![]() | ||||
| ||||
|
מײַ - יוני ,2010
|
איינע פֿון די עיקרדיקע סיבּות פֿונעם אונטערגאַנג פֿון מדינות, װי עס דרינגט אַרויס פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג, איז די איבערגעטריבענע זעלבסזיכערקייט און די אַראָגאַנץ, די פֿאַרריסנ־ קייט. דער דאָזיקער אויספֿיר געפֿינט זיך שוין אין דעם ערשטן בוך פֿון דער מיליטעריש־פּאָליטישער געשיכטע - דאָס איז די פֿאָרשונג פֿון טוקידידעס * װעגן דער פּעלאָפּאָנעזישער מלחמה. די צענטראַלע טעזע פֿון דעם בוך, װאָס איז הײַנט פּרינציפּיעל אָנגענומען בײַ די פֿאָרשער פֿון אַלטערטום זאָגט, אַז אין פֿינפֿטן יאָרהונדערט פֿאַר דער צײַט־רעכענונג האָט זיך אַטען אַנטװיקלט און איז געװאָרן די אויבערגרויסמאַכט פֿון גריכנלאַנד: ס'איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין איר אַ דעמאָקראַטיע (לויט די באַגריפֿן פֿון יענער צײַט) און זי האָט גענאָסן פֿון עקאָנאָמישן פּראָספּעריטי און פֿון אַן אויפֿבלי פֿון דער ליטעראַטור און קונסט. אָבער, צוזאַמען מיט דער הצלחה איז געװאַקסן דער אַפּעטיט, באַגלײט פֿון האַרבע אויסקרומענישן אין לייענען די װירקלעכקייט. אַטען האָט געעפֿנט אַ סעריע מלחמות כּדי אויסצושפּרײטן איר הערשאַפֿט, אײַנשליסלעך נאָך דער ערשטער װאָך פֿון די שלאַכטן אין דער יום־כּיפּור־מלחמה, אין דעם קאָמאַנדע־שטאַב פֿון דעם דרום־פֿראָנט אויפֿן בערגל פֿון אום כאשיבאָ, צענדליקער מעטער טיף אונטער דער ערד, האָב איך דעם קאָמאַנדיר "דב'לע", דעם אַלוף (גענ') שמוליק גונן (גאָראָדיש), װעלכער איז אָנגעגאַנגען װי די לעבעדיקע לעגענדע פֿון צה”ל זינט דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אַרײַנגעשטופּט אין זײַן פּריװאַטן צימערל, װאָס האָט קוים געקענט אַרײַנפּאַקן צװײ מענטשן. ער איז געװען דערשעפּט און דערשלאָגן: טעג און נעכט פֿון אַ געװאַלדיקן אָנשטרענג אָפּצושטויסן די אַטאַקירנדיקע עגיפּטישע אַרמייען. צענדליקער זעלנער פֿון צה"ל זײַנען געװאָרן דערהרגעט אָדער פֿאַרװוּנדיקט אָדער געפֿאַנגען אין יעדן טאָג פֿון דער מלחמה. גאָראָדיש, אַ חכם און אַ רשע
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען