קולטור לאָזט זיך נישט פֿאַרניכטן. עס קומט אויף אַ נײַער דור פֿון אירע ליבהאָבערס און אָנהעגערס, און זײ שמידן און װעלן שמידן די גאָלדענע קייט פֿון אַברהם סוצקעװערן און פֿון גלאַטשטײן און לײװיק און מאַנגער און פֿון פֿיל הונדערטער שרײַבער און דיכטער און אויך פֿון דוד ספֿאַרדן און אַנדערע. די נײַע דורות װעלן אָפּגעפֿינען זײערע װאָרצלען און װעלן ממשיך זײַן פֿלעגן און אַנטװיקלען ייִדיש דער הספד איז געװען היפּשלעך פֿריצײַטיק.
יצחק לודען
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען