![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אויך דער װינט איז אַ סחוֹרה
אַ.ש.
לויט דעם מחבר פֿון אוראַלטן פֿילאָזאָפֿישן ווערק - קהלת, זעט זיך נישט, אַז אַזוינס זאָל זיך ווען עס איז ענדערן. וואָרעם ער האָט געזען, אַז דאָס לעבן אויף דער וועלט, איז גאַרנישט מיט גאָרנישט: "הבל הבלים", ד"ה נישטיקייט פֿון נישטיקייטן און, אַז "אַ דור קומט אויף און אַ דור גייט אַוועק און די ערד באַשטייט אייביק". לויט קהלת, אויף וועמען ייִדן זאָגן, אַז ער איז געווען דער קלוגסטער מאַן אויף דער וועלט, וועלן מענטשן אייביק זײַן נישטיקייטן - "גאָרנישט שב־ גאָרנישטן", מענטשן וואָס מע וועט זײ קענען פֿאַרקויפֿן דעם ווינט פֿאַר גוט געלט. אַז קהלתס "הבלי הבלים" וועלן דערגרייכן ביז אונדזערע טעג, און וועלן זיך מסתמא ציען אַזוי לאַנג, ווי לאַנג די וועלט וועט זײַן וועלט - האָב איך זיך איבערצײַגט בּעתן לייענען אין דער פּרעסע אַ פּיקאַנטע מעשה וועגן דעם װיִאַזוי הרב אלעזר אַבוחציראָ, דער מקובּל פֿון באר־שבע, האָט אויסגעפּרעסט אין ניו־יאָרק דווקא צענד־ ליקער טויזטער דאָלאַרן פֿון ייִדן־חסידים, וואָס האָבן געגלייבט אין זײַ נע בּרכות און קללות. וועגן דעם מקובּל אלעזר אַבוחציראַ פֿון באר-שבע האָבן מיר געשריבן מיט אַ צײַט צוריק אין די "לעבנס-פֿראַגן", ווי איינער פֿון אַ חברותאָ מקובּ־ לים, װאָס די סלתָּה וְשַמנָה פֿון דער מדינה שטייען בײַ זײערע טירן אין דער רײַ, אין דערוואַרטונג אַז אַ מקובּל זאָל זיי אויפֿנעמען און בענטשן זיי מיט הצלחה אין די ביזנעס, אָדער אין פּאָליטיק, אָדער גאָר, ער זאָל העלפֿן אַן עקרה זי זאָל טראָגעװדיק ווערן און געבוירן א קדיש. און עס קומען צו זײ אויך סתּם ייִדן וואָס האָבן נישט, לא עלינו, קיין פּרנסה. געוויינטלעך, אַז אַ ייִד קומט צו אַ מקובּל נאָך אַ בּרכה, לאָזט ער אים איבער "אַ פּדיון" אַ געהעריקע סומע שקלים, ווי אַ סגולה די בּרכה זאָל מקויים ווערן. האָבן טאַקע די מקובּלים פֿון די פּדיונות־ געלטער זיך פֿאַרזאָרגט מיט לוקסוס־דירות און אויטאָס פֿאַר זיך און פֿאַר יעדן אײנעם פֿון זייערע קינדער, אויפֿגעבויט ישיבֿות און דעפּאָנירט אַ סך געלטער אין די בענק. ווײַזט אויס, אַז דעם מקובּל הרב אלעזר אַבוחצי־ ראַ - אַ דירעקט אייניקל פֿון דעם באַרימטן "באַבאַ סאַלי", וועגן וועמען די ספֿרדישע ייִדן דערציילן, א ַז שוין זייענדיק אין ליכטיקן גן־עדן באַווײַזט ער ניסים ונפֿלאות - האָבן די אָרעמע פּדיונות פֿון די ייִדן פֿון באר־שבע און אומגעגנט נישט געסטײַעט, וואָרעם די סלתָּה וְשַמנָה פֿון דער מדינה, וואָס וווינען אין די טורעם־הײַזער פֿון צפֿון תּל־אביב און אומגעגנט זענען בײַ דער מײַנונג, אַז כּדי צו באַקומען אַ בּרכה פֿון אַ צדיק מוז מען נישט פֿאָרן אַזש קיין באר־שבע: מע קען באַקומען די זעלבע בּרכות בײַ די אײגענע תּל־אביבער מקובּלים. איז הרב אלעזר אבוחצירא געפֿאַלן אויף דער המצאה צו מאַכן "גאַסטראָל־אויפֿטריטן" אין ניו־יאָרק, װאָס פֿאַרמאָגט אַ סך מער חסידים מיט צרות, ווי מדינת ישראל. און געלט? געלט האָבן זיי מסתּמא אויך אַ סך מער ווי די ישראלים, און דווקא אין דאָלאַרן. האָט ער אײַנגעפּאַקט די וואַליזן און איז אַוועק קיין ניו־יאָרק מאַכן ביזנעס, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ מקובּל, דעם באַבאַ סאַליס אַן אייניקל.... איינער, אַ ניו־יאָרקער קרעמער, אַ ייִד אַ חסיד וואָס גלייבט אין בּרכות פֿון צדיקים, האָט געהאַט אַן איינציקע, אַ נישט געזונטע טאָכטער, וואָס האָט נישט לאַנג חתונה געהאַט מיט אַ ישיבה־ בּחור פֿון וועמען ער האָט געגאַפֿט צו דערלעבן אַ קדיש, און זי איז נישט פֿאַרגאַנגען אין שוואַנגער. זײַנס אַ חבר, אַ שדכן, ר'יחזקאל ראָט, וועלכער האָט געוווּסט, אַז עלאָוויטשעס טאָכטער לײַדט פֿון געזונטהייטס פּראָבלעמען, האָט אים דערציילט, אַז דער באַרימטער מקובּל, הרב אלעזר אַבו־ חציראַ, איז געקומען קיין ניו־יאָרק און געברענגט מיט זיך אַ באַגאַזש מיט בּרכות, און טאַקע פֿאַר אַזאַ ווי ער, װי זײַן טאָכטער, און ער װעט איר ברענגען די ישועה מיט אַ קדיש. וואָס טוט נישט אַ טאַטע, וואָס לעכצט צו דערלעבן נחת בײַ זײַן איין און איינציקער נישט געזונטער טאָכטער? איז ער אַוועק צום מקובּל נאָך א בּרכה. " דער מקובּל האָט מיר געזאָגט" , דערצײלט דער טאַטע: "זי וויל קינדער? ברענג מיר הונדערט טויזנט דאָלאַר אין משך פֿון פֿינף טעג. נישט זיבן, נאָר - פֿינף. און דעמאָלט וועלן זיך עפֿענען די הימלען. דו דאַרפֿסט גלייבן אין מיר, איך בין אַ גרויסער צדיק און איך פֿאַרזיכער דיר, אַז דײַן טאָכטער וועט האָבן קינדער און אייניקלעך. איר מזל וועט זיך ענדערן, דאָס איז אַ געלעגנהייט, וואָס טרעפֿט זיך איין מאָל אין לעבן." "דערצייל נישט קיינעם'- האָט דער רבֿ צוגעגע־ בן - "נאָר ברענג דאָס געלט". .. - איך האָב דערפֿילט, אַז כ'האָב באַגעגנט אַ מלאך, אָדער גאָט אַליין. - דערצײלט װײַטער דער פֿאָטער פֿון דער עקרה. ער האָט מיך ממש היפּנאָ־ טיזירט. כ'בין אַוועק צו חברים און זיך אָנגעבאָרגט דאָס געלט אויף אַ קורצער צײַט פֿאַר 7000 דאָלאַר פּ ראָצענט און עס געברענגט דעם מקובּל, וועלכער איז געשטאַנען איבערגעדעקט אין אַ קאַפּטור, אַז מע האָט נישט אַרויסגעזען דאָס פּנים. ער האָט גענומען דאָס געלט און געזאָגט: "איך זאָג דיר, אַז אין דער צײַט ווען דו שטייסט פֿאַר מיר, הרב אלעזר אַבוחציראָ אין דער אָנוועזנהייט פֿון יחזקאל ראָט און מנחם עלאָוויטש און גאָט, ברענג איך פֿאַר דיר עדות אין נאָמען פֿון גאָט, און איך פֿאַרזיכער דיר, אַז דײַן טאָכטער וועט געהיילט ווערן, זי וועט האָבן קינדער און דו וועסט זען פֿון איר אייניקלעך". דער מענטש איז אַװעק אַהיים אָנזאָגן דער טאָכטער די בּשׂורה, און אין שטוב איז געוואָרן שׂשׂון ושמחה... חודשים זענען אַוועק און דער נס איז נישט געקומען. אין צווישן איז דער מקובּל אַהיימגעפֿאָרן קיין באר־שבע און איז נאָך אַ מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק. עלאָוויטש איז אַוועק צום מקובּל און אים געפֿרעגט: הייתכן? פֿאַרוואָס איז דײַן בּרכה נישט מקוים געוואָרן? איז אַבוחציראָ אויף אים אָנגעפֿאַלן: "כ'האָב דיר געזאָגט: דו זאָלסט קומען מיטן געלט אין משך פֿון פֿינף טעג און דו האָסט פֿאַרשפּעטיקט, האָסט געברענגט די טשעקן דרײַ נאָכמיטאָג. איצט דאַרפֿסטו מיר ברענגען נאָך הונדערט טויזנט דאָלאַר אין משך פֿון דרײַ טעג, וועט די בּרכה מקויים ווערן. קענסט אויסקלייבן: וועסטו ברענגען געלט, וועט זי געבוירן, וועסטו נישט ברענגען דאָס געלט, וועט זי נישט האָבן קיין קינדער און דער מאַן וועט זי פֿאַרלאָזן". עלאָוויטש האָט נאָך אַ מאָל געברענגט דעם מקובּל הונדערט טויזנט דאָלאַר. נעמענדיק דאָס געלט האָט דער מקובּל אים צוגעזאָגט, אַז די טאָכטער וועט געהיילט ווערן און װעט געבוירן אַ בּן־זכר. צוויי יאָר זענען אַריבער און די בּרכה איז נישט מקויים געוואָרן. ווען אַבוחציראָ איז נאָך אַ מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק איז דאָס מאָל שוין עלאָ־ וויטשעס איידעם, דער מאַן פֿון דער עקרה, אַוועק צום מקובּל פֿרעגן, פֿאַרוואָס זײַן בּרכה ווערט נאָך אַלץ נישט מקויים - האָט אַבוחַציראָ זיך אויפֿגע־ געשטעלט און אים געזאָגט בזה הלשון: "אויב דו ווילסט האָבן קינדער, טאָ זאָג דײַן שווער ער זאָל מיר געבן נאָך הונדערט טויזנט דאָלאַר, אויב נישט - וועט דײַן ווײַב שוין קײַנמאָל קײן קינדער נישט קענען געבוירן". דער יונגער מאַן איז מיט טרערן אין די אויגן אַוועק צום ווײַב און שווער און זיי דערציילט, אַז דער מקובּל האָט מיך געשאָלטן, ער האָט געזאָגט, "דײַן װײַב וועט קיינמאָל נישט האָבן קיין קינדער"... * דער טרויעריקער פֿינאַל פֿון דער אויסטערלישער מעשה: עלאָוויטשעס טאָכטער האָט זיך שטאַרק איבערגענומען פֿון דעם מקובּלס קללה. איר קראַנקהייט האָט זיך פֿאַרערגערט און זי איז קורץ נאָך דעם געשטאָרבן. אַ דערשיטערטער איז מנחם עלאָוויטש אַוועק צום מקובּל און געפֿאָדערט ער זאָל אים אָפּגעבן דאָס געלט. און, אַז אַבוחציראָ האָט אים אָפּגעזאָגט, האָט עלאָוויטש אים אָנגע־ קלאָגט פֿאַר אַ ניו־יאָרקער "גוייִשן" געריכט. די מעשה איז אויך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דעם "גויישן" "ניו־יאָרק טײַמס". ווי האָט קהלת געזאָגט: "הבל הבלים, אַלץ איז נישטיקייט" אַזוי זענען געווען די מענטשן מיט צוויי און אַ האַלבן טויזנט יאָר צוריק. און אַזוי זענען זיי הײַנט: אַ דור קומט אויף און אַ דור גייט אַוועק -אָבער שאַרלאַטאַנען און פֿרײַערס בלײַבן אייביק...
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען