![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
די װעלט ענדערט זיך...
איתן האַבער - "ידיעות אחרונות" 14.04.2010
אָך דער ערשטער װאָך פֿון די שלאַכטן אין דער יום־כּיפּור־מלחמה, אין דעם קאָמאַנדע־ שטאַב פֿון דעם דרום־פֿראָנט אויפֿן בערגל פֿון אום כאשיבאָ, צענדליקער מעטער טיף אונטער דער ערד, האָב איך דעם קאָמאַנדיר "דב'לע", דעם אַלוף (גענ') שמוליק גונן (גאָראָדיש), װעלכער איז אָנגעגאַנגען װי די לעבעדיקע לעגענדע פֿון צה”ל זינט דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אַרײַנגעשטופּט אין זײַן פּריװאַטן צימערל, װאָס האָט קוים געקענט אַרײַנפּאַקן צװײ מענטשן. ער איז געװען דערשעפּט און דערשלאָגן: טעג און נעכט פֿון אַ געװאַלדיקן אָנשטרענג אָפּצושטויסן די אַטאַקירנדיקע עגיפּטישע אַרמייען. צענדליקער זעלנער פֿון צה"ל זײַנען געװאָרן דערהרגעט אָדער פֿאַרװוּנדיקט אָדער געפֿאַנגען אין יעדן טאָג פֿון דער מלחמה. גאָראָדיש, אַ חכם און אַ רשע, האָט שוין געװוּסט, אַז מען װעט זיך מיט אים אָפּרעכענען נאָך דער מלחמה װעגן דער איבער־ ראַשונג, דער פֿעלערהאַפֿטער צוגרייטונג און דער צאָל קרבּנות. "שמוליק", האָב איך אים געפֿרעגט אין זײַן קלײנעם צימערל, "װאָס איז מיט דיר געשען?" "איך האָב געמײנט אַז דאָס איז דער זיבעטער טאָג פֿון דער זעקסטאָגיקער מלחמה", האָט צוריקגעװאָרפֿן זײַן ענטפֿער דער מענטש און די לעגענדע. דרײַצן װערטער (אַכט אויף העברעיִש) װאָס האָבן אַלץ געזאָגט. דער גרויסער גאָראָדיש, און אַזוי אויך אַ סך אַנדערע, האָבן אין משך פֿון יאָרן געלעבט אין דער אַטמאָספֿער פֿון דער עופֿוריע און פֿון דעם איבערראַשנדיקן נצחון פֿון די זעקס טעג און האָבן זיך נישט מטריח געװען אַרויסצוקוקן דורכן פֿענצטער אין דרויסן כּדי צו זען, אַז דער קלימאַט און די אַטמאָספֿער האָבן זיך פֿולשטענדיק געטוישט און געענדערט. אין די טעג פֿון דעם 62־סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת ישׂראל לעבן נאָך אַלץ מיליאָנען ישׂ ראלים אין אַן ענלעכער אַטמאָספֿער, אַ טאָג פֿאַר יענעם ביטערן יום־כּיפּור. די װעלט האָט זיך געענדערט, דער אינטערנאַציאָנאַלער דיסקעט איז געװאָרן געטוישט, און בלויז בײַ אונדז זינגט מען נאָך אַלץ דעם "שאַרם אַ־שײך, מיר קומען צו דיר צוריק, דו ביסט אונדז אין האַרצן אויף אייביק פֿאַרקריצט"... די ייִדן דאָ האָבן אײַנגע־ נומען צו פֿיל שלאָף־פּילן און עס איז ז ײַ ײַ איצטער שװער זיך אויפֿצוּװעקן. פֿאר אונדזערע אויגן האָט די װעלט זיך איבערגעקערט און זײ זײַנען איבער צײַגט, אַז מיטן מעכטיקן געזאַנג פֿון "עוצו עצה ותּופר" װעלן זײ מבֿטל מאַכן די ביטערע גזירה. מיר זײַנען אָבער אין זייערע אויגן נאָך אַלץ די הערשער פֿון דעם לאַנד און, נאָך ערגער פֿון דעם - די הערשער פֿון דער װעלט. נאָך די זעקס טעג, אין אַ רעדע װאָס איז שוין פֿון לאַנג געװאָרן אַ טײל פֿון דער משה־דיינישער מיטאָלאָגיע, האָט דער דעמאָלטיקער זיכערהײטס־ מיניסטער גערעדט װי ער װאָלט געװען גאָטס פֿאַרטרעטער װעגן "אל תירא עבֿדי יעקבֿ" - האָב נישט מוֹרא, מײַן קנעכט יעקבֿ - און האָט אויפֿגעקלערט דער װעלט, אַז מיר זײַנען שוין נישט מער קײַן "װאָרעם, יעקבֿ". דאָס איז געװען, אפֿשר, ריכטיק דעמאָלט. װער עס אַנערקענט נישט די נײַע װירקלעכקייט, נאַרט זיך אָפּ און באַדראָט אפֿשר זיין לעבן. די װעלט האָט זיך איבערגעקערט. אין פֿרילינג 2010 זײַנען מיר עדות פֿון דראַמאַ־ טישע ענדערונגען אין דעם װאָס עס רופֿט זיך, פֿאַר דעם געברויך פֿון דעם אַרטיקל, די "אָפּטיילונג פֿונעם פֿײַנט", און מיט אַנדערע װערטער: די איסלאַמישע, דער עיקר די ראַדיקאַלע, װעלט. זײַן קװאַנטיטאַטיװער, פּאָליטישער, אינטערנאַציאָנאַ־ לער און עקאָנאָמישער כּוֹח װאַקסט אויס אין אַ געװאַלדיקן פֿאַרנעם און צװינגט די װעלט, אויך די ליכטיקע און אויפֿגעקלערטע, זיך צו רעכענען מיט איר. דער בײַשפּיל פֿון דער אַטאָמיזאַציע פֿון איראַן איז נאָר איינער פֿון די אָנזאָגענישן פֿון דער צײַט אין די לעצטע יאָרן, שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿאָרצוגן פֿון די נאַפֿט־מדינות און שטייגנדיקע צאָל מוסולמענער כּמעט אין אַלע לענדער פֿון אייראָפּע. "װען איך האָב איבערגענומען מײַן אַמט", האָט אַמאָל אַן אייראָפּעיִשער פּרעמיער־מיניסטער דערצײלט יצחר ראַבינען, "איז געװען אין מײַן לאַנד איין מעטשעט, און װען איך האָב פֿאַרלאָזט מײַן אַמט, זײַנען שוין געװען 400 מעטשעטן". אײראָפּע, װאָס טראָגט נאָך אַלץ אויף אירע אַקסלען די שולד פֿון דעם ייִדישן חורבּן, קען שוין מער נישט איגנאָרירן די מאַסן מוסולמענער, װאָס פֿאַרפֿלײצן זייערע לענדער און באַדראָען זייער קיִום. זי האט זיי נישט ליב, זי װאָלט געװאָלט זײַ אַלע אַרויס־ טרײַבן, אָבער זי מוז שװײַגן. אַפֿילו װען ישראל זאָל זײַן גערעכט מיט יעדן שריט אירן, װעט אייראָפּע, נישט בלויז די טראַדיציאָנעלע, שטיצן די מוסולמענער. װאָס פֿאַר אַן אַנדערע ברירה האָט זי? פּאַראַלעל צו דעם, קומען לײדער פֿאָר װײַטגײענדיקע ענדערונגען אין די פֿאַר' שטאַטן, און װעגן דעם ענין זענען שוין פֿאַרגאָסן געװאַרן גאַנצע טײַכן טינט און טרערן. די "אַנדערע" װעלט האָט זיך זײער גיך אַרומגעזען: זי זעט אָבאַמאַ און זיינע חבֿרים װי זײ פֿאַרמינערן די חשיבֿות פֿון ישׂראל און זי הײבט אָן זיך אויפֿצופֿירן אין דעם אײַנקלאַנג. אינטערעסן זײַנען װיכטיקער פֿון סימפּאַטיע. דאָס "פֿאַרפֿלײצן דעם װערט" פֿון די מוסולמענישע מדינות, אַמעריקע װאָס קלײבט אויס אַן אַנדערן, אַ נײַעם און אַ שװערן װעג פֿאַר ישׂראל, דער פֿאַרקלענערטער טעכנאָלאַגישער קאָנט־ ראַסט צװישן די אַ רמײען און די זיכערהײט־ סיסטעמען, די איבעראַנדערשונג פֿון די װערטן, - דאָס אַלץ צוזאַמען שאַפֿט אַ פּראָבלעמאַטישע פֿאָרמולע פֿאַר דעם לעבן פֿון מדינת ישׂראל אין די קומענדיקע יאָרן. מײַנע דאַמען און הערן, מיר זײַנען שוין פֿון לאַנג נישט מער קיין "גוליית", נאָר אַ "װאָרעם יעקבֿ", אַן אײַנגעצוימטע ישׂראל. מדינת ישראל פֿירט שוין מער נישט אָן מיט דער װעלט, און מיר זײַנען שוין אַפֿילו נישט מער קיין "אור לגוייִם". אין פֿרילינג 2010, אין די טעג פֿון דעם 62־סטן אומאָפּהענגיקייטס־טאָג דאַרפן אַ סך מענטשן אויסטוישן דעם דיסקעט.
איתן האַבער "ידיעות אחרונות" 14.04.2010
דער מחבּר פֿון דעם אַרטיקל,אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט, שטאַמט פֿון אַ רעװיזיאָניסטישער משפּחה, איז געװען פֿאַרװאַלטער פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע פֿון יצחק ראַבין.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען