| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ליטעראַטור
לידער און דערציילונגען פֿון שרײַבערס וואָס לעבן צווישן אונדז און שאַפֿן ווייטער אין מאַמע לשון. רעצענזיעס פֿון זייערע ביכער.
אויף דער ביכער-פאליצע רבקה באסמאן בן-חיים / דער שמייכל פון א בוים - חיוכו של עץ די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - גענוי אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד.
אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות - אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע. נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער ‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע: „ איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר ‟, האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט: “I will give you a parable of the Prince and the Nazarite.” אַ שפּאַציר איבער די בלעטלעך פון זשורנאַליסטישע ראַפּאָרטן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די לעצטע צװאַנציק-דרײַסיק יאָר איז װי אַן עקסקורסיע איבער אַרכעאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַלט - פֿאַרגעסענע צײַטן. פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, פֿאָרשער און היסטאָריקער, אַזוי װי פֿאַר סתּם נײַגיריקע וויסן - דורשטיקע לײַטן, קען דאָס זײַן אַ קאָלעקטיװע איבערלעבונג, אַ דערמאָנונג פון אַן עקזאָטישער תּקופֿה אָדער, צומאָל, פֿון אַ ראָמאַנטישער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר שרײַבער און קינסטלער איז עס אַן אויפֿגעכאַפּטער רוישטאָף צו געשטאַלטן קינסטלעריש די קאָליריקע דראַמע פֿון דער גרויער טאָגטעגלעכקײט. אַ בינטל לידער און אַ קראַנץ אַרטיקלען
א קראנץ פאר רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
עס גייען הײַנט אַרויס אין ניו־יאָרק זייער אַ סך קינדער־זשורנאַלן פֿון פֿאַרשידענע קוואַליטעט־ניוואָען. צוליב דער קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער פֿרומער סבֿיבֿה קען מען, אַפֿילו אין די בעסטע חסידישע קינדער־זשורנאַלן, לייענען אַמאָל אַרטיקלען, וואָס זענען ניט אין גאַנצן „פּאָליטיש־קאָרעקט‟. אין די גאָר שוואַכע זשורנאַלן, אָבער, דרוקט מען צומאָל גאַנץ עקלדיקע אַרטיקלען, וואָס וואָרענען קעגן דער „געפֿערלעכקייט‟ און אַפֿילו דער „נאַרישקייט‟ פֿון די גויים. אַזאַ ראַסיזם קעגן גויים בכלל איז ניט קיין גרויסער חידוש פֿאַר די, וואָס לייענען פון מאל צו מאל די חסידישע פּרעסע. אלמנת הסופר משה גרוסמן אמא שלי רוזה גרוסמן, אלמנתו של הסופר היידי הנודע משה גרוסמן (1904 - 1961) נפטרה בגיל 94 והובאה למנוחות ב 3 באפריל 2016,שזה גם יום הולדתו של אבי המנוח. אבי כסופר ועיתונאי פרסם את כתביו ב"הײַנט" הווארשאי. אולם עיקר פרסומו קנה לו עם חשיפתו את פרצופו האמיתי האכזרי של הקומוניזם ושל המשטר הסטליניסטי בבריה"מ גילויים אלה נחשפו עם תום מלחמת העולם השניה עם הופעת ספריו: "וידויו של מהפכן" ו"בארץ הקסומה של ג'וגַשבילי האגדי", על רקע שבע שנות חיו בברה"מ. The Nomadic, Brilliant Itsik Manger עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.
בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים - סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. געװידמעט שמואל (אַרטור) זיגלבוימען מיר ברענגען דאָ פֿאַר אונדזערע לייענער דאָס ווייניק באַקאַנטע"ליד פון שנאה", װאָס איציק מאַנגער האָט געווידמעט דעם קוֹדש שמואל (אַרטור) זיגלבוים, דעם שליח פֿון אונטערערדישן "בונד" אין פּוילישן נאַציאָנאַלן גלות-ראַט אין לאָנדאָן. דער בריוו איז דאַטירט דעם 8טן דעצעמבער 1942, בערך אַ האַלב יאָר איידער זיגלבוים איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כּדי מיט זײַן טאַט צו דערשיטערן און אַלאַרמירן די מענטשהייט קעגן דעם שווײַגן פון דער פֿרײַער װעלט, אין אָנבליק פֿון דער מערדערישער אויסראָטונג פון יידישן פֿאָלק דורך די דײַטשן אין פּוילן און אין מזרח-אייראָפּע. דעם דאָזיקן היסטאָרישן דאָקומענט האָט אונדז צוגעשיקט פֿון ניו יאָרק פֿאַר די "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" אונדזער פֿרײַנד און קאָרעספּאָנדענט מאַיוס נאָװאָגרודזקי, באַגלייט מיט איציק מאַנגערס בריוו צו זיגלבוימען, װאָס ער האָט אָפּגעפֿונען אינעם אַרכיוו פון ייוו"אָ אין ניו-יאָרק. ער האָט אונדז אויך צוגעשיקט זײַן גלענצנדיקע איבערזעצונג פֿון דעם ליד אויף ענגליש, װאָס מיר פּובליקירן דאָ צום ערשטן מאָל.
די אָריגינאַלן פון דעם ליד און פון מאַנגערס דראַמאַטישן בריוו צו זיגלבוימען געפֿינען זיך אין דער טעקע פון די זיגלבוים-פּאַפּירן אינעם אַרכיוו פון ייוואָ אין ניו-יאָרק. Dedicated to Shmuel (Artur) Zygielbojm We offer our readers the hitherto “Song of Hate”, that Itzik Manger dedicated to the martyred Shmuel (Artur) Zygielbojm, the representative of the “Bund” underground in the Polish government in exile in London. The letter is dated the 8th of December 1942, about half a year before Zygielbojm took his own life in protest against the silence of the free world in light of the annihilation of the Jewish people by the Germans in Poland and in eastern Europe.
This poem, accompanied by a copy of Itzik Manger's letter to Zygielbojm, as well as an English rendering of the poem by Mayus Novogrudsky, the New York correspondent of “Lebns-Fragn”, who sent it to us for the “Fraye Lebns-Fragn”. Mayus himself found this document of historical importance in the Yivo Archive in New York. The original version of the poem and of Manger’s dramatically written letter to Zygielbojm are kept in the Zygielbojm papers file at the Yivo Archive הדגל האדום, נשבענו בשמו לחיים עד גרדום (די רויטע פאן - דער אפגאט פון די נישט גלויביקע) בניגוד לכחול ולבן הלאומי, בחר הבונד בדגל האדום הקוסמופוליטי. אבל השירים הרבים לכבודו נכתבו והושרו רק ביידיש.
"נרגשים נעמדנו דום. במצעדים ברחובות הערים, במיוחד באחד במאי ובחגים השונים של התנועה, נישא הדגל האדום בגאווה בידי הצועדים. כל סניף של המפלגה, כל איגוד מקצועי, היה לו דגל אדום משלו, ששם הארגון רקום עליו באותיות זהב. דעות אחרונות, 22.3.2016 (עברית) ומי לא בא למגילה / ערן ברוך ( פורסם ב׳ידיעות אחרונות׳, 22.3.16) די מגילה פון פורים איז אייגנטלעך א וועלטלעכע - די סאמע סעקולערסטע אגדה פון פילזייטיקער יידישקייט, אין וועלכער עס איז פאראן אן ארט פאר ספק, פאר קריטיק און צייטנווייז פאר ארויסברענגען טענות צום אויבערשטן. דאס איז א וויכטיקער, א וועזנטלעכער טייל פון דער סטרוקטור פון א געזעלשאפט, זי דערמאנט אונדז די חשיבות פון א פלוראליסטישער יידישקייט. מגילת אסתר היא המגילה החילונית והכפרנית ביותר. היא מזכירה לנו את חשיבותה של יהדות מרובת פנים. יהדות שנשמר בה המקום לספק, לביקורת ולעתים גם להתרסה כלפי שמיא. זה חלק משמעותי וחשוב בבניין של חברה, של תרבות ושל עם . מיט אײניקע חדשים צוריק האָב איך שוין געשריבן וועגן שלום אַשן. דעמאָלט האָב איך אַרויסגעזאָגט מײַן האָפֿענונג, אַז מע וועט הײַיאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן זײַן 135סטן געבוירן־טאָג - דעם 1טן נאָוועמבער. די רייד גייט דאָך ניט וועגן אַבי וועמען, נאָר וועגן ממש אַ ריז, איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע מײַסטערס פֿון ליטעראַרישן וואָרט.
צו װעמען געהערט די ייִדישע ליטעראַטור? צו דעם ייִדישן פֿאָלק אָדער צו דעם שרײַבערס הײמלאַנד? איז, למשל, לײב נײַדוס, װאָס זײַן 125סטן יובֿל װאָלט מען געדאַרפֿט אָפּמערקן הײַנטיקס יאָר, אַ ייִדישער אָדער אַ װײַסרוסישער שרײַבער? עס דאַכט זיך, אַז דאָס אײנציקע אָרט, װוּ מען געדענקט דעם דאָזיקן פֿײַנעם דיכטער הײַנט, איז זײַן הײמשטאָט גראָדנע. די גראָדנער קולטורעלע עפֿנטלעכקײט האָט געפּועלט, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זאָל צוטיילן נײַדוסעס נאָמען צו אײנער פֿון די גאַסן. פֿאַר זײַן יובֿל האָט די גראָדנער ליטעראַטור־ פֿאָרשערין אַלאַ פּעטרושקעװיטש פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אױף דער װעבזײַט פֿון דער װײַסרוסישער רעדאַקציע פֿון ראַדיאָ „ליבערטי ‟. דאָס אַלץ האָט אַ קלאָרן פּאָליטישן באַטײַט: דער אינטערעס צו אַ ייִדישן דיכטער איז אַ טײל פֿון דער װײַסרוסישער קולטורעלער אױפֿלעבונג; אָבער לײענען לײענט מען אין גראָדנע די ווערק פֿון נײַדוס אין דער פּױלישער איבערזעצונג, און לכאורה האָט די קלײנע ייִדישע קהילה אַ קנאַפּן אינטערעס אין זײער גרעסטן ייִדישן דיכטער. פּסיכאָלאָגיע פֿון שאַפֿן איז אַ רעלאַטיװ נײַער צװײַג פֿון װיסנשאַפֿט, און איך פּערזענלעך האָב אַ גרױסן ספֿק, צי עס געפֿינט זיך אױף דער װעלט אַ חכם, װאָס װײסט װי אַזױ ס׳װערט געבױרן אַ קינסטלעריש װערק. עס דאַכט זיך, אַז הײַנטיקע טעג, װען אַלע ייִדישע פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורגן קען מען אַװעקזעצן אין אײן אױטאָ און ס׳װעט נאָך בלײַבן פּלאַץ פֿאַר אַ פּאָר קינדער, װאָלט געװען זײער פּשוט צוצושטעלן אַ גרופּע פּסיכאָלאָגן צו יעדן ייִדישן שרײַבער און דערגײן דעם טאָלק: װאָס באַװעגט מיט די ייִדישע קינסטלער צו אַרבעטן אױף אַ שפּראַך און אין אַ קולטור, װעלכע איז שױן כּמעט אומפֿאַרשטענדלעך און אומבאַקאַנט דער גרױסער װעלט ? דער גרויסער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע־פּראָיעקט ‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו דיגיטאַליזירן וויפֿל נאָר מעגלעך פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס מ'האָט געדרוקט אין אַלע עקן וועלט. אויף דער פּראָיעקטירטער וועבזײַט קען מען שוין לייענען מער ווי 1.2 מיליאָן זײַטן פֿון 127,363 באַזונדערע נומערן פֿון 54 פֿאַרשידענע צײַטונגען, דערשינען אין משך פֿון די יאָרן 1843־2014. צווישן די עקזעמפּלאַרן, וואָס מע קען שוין לייענען „אָנלײַן ‟ געפֿינט מען יידישע צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, דזשודעזמאָ, יודעאָ־אַראַביש, רוסיש און אויך, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש. װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. פֿונעם 7טן ביזן 10טן סעפּטעמבער איז אין פּוילן פֿאָרגעקומען די צווייטע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, יצחק־לייבוש פּרץ, צו זײַן 100סטער יאָרצײַט. איר טיטל איז געווען „י. ל. פּרץ און זײַן סבֿיבֿה " די ערשטע קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אין חו ד ש אַפּריל אי ן וואַרשעווער אוניווערסיטעט; די באַטייליקטע האָבן דעמאָלט אויך באַזוכט דעם וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם. די צווייטע קאָנפֿערענץ אין די ראַמען פֿון דעם פּרץ-יאָר האָט שוין געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ מין אַקאַדעמיש ן װ אַנדערנדיקן סימ פּאָ זיום געווידמעט די פּוילישע שטעט און לאַנדשאַפֿטן. דעריבער איז פּאַסיק דאָ געוואָרן צו באַנוצן דאָס וואָרט „סבֿיבֿה Peretz Markish - In Honor of his 120th Birthday אין „אַרבעטער־רינג ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם לעקטאָר, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע ‟. און שעהן אין דער "לוביאַנקע" בלעטערנדיק אין די פאַרגעלטע בלעטלעך פון מײַן מעדיצינישן אַרכיװ, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אויסצוגן פון "קראַנקן-היסטאָריעס" פון צװײ פּאַציענטן - איינער פון זײ אַ "פאַרדינסט- פולער פּענסיאָנער", ד"ר ש. דער צװײטער, אַ געװײנלעכער פּענסיּאָנער, בירגער נ.. בײדע האָבן געהאַט אַ שײכות מיטן אומקום פון פּרץ מאַרקיש. אין 1955 האָט מען זײ מיטאַמאָל באַפרײַט פון זייער דינסט אין דער לוב-יאַנקער תפיסה אין מאָסקװע און מ'האָט זיי דעמאָלט פּענסיאָנירט. ד"ר ש. איז נאָכן אַרויסגיין אויף עמעריטור אַרײַנגע פאַלן אין אַ שװערער דעפּרעסיע. ער האָט זיך באַשולדיקט אין אַ סך פון די עװלות, װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן כּלפּי די צום טויט פאַראורטיילטע "פּאַציענטן", און גאָר באַזונדערס - אינעם דערשיסן פּרץ מאַרקישן. "ער איז ניט געװען בײַם זינען און איך האָב געחתמעט, אַז ער איז געזונט", האָט ער געטענהט. בעת דער ערשטער מעדיצינישער אונטערזוכונג האָט ד"ר ש. אָן אויפהער געמורמלט: היא פיזרה את חייה לריק, על זבל, על שום דבר, כתובת המצבה של אנה מרגולין, משוררת יידיש מיוסרת,
בבית העלמין מאונט כרמל, ניו יורק בשעה שאני כותבת זאת, אני חוששת שאני יוצאת נגד הכתובת על מצבתה של אנה מרגולין המפציר בעובר האורח לא לומר דבר. ברורים ככל שיהיו תחנוני מצבתה לרחם עליה, ללכת משם ולשתוק, אין זה אפשרי לציית לה. כמעט שלא מצאתי אותה. כששאלתי בשער, כמנהגי תמיד, על המשוררת תוך שימוש בשמה, בידיעה ששם העט היידי שלה מתנוסס בראש המצבה, שכחתי לרגע שבית־עלמין יהודי יכול לרשום אותה בשם הנישואין שלה, ואולי בשמה שלפני הנישואים, היות שהיא אינה קבורה לצד בעלה המשורר. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען