![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
דער דיכטער אײַזיק פּלאַטנער
אלי ביידער, ירושלים
קיין איין נאַציאַנאַליטעט אין צאַרישן רוסלאַנד איז נישט געװען אַזוי אונטערגעדריקט און באַגרענעצט אין אירע רעכט, װיִ דאָס ייִדישע פֿאָלק. טאַקע דערפֿאַר האָבן די ייִדן אויף דער װעלט מיט גרויס באַגײַסטערונג אויפֿגענומען די רעװאָלוציע פֿון אָקטאָבער 1917 אין רוסלאַנד, זעענדיק אין איר די רעטונג פֿאַר דער מענטשהײט. שוין אין די ערשטע יאָרן נאָך דער באָלשעװי־ קישער רעװאָלוציע האָט זיך דאָרט אָנגעהויבן דער קורצװײַליקער אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור. עס האָבן זיך געעפֿנט ייִדישע שולן און עס האָבן אָנגעהויבן דערשײַנען ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן. ייִדן פֿון פֿאַרשײדענע לענדער זײַנען געקומען קײַן רוסלאַנד העלפֿן בויען דאָס נײַע גליקלעכע לעבן, גלויבנדיק אין דעם נײַעם משיח, װעלכן דער קאָמוניסטישער רעזשים האָט זיי צוגע־ זאָגט. דער ענטוזיאַזם האָט אַרומגעכאַפּט ברײטע מאַסן, און צװישן זײ אַ גרויסע צאָל שרײַבער און דיכטער, װי דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין און אַנדערע. דער אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור האָט אָנגע־ האַלטן אַן ערך צװײ צענדליק יאָר, און צוזאַמען מיט די "רײניקונגען" האָט אין די סוף דרײַסיקער יאָרן זיך אָנגעהויבן די ליקװידאַציע פֿון דער אויפגעבליטער ייִדישער קולטור. דער דיכטער אײַזיק פּלאַטנער איז אײנער פֿון דעם דור ייִדישע פּען־מענטשן, װאָס אין זייער גוֹרל שפּיגלט זיך אָפּ דער גוֹרל פֿון דער סאַװיעטישער ייִדישער קולטור און פֿון די, װאָס זײַנען געװאָרן מיטגעריסן מיטן שטראָם פֿון ענטוזיאַזם און זײַנען שפּעטער, שוין אַנטוישטע, געװאָרן קרבּנות פֿון זייער אייגענער התלהבֿות. געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין סאָקאָלאָװ־ פּאָדאָלסק, פּוילן אין יאָר 1895, איז ער אין דער צײַט פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה געװען אַקטיװ אין דער פּועלי־ציון־באַװעגונג, געלעבט אומלעגאַל אין פּוילן און אין ליטע, און געװאָרן אויך ליטעראַריש אַקטיװ אין די פּאַרטײיִשע פּובליקאַציעס. דעביוטירט האָט ער מיט אַ ליד אין די װאַרשעװער "ליטעראַרישע בלעטער" אין 1919. אין 1920 קומט ער קיין ליטע און פֿון דאָרט אין 1921 קיין אַמעריקע, װוּ ער לעבט ביזן יאָר 1932. ער אַרבעט דאָרט אין אַ שאַפּ, לערנט אין אַ לערער־ סעמינאַר ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, װערט אַ לערער און אַן טעטיקער מיטגליד אין דער שרײַבער־ גרופּע "יוניאָן־ סקװער" און שפּעטער אין דער לינקער גרופּע "פּראָלעטפּען". אין 1930 דערשײַנט אין ניו־יאָרק זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג א. נ. "װאָס דער טאָג דערצײלט". אין 1932 קומט פּלאַטנער קײַן ראַטנפֿאַרבאַנד. ער מאַכט אַ רײַזע איבערן אוראַל, טרעט אויף מיט זײַנע לידער אין אַ צאָל שטעט. אין 1933 באַזעצט ער זיך אין מינסק, װוּ ער װערט אַ מיטאַרבעטער אינעם ראַדיאָ־קאָמיטעט פֿון װײַסרוסלאַנד. דאָרט דערשײַנען זײַנע ביכער: "פֿון צװײ לענדער", "אַ פּאָעמע װעגן אַ שנײַדער", "פֿון אַמעריקע", "זון אויפֿן שװעל" . אין פֿאַרלאַג "עמעס" דערשײַנט די זאַמלונג פֿון לידער און פּאָעמעס א.נ. "מיט ליבע און גלויבן". זײַן ליד "דער קװאַל" קען באַטראַכט װערן װי אַ סך־הכּל און אַ חשבּון־הנפֿש פֿון יענע יאָרן. אויבנאויפֿיק איז זײַן דיכטונג אָפּטימיסטיש, אין סטיל פֿון דעם הערשנדיקן "סאָציאַליסטישן רעאַליזם", אָבער זײַן אַנטוישונג קאָן מען אַרויספֿילן פֿון צװישן די שורות אין זײַן פֿאָלגענדיקן ליד: "האָב איך באַגראָבן די ליבשאַפֿט אין האַרץ איך האָב זי צעבלוטיקט, צעשטאָכן. איך האָב אויף אַ יאָנטעף אַ גרויסן געװאַרט אין גרויען אינדערװאָכן". די רײַפֿקײט, װאָס אײַזיק פּלאַטנער האָט דער־ גרײכט אין די יאָרן װען ער איז געװאָרן אַ סאָװיע־ טישער דיכטער, קומט צום אויסדרוק אין אַן אַנדער ליד אין װעלכן ער פֿרעגט: "װאָס איז דען דאָס לעבן? אָט דאָס, װאָס דו זעסט: די פֿרײד, װאָס באַהערשט דיך, דער אומעט, װאָס פּרעסט, און די זון, און די ערד און דער בוים - אָט דאָס אַלץ און דאָס װײַס אויפֿן קאָפּ איז פֿון לעבן די זאַלץ". נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה קערט ער זיך אום צוריק קײַן מינסק, דאָרט שרײַבט ער װעגן געטאָ און װעגן די העלדישע ייִדישע קעמפֿער קעגן די נאַציס. דער דאָזיקער "חטא" איז נישט געװאָרן פֿאַרהוילן פֿאַר די קאָמוניסטישע הער־ שער װען עס האָט זיך אָנגעהויבן זײער אַנטיסע־ מיטישער קורס. אײַזיק פּלאַטנער איז געװען איינער פֿון די דרײַ ייִדישע שרײַבער װאָס זײַנען אויפֿגענומען געװאָרן דורך דעם סעקרעטאַר פֿון פּאַרטיייִשן צענטראַל־קאָמיטעט, פּאָנאָמאַרענ־ קאָ, כּדי ער זאָל זײ מודיע זײַן, אַז ער װעט נישט דולדן קײן ייִדישע קולטור־טעטיקייט אין װײַס־ רוסלאַנד. ער באַשולדיקט זײ אין נאַציאַנאַליזם און זאָגט אָן, אַז ער װעט אָננעמען שטרענגע מיטלען אַזוי װי אין די אַנדערע סאַװיעטישע רעפּובליקן. דאָס איז שוין געװען נאָכן מאָרד פון די מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַ קורצע צײַט נאָך דער דאָזיקער װאָרענונג איז אויך אײַזיק פּלאַטנער געװאָרן אַרעסטירט און האָט באַקומען 25 יאָר פֿאַרשיקונג און קאַטאָרגע. ער האָט אָפּגעשמאַכט אין דעם פֿאַרשיקונגס־לאַגער טײַשעט, אירקוטסקער געגנט אין סיביר פון דעם 9־טן יוני 1948 ביז דעם 1־טן מערץ, 1956. ער איז באַפֿרייט געװאָרן קרובֿ פיר יאָר נאָך דעם בלוטיקן 12־טן אויגוסט 1952, דעם יוסטיץ־מאָרד איבער דער ייִדישער קולטור־קרוין, גענוי דרײַ יאָר נאָכן טויט פֿון דעם טיראַן סטאַלין און אַ װאָך נאָך דער באַרימטער רעדע פֿון ניקיטאַ כרושטשאַװ אויף דעם 20־טן קאָנגרעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. ער איז באַפֿרײַט געװאָרן לויט דער קאַטעגאָריע "באַשולדיקטע", קעגן װעמען עס זײַנען נישט געװען קיין באַװײַזן. די שװערע באַדינגונגען אין לאַגער האָבן שטאַרק באַשעדיקט זײַן געזונט. ער האָט פֿאָרגעזעצט שרײַבן לידער װעגן ליבע און װעגן תּוך פֿון לעבן. נאָך זײַן באַפֿרײַונג האָט זיך פּלאַטנערן נישט אײַנגעגעבן אַרויסצולאָזן אַפֿילו אײן בוך. די װײַסרוסישע דיכטער האָבן אים גערן איבערגעזעצט און געדרוקט אין װײַסרוסישע זשורנאַלן. קײן ייִדישע טריבונע איז אין יענער צײַט נישט געװען. אײַזיק פּלאַטנער איז געשטאָרבן אין 1961־סטן יאָר אין ליטווישן קוראָרט פּאַלאַנגאַ נישט װײַט פֿון מינסק, װוּהין ער איז אָנגעקומען פֿון אַמעריקע מיט 28 יאָר פֿריִער, אין 1933, װען מינסק איז געװען איינער פֿון די װיכטיקסטע צענטערס אין די בליִונגס־
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען