| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דערציילונגען
איך בין לעצטנס געפֿאָרן צוזאַמנען מיט מײַנע עלטערן אויף אַ ריזיקן יאַריד פֿונעם סאָרט, וואָס מיר אַמעריקאַנער רופֿן אָן מיטן מאָדנעם אויסדרוק, וואָס קלינגט אויך אויף ייִדיש - „פֿליי־מאַרק ‟. אויפֿן יאַריד אין אַ גאָר דאָרפֿישן ווינקל פֿון דרום־ניו־דזשערזי זענען, ווי ווײַט איך ווייס, ניטאָ קיין פֿליי, אָבער ס׳זענען יאָ געווען העכער טויזנט פֿאַרשידענע סוחרים, וואָס האָבן פֿאַרקויפֿט אַלע מינים אַלטוואַרג. צווישן די קליינע טישן, פֿאַרשטעלט מיט סחורה האָט מען געקענט געפֿינען אַלט מעבל, פֿאַרשידענע מינים פֿאַלשע צירונג, אַלטע צײַטונגען און ספּאָרט־אָנדענק־זאַכן, מוזיקאַלישע אַלבאָמען אויף עטכע פּלאַטעס און קאַסעטן, כּלערליי אָפּגעטראָגענע קליידער, און אומצאָליקע מינים מיליטערישע אָביעקטן: אוניפֿאָרמען, מעדאַלן, ביקסן, קוילן און אַפֿילו אַ פּאָר (האָפֿנטלעך אומאַקטיווע) גראַנאַטן. איך פֿאָר שוין אַ לעבן־לאַנג אויף אַזעלכע יאַרידן מיט די עלטערן. מיר האָבן זיי ליב ניט בלויז צוליב די אַלע טשיקאַווע זאַכן, אויף וועלכע מע קען זיך דאָרטן אָנשטויסן, נאָר אויך ובפֿרט צוליב די גאָר אינטערעסאַנטע מענטשן, מיט וועלכע מע קען זיך דאָרטן באַקענען. װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען