| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
מעלדונגען
אויף דער ביכער-פאליצע רבקה באסמאן בן-חיים / דער שמייכל פון א בוים - חיוכו של עץ די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - גענוי אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד.
דער שטראַסבורגער "לופטעאטער" אָרגאַניזירט אין די לעצטע צװײ װאָכן פון יולי 2016 זײַן 7-טן ייִדיש זומער קורס. אין די פֿרימאָרגנס װעט געלערנט ווערן די ייִדישע שפּראַך אין דרײַ מדרגות,פֿון אָנהייבערס ביז אַװאַנסירטע; אין די נאָכמיטאָגס װעלן זײַן 2 װאַרשטאַטן פֿון ייִדישע לידער און כליזמר-טענץ און אין די אָװנטן דאָקומענטאַרן, קאָנפֿערענצן,שפּאַצירן. אין סוף װאָך אַ פּיעסע פון באָריס סאַנדלער געשפּילט פֿון אַניק פּרים (פּאַריז),און אַן עקסקורסיע אין ייִדישן עלזאַס. פּרטים: goldwaserrafael@gmail.com |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען