![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די לאָגיק פֿון דעם שיגעון,
יחזקאל דרור - הארץ, 19.04.2010
איינע פֿון די עיקרדיקע סיבּות פֿונעם אונטערגאַנג פֿון מדינות, װי עס דרינגט אַרויס פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג, איז די איבערגעטריבענע זעלבסזיכערקייט און די אַראָגאַנץ, די פֿאַרריסנ־ קייט. דער דאָזיקער אויספֿיר געפֿינט זיך שוין אין דעם ערשטן בוך פֿון דער מיליטעריש־פּאָליטישער געשיכטע - דאָס איז די פֿאָרשונג פֿון טוקידידעס * װעגן דער פּעלאָפּאָנעזישער מלחמה. די צענטראַלע טעזע פֿון דעם בוך, װאָס איז הײַנט פּרינציפּיעל אָנגענומען בײַ די פֿאָרשער פֿון אַלטערטום זאָגט, אַז אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער צײַט־רעכענונג האָט זיך אַטען אַנטװיקלט און איז געװאָרן די אויבערגרויסמאַכט פֿון גריכנלאַנד: ס'איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין איר אַ דעמאָקראַטיע (לויט די באַגריפֿן פֿון יענער צײַט) און זי האָט גענאָסן פֿון עקאָנאָמישן פּראָספּעריטי און פֿון אַן אויפֿבלי פֿון דער ליטעראַטור און קונסט. אָבער, צוזאַמען מיט דער הצלחה איז געװאַקסן דער אַפּעטיט, באַגלײט פֿון האַרבע אויסקרומענישן אין לייענען די װירקלעכקייט. אַטען האָט געעפֿנט אַ סעריע מלחמות כּדי אויסצושפּרײטן איר הערשאַפֿט, אײַנשליסלעך די אינװאַזיע אין סיציליע, װאָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט איר פֿולער קאַפּיטולאַציע פֿאַר ספּאַרטאַ און איר פֿאַרבינדע טער און מיטן פּאָליטישן און מיליטערישן אַראָפּפֿאַל. די גרונט־סיבּה איז געװען דאָס װאָס איז אין קלאַסישן גריכנלאַנד באַטראַכט געװאָרן װי אַ שװערער חטא: דער היבריס. די אַראָגאַנץ, װאָס נעמט זיך פֿון די דערפֿאָלגן און איז גוֹרם צו דעם, אַז װער עס װערט אָנגעשטעקט פֿון איר, לאָזט זיך אַרײַן אין האַנדלונגען, װאָס האָבן אַ שלעכטן און ביטערן סוף. אָט דער געדאַנק װערט גלענצנדיק אַרויסגעבראַכט אין דעם תנ"כישן אויסדרוק "וישמן ישרון ויבעט" - זײ װערן פֿעט און זײ בריקעװען... (דברים ל"ב ט"ו). אַ בײַשפּיל פֿון זײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג קאָנקרעטיזירט די דאָזיקע דערשײַנונג: אין די יאָרן פֿאַר דער זעקסטאָגיקער מלחמה האָט מען אָנגע־ הויבן אונטערצונעמען אייניקע טעטיקייטן, אין װעלכע איך בין געװען פֿארמישט און װאָס האָבן געצילט צו פאַרבעסערן די פּראָצעסן פֿון אָננעמען דעציזיעס אין די מאַכט־אינסטאַנצן, װי דאָס אויפֿשטעלן אַ קאָלעגיום פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערהייט, אויסשולן פּראָפֿעסיאָנאַלן אויפֿן געביט פֿון פּלאַנירן די פּאָליטיק און די בודזשעטן אין אַ שול פֿון פֿינאַנס־מיניסטעריום, די איניציאַטיװ פֿון לוי אשכּול צו גרינדן אַ "ישראלדיקן אינסטיטוט פֿאַר פּאָליטישע פֿאָרשונגען", קריסטאַליזירן אַ לערע פֿון מלוכישער אַדמיניסטראַציע, אדג"ל. נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה זענען די אַלע טעטיקייטן געװאָרן אָפּגעשטעלט. איך האָב געפֿרעגט בײַ העכערע רעגירונגס־לײַט װאָס איז די סיבּה פֿון דעם, און דער ענטפֿער איז געװען אַ פּשוטער און אַן אַנטשידענער: "זע װי דערפֿאָלגרײַך מיר זײַנען, איז הער אויף צו פֿאַרדרײען אַ קאָפּ װעגן געדאַנק־שמאָלקייט אין דער מאַכט־פֿאַרװאַלטונג. דערנאָך איז געקומען די יום־כּיפּור־מלחמה, נאָך װעלכער עס זײַנען געמאַכט געװאָרן, זייער פּאַמע לעך, געװיסע אויסבעסערונגען אין דער עקאָנאָמיש־פּאָליטישער און סטראַטעגישער מחשבֿה. דער שאָק פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה איז אָבער נישט געװען גענוג אויף צו באַזײַטיקן דעם אָנגעזאַמלטן פעטן קאַלך אין מוֹח אין דער פֿאָרם פֿון די אילוזיעס װעגן דער מעכטיקייט פֿון ישׂראל. די סיבּה פֿון דעם ליגט אין די טיפֿע װאָרצלען פֿון דער דאָזיקער אילוזיע, װאָס נעמט זיך פֿון דער העראָיִשער הצלחה פֿונעם ציוניזם מיטן אויפֿשטעלן די מדינה, װאָס האָט כּמעט נישט קײן גלײַכן אין דער געשיכטע. דאָס צוקלעפּן דעם "נס" פֿון דעם מדינה־ אויפֿקום (דערצו נאָך אויפֿן גרונט פֿון דעם חורבּן) און דעם "נס" פֿון די זעקס טעג - מיט זײַן כּמעט משיחישן באַטײַט, װעלכן עס האָט אים צוגעגעבן דער פֿרומער און אויך דער װעלטלעכער ציבּור - ער איז דאָס פֿאראַנטװאָרטלעך פֿאַרן שאַפֿן די אילוזיע, װאָס האָט זיך אַנטװיקלט בנוגע דעם כּוֹח אונדזערן. דער סאַמע האַרבסטער רעזולטאַט פֿון אָט דעם געפֿערלעכן דורכפֿאַל איז געװען דאָס פֿעלן פֿון אַ געהע־ ריקן אָנשטרענג אויסצונוצן דעם דערפֿאָלג פֿון דער זעקסטאָגיקער מלחמה פֿאַר פֿאָרברענגען דעם שלום, די נישט געצוימטע קאָלאָניזאַציע אין "יהודה און שומרון" און די סאַמע עקסטרעמיסטישע אילוזיע - די אויפֿפֿאַסונג פֿון דער "ארץ ישׂראל השלמה". צו די דאָזיקע אילוזיעס איז צוגעקומען אַ כּמעט קעגנזעצלעכער פֿאַקטאָר - דער עקזיסטענציאַלער פּחד, װאָס דרינגט אַרויס פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק און פֿון דעם אַװעקשטעלן אים קעגנאיבער די הײַנטיקע פֿײַנט, לײען: די אַראַבישע לענדער. אויף דער פּראַקטישער פּאַראַליזירנדיקער אויסדרוק פֿון די בײדע צדדים איז דאָס אָנשפּאַרן זיך אויף דער אויסזיכטלאָזער אידייע פֿון דער "ארץ ישׂראל השלמה" מצד אַיין טײל פֿון דעם ציבּור, און פֿון דער אַנדערער זײַט דאָס שטיצן אַן איבערגעטריבענע נאָכגיביקייט מיטן מװתּר זײַן אויף װיכטיקע ישׂראלדיקע זיכערהײטלעכע װערטן און אָן אַ געהעריקער באַלוינונג - מצד אַ צװײטן טײל פֿון דעם ציבּור. דאָס איז אַ טיפֿקייט־אויפֿקלער פֿאַר דער רעגירונגס פּאָליטיש־ זיכערהייטלעכן אָנאויפֿהערדיקן זינקען אין דעם שטייענדיקן זומפּ, פֿאַר דער צעטומלטקייט בײַם עליט, פֿאַר דעם פֿעלן פֿון אַ ממשותדיקער גײַסטװערטיקער פֿירער שאַפֿט און פֿאַר דער פֿײַנטשאַפֿט צװישן די פֿאַרשײדענע געזעלשאַפֿטלעכע סעקטאָרן. דעריבער איז ישׂראל נישט מצליח אויסצונוצן איר קראַפֿט כּדי צו געװינען דויערהאַפֿטע זיכערהײַטלעך־פּאָליטישע דערגרײַכונגען, אויך פֿאַרן פּרײַז פֿון פֿאַרציכטן אויף חלוֹמות אויף דער װאָר. אָנשטאָט דעם האָט זי זיך אַװעקגעשטעלט אויף אַ גליטשיקן באַרג־אַראָפּ, װאָס װעט צום סוף ברענגען אַ נאָכגיביקייט אָן קײן שום אַנטשפּרעכנדיקער פֿאַרגיטיקונג - סײַדן מיר װעלן זיך אויסניכטערן מיט די אייגענע כּוֹחות און אָנהײבן האַנדלען לויטן כּלל פֿון "וירזה ישורון ויחכם" - ווערן מאָגערער און - קלוגער .
יחזקאל דרור ("הארץ", 19.04.2010)
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען