| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אונטערנעמונגען
קורצע באַריכטן וועגן די צענטראַלע ייִדיש-טעטיקייטן וואָס קומען פֿאָר אין "אַרבעטער-רינג", אין "לײװיק-הויז", אין "בית שלום-עליכם" אדג"ל, פֿאָרשטעלונגען פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿאַרטיילונג פֿון ליטעראַטור-פּרעמיעס פֿאַר שרײַבער און קינסטלער, װאָס שאַפֿן אין ייִדישן לשון.
first published June 05, 2015. לייענען קען איך, ביידע ייִדישע לשונות רעד איך, נישט אַלע ייִדישע יום-טובֿים פֿײַער איך, די ייִדישע פֿראַגע עקבערט מיך, איבער דער ייִדישער מדינה ציטער איך, ווי מ’ציטערט איבער אַן עופֿעלע, ייִדיש האָב איך געקנאָטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט מײַנע תּלמידים אַרום 25 יאָר צײַט; איך האָב זיי געקאָרמעט מיט ייִדיש וויסן, מיט ייִדישער געשיכטע, ייִדישער קולטור, ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער מוזיק, קונסט, טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן. אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָל פֿון דעם סוחר ווילי לאָמאַן אין אַ סצענע פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן ‟, געשפּילט דורך דעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער ‟, שטייט דער נעבעכדיקער סוחר ווילי לאָמאַן (אַבֿי האָפֿמאַן), אומבאַהאָלפֿן נאָכן אַמפּערן זיך מיט זײַנע זין. בעת זײַן פֿרוי לינדאַ (סוזען טאָרען) נעמט אים אַרום און טרייסט אים, זינגט זי זיך שטיל צו די מעלאָדיע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען ‟. דער דאָזיקער אויסגעצייכנטער איראָנישער קנייטש בינדט צונויף דעם וויכטיקן מאָמענט אין דער שפּיל ניט בלויז מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר ער דינט אויך ווי אַ ביטערע באַלויכטונג פֿון דער ייִדישער באַציִונג צום אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישן חלום. ווילי לאָמאַן איז טאַקע אויסגעוואַקסן צו זײַן אַ קאָמיוואָיאַזשאָר, אַ סחור, ווי עס חלומט די מאַמע בײַם „ייִדעלעס וויגעלע ‟. אַנשטאָט אָבער „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען ‟ האַנדלט ער מיט זאָקן; און אַנשטאָט צו „פֿאַרדינען פֿיל געלט ‟ דערוויסט זיך לאָמאַן, נאָך 36 יאָר פֿון אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ אַמעריקע צו פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה פֿאַר דער זעלביקער פֿירמע, אַז זײַן טויט (צוליב זײַן פֿאַרזיכערונג) איז ווערט מער ווי זײַן לעבן. Peretz Markish - In Honor of his 120th Birthday אין „אַרבעטער־רינג ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם לעקטאָר, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע ‟. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען