| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ליבער לייענער
- יצחק לודען
מיר דערלאַנגען דיר הײַנט דעם עלעקטראָנישן ווינטער־נומער 16 / 2015 פֿון אונדזערע פֿרײַע לעבנס־פֿראַגן נומ' 2 אין אַ שטאַרק אויסגעברייטערטן פֿאַרנעם - דאָס מאָל אין אַ גרויסער צאָל צוגעקליבענע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, דערציילונגען, ווי אויך ליטעראַרישע שאַפֿונגען אין פּראָזע און פּאָעזיע - אַ מין ייִדישן "רידער דײַדזשעסט",וואָס די מערסטע פֿון זיי זײַנען אָפּגעקליבענע פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" און פֿון אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע מקורות. אין ביידע לשונות. אויך עטלעכע אויף ענגליש, מיטן ציל צו דערנעענטערן דעם אַנדערשפּראַכיקן לייענער צום ייִדישן ליטעראַרישן לשון. דער איצטיקער נומער פֿון אונדזער אינהאַלטסרײַכן עלעקטראָנישן מאגאזין ברענגט אַ סאַלוט דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים לכּבֿוד איר ווערן 90 יאָר, און מיטן באַקומען צוגעטיילט די ערשטע יערלעכע פּרעמיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור - מיט אַ בוקעט פֿון אירע לידער און אַ בינטל אַרטיקלען וועגן איר רײַך שאַפֿערישן לעבנסווערק ווי די פּרינצעסין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע און ווינטשן איר אויך פֿון דאַנען אַ גליקלעך נײַ יאָר, מיט נײַע הצלחות. דער קומענדיקער פרייז פון דער נאציאנאלער אינסטאנץ פאר יידיש, פארן יאר 2016, וועט ווערן צוגעטיילט סוף יאר דעם פובליציסט און רעדאקטאר פון די "לעבנס-פראגן" יצחק לודען און דעם זייער פאפולערן ארטיסט יעקב באדא פון "יידישפיל". א מזלדיק און מצליחדיק יאָר ווינטשן מיר אויך אַלע אונדזערע לייענער און כּלל־ישׂראל
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען