![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אַלבערט אײנשטײנס טעאָריע אויף ייִדיש
55 יאָר נאָכן טויט פֿון דעם גאון מיכל יאַנקיװסקי / חדרה
די היגע רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען גיבן ניט זעלטן אויף זייערע שפּאַלטן אַן אָרט פֿאַר ייִדיש־ קולטור און אירע טרעגער. אָבער אויף אַזוינס זיך ניט געריכט, און ווען איך האָב אין "נאָוואָסטי נעדעלי" (18.02.2010) דערזען אַזאַ קעפּל: "ווען אײַנשטיין האָט גענומען הילכן אין ייִדיש" - האָט עס מיך, דעם אַלטן ייִדישיסט, גאָר שטאַרק פֿאַר־ אינטריגירט. דער צווייטער סורפּריז איז געװען פֿאַר מיר - דער מחבּר, פּראָפֿ' אַראָן טשערניאַק, אַ מומחה פֿון רוסלענדישער געשיכטע, און אויף אָט דער טעמאַטיק דרוקט ער זיך אָפֿט אין דער היגער רוסיש־שפּראַכיקער פּרעסע. ווײַזט ער טאַקע אָן, אַז אים איז געווען שטאַרק באַהילפֿיק יוסף פֿוקס, אַ מיטאַרבעטער אין דער חיפֿהער ביבליאָטעק אויף שמואל פּעווזנערס נאָמען. ווי באַקאַנט, האָט א. אײַנשטיין אין זײַן צײַט ממש געמאַכט אַן איבערקערעניש אין פֿיזיק און געוואָרן וועלט־באַרימט. איז אויפֿגעשוווּמען אַ פּראָבלעם ווי אַזוי צו דערמעגלעכן ניט־ ספּעציאַליסטן צו באַקומען עלעמענטאַרע ידיעות וועגן זײַן אויפֿטו? האָט זיך אַ פֿאַרלעגער אין בראַונשווייג (דײַטשלאַנד) פֿאַרשטענדיקט מיטן מחבּר, אַז ער זאָל צוזאַמענשטעלן אַ פּאָפּולערע ווערסיע פון זײַן הויפּט־ווערק. אין 1917 האָט טאַקע דערזען די טאָגליכט אַזאַ בוך אין דײַטש, אין דער שפּראַך פֿון אָריגינאַל. אין דער זעלבער צײַט האָט מען גענומען איבערזעצן דאָס בוך אין אַ ברייטן פֿאַרנעם אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ס'איז וויכטיק צו באַטאָנען, אַז פֿון סוף 19טן י"ה הייבט אָן אַלץ מער צו וואַקסן דער אַרויסלאָז פֿון פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור אין ייִדיש און העברעיש. אין די ייִדישע געבילדעטע קרײַזן איז מען געקומען צום געדאַנק, אז עס איז צײַט פֿאַר אַ ייִדישער איבערזעצונג. דערצו נאָך איז דער בּעל-דבר אַ ייִד, וועלכער האָט פֿאַרשאַפֿט אַזאַ כּבֿוד זײַן פֿאָלק. אָבער דאָס רעאַליזירן איז געווען ניט קיין פּשוטער עניין, קיין אַקאַדעמיעס ווי בײַ לײַטן האָט מען דאָך ניט געהאַט. פֿאָרגעשטאַנען אויס־ אַרבעטן אַן אייגענע טערמינאָלאָגיע, אויסטײַטשן אַלערליי באַגריפֿן אאַז"וו. אין 1923 איז אין אַ וואַרשעווער דרוקעריי געװאָרן אָפּגעדרוקט א קליינע צאָל עקזעמפלאַרן אויף ייִדיש "וועגן דער ספּעציעלער און אַלגעמיינער רעלאַטיוויטעט־טעאָריע צוטריטלעך איבערדערציילט". צוליב די מלחמה־צעשטערונגען האָט זיך קיין איין בוך ניט אויפגעהיט און מען ווייסט אַפֿילו ניט ווער עס איז געווען דער איבערזעצער. עטלעכע יאָר שפּעטער האָט אַ פֿיזיקער טוביה שאַליט מיט דער גאַנצער התמדה גענומען פֿאַרווירקלעכן די זאַך, לכתּחילה עס געטאָן אויף אייגענע הוצאות. קוֹדם האָט ער זיך געוואָנדן צום געלערנטן מיט דער בּקשה ער זאָל אָנשרײַבן אַ הקדמה צו דער יידישער איבערזעצונג. פּראָפֿ' איינשטיין האָט אים געענטפֿערט, אז ער וועט עס טאָן מיט הנאה. פֿאַר אים וועט זײַן אַ פּערזענלעכע דערקוויקעניש, אַז זײַנע שטאַמברידער זאָלן אויך באַקענען די נאַטור־געזעצן װאס הערשן אינעם וועלט־רוים. און אָט איז אין 1927 אין בערלין ארויס פֿון דרוק ט. שַליטס ייִדישע איבערזעצונג, אונטערן טיטל "די ספּעציעלע רעלאַטיוויטעט־ טעאָריע - איינשטיינס שיטה און מינקאָווסקיס וועלט" (240 זייטן). עס הייבט זיך אָן מיט איינשטיינס א הקדמה אויף דייטש און יידיש. נאָך דעם גייט שאַליטס וואָרט צום לייענער. ער שטרײַכט אונטער ווי באַדייטפֿול איז דאָס ווערק פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ און בעיקר פֿאַר דער שטודירנדיקער יוגנט. איינצײַטיק װײַזט ער אָן אויף די שוועריקייטן אויף װעלכע ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן צוגרייטנדיק אַזאַ אוניקאַלע פּובליקאַציע. דערבײַ זיך ניט באַגרענעצט מיט ריין־איבערזעצערישער אַרבעט. כּדי דעם לייענער זאָל זײַן גרינגער צו בּאַנעמען דעם קאָמפּליצירטן מאַטעריאל, האָט ער צוגעגעבן באַמערקונגען צו פֿאַרשיידענע װיסנ־ שאַפֿטלעכע טערמינען און באַגריפֿן. חוץ דעם אָנגעגעבן קורצע ביאָגראַפֿישע ידיעות וועגן די געלערנטע, וואָס ווערן דערמאָנט אין דעם בוך. דער מחבּר באַשרײַבט באַריכות דעם לעבנסוועג פֿון אַלבערט אײַנשטיין און וויאַזוי ער איז געוואָרן באַרימט אין זכות פֿון זיינע געניאַלע אנטדעקונגע ן. הכּלל, דער מענטש האָט אַ וועלט מיט אַרבעט אַרײַנגעלייגט אין דעם. זײַן אָנשטרענג איז זייער שטאַרק צונוץ געקומען סיי אויפֿן געביט פֿון פּראָפֿ' א. טשערניאַק פֿאַרענדיקט זײַן אינטערעסאַנטע נאָטיץ מיט פֿאַרביטערניש, הלמאי די היסטאָריש אַזוי וויכטיקע ייִדישע איבערזעצונג מיט דער הקדמה פֿון דעם וועלט־באַרימטן ייִדישן וויסנשאַפֿטלער איז ניט געװאָרן דערמאָנט אין דעם ברייט־פֿאַרנעמיקן אַרטיקל וועגן אַלבערט אײַנשטיינען אין דער 10־בענדיקער "קורצער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע", װאָס איז דערשינען אין דער רוסישער שפּראַך.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען