| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פֿון אַנדערע אויסגאַבעס
אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות - אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע. נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער ‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע: „ איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר ‟, האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט: “I will give you a parable of the Prince and the Nazarite.” התנועה הציונית שמה לה למטרה לתת פתרון לשאלת היהודים. האמצעי שנבחר הוא מדינה. התקווה היתה שעם הקמת המדינה יבוא מזור לבעיית האנטישמיות ולמצב שבו היו שרויים היהודים. תפישה זו התחזקה בעקבות השואה, ויש כנראה צדק בטענה שבעקבותיה נתנו אומות העולם את הגושפנקה להקמת המדינה היהודית. עס גייען הײַנט אַרויס אין ניו־יאָרק זייער אַ סך קינדער־זשורנאַלן פֿון פֿאַרשידענע קוואַליטעט־ניוואָען. צוליב דער קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער פֿרומער סבֿיבֿה קען מען, אַפֿילו אין די בעסטע חסידישע קינדער־זשורנאַלן, לייענען אַמאָל אַרטיקלען, וואָס זענען ניט אין גאַנצן „פּאָליטיש־קאָרעקט‟. אין די גאָר שוואַכע זשורנאַלן, אָבער, דרוקט מען צומאָל גאַנץ עקלדיקע אַרטיקלען, וואָס וואָרענען קעגן דער „געפֿערלעכקייט‟ און אַפֿילו דער „נאַרישקייט‟ פֿון די גויים. אַזאַ ראַסיזם קעגן גויים בכלל איז ניט קיין גרויסער חידוש פֿאַר די, וואָס לייענען פון מאל צו מאל די חסידישע פּרעסע. Gravitational Waves and Judaism גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס און ייִדישקייט... Gravitational Waves and Judaism קאָסמישער צוזאַמענשטויס. הונדערט יאָר נאָך אַלבערט אײַנשטײַנס טעאָרעטישער פֿאָרויסזאָגונג אינעם יאָר 1916, האָט זיך דער וויסנשאַפֿט גאײַנגעגעבן צו דעטעקטירן אַ מעכטיקן אימפּולס פֿוןראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס, וואָס צוויי שוואַרצע לעכער האָבן אויסגעשטראַלט בײַ זייער צוזאַמענשטויס אויף אַ מהלך פֿון איבער אַ מיליאַרד ליכט־יאָר פֿון דער ערד. אין מאָמענט פֿונעם צוזאַמענשטויס, האָבן די קאָסמישע אָביעקטן אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקן סכום גראַוויטאַציע־ענערגיע, 50 מאָל גרעסער ווי דאָס ליכט פֿון אַלע שטערן אינעם זעיִקן טייל פֿונעם אוניווערס. דעם 11טן פֿעברואַר האָבן צוויי באַקאַנטע אַסטראָפֿיזישע לאַבאָראַטאָריעס אומאָפּהענגיק איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן דעטעקטירט דעם מעכטיקן אימפּולס אין סעפּטעמבער 2015.The Nomadic, Brilliant Itsik Manger עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.
בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים - סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע. מה שעושה מדינה למדינה טובה אינו מידת האושר של תושביה, אלא רמת המוסר והאתיקה שלהם . כשחיילים נדחפים ומעודדים מדי יום לדכא ולהשפיל בני אדם ולהתייחס אליהם כאל אנשים נחותים, זה משפיע על החיילים, וכשהם חוזרים הביתה לסוף שבוע הם לוקחים את זה אתם". את הדברים הללו - המדויקים, הכואבים, המובנים מאליהם - אמר רב"ט שחר אברהם ברן, חייל בודד בן 19, חובש כיפה סרוגה, שמשרת כלוחם חילוץ והצלה של פיקוד העורף בבקעת הירדן . זו היתה ההבטחה הגדולה של תקופתנו: שפע, ובצדו שחרור מדאגות הקיום. ההתפכחות מרה וכואבת. שפע דווקא יש, עצום ורב: מזון, אנרגיה, חומרי גלם, ידע. אבל השפע מתעתע. ככל שהוא גדל, כך הוא נאגר בכיסי מעטים. והטכנולוגיה? במקום שתשחרר את האנושות מחרדות ועבודה קשה, היא רק מהדקת את האזיקים והפיקוח. ההתפכחות מהבטחת האושר של הקפיטליזם היא סיבת העומק להתערערות הביטחון הניכרת בכל היבשות.
הנפץ שפירק את ממשלת נתניהו־יעלון היה סרטון ההוצאה להורג בחברון. הופעתו חייבה את האחראים בצבא ובמערכת הפוליטית לקחת צד: האם החייל היורה אלאור אזריה הוא פושע או צדיק, האם מגיע לו כלא או צל"ש. ראש הממשלה בחר בחייל, שר הביטחון במפקדיו. באותו רגע הותנע התהליך שהוביל להדחת יעלון והחלפתו באביגדור ליברמן. ספק אם פעילי "בצלם" שהפיצו את הסרטון דימיינו את התוצאה הזאת. אבל כמו גיבורים בטרגדיה יוונית או שייקספירית, תאוותיהם הובילו אותם לאבדון. אין ספק שחשיפת ההוצאה להורג היתה ההישג המקצועי הגדול ביותר של ארגוני זכויות האדם בשטחים מאז ומעולם. אבל במקום שפרסום הסרטון יעודד את אכיפת דיני המלחמה בשטחים, טיפול משמעתי ב"חריגים" והידוק היד על הניצרה, עכשיו יקרה ההיפך.
עם ליברמן במשרד הביטחון, הניצרות יעברו למצב "אש", ויהיו עוד הרבה סרטונים כאלה. "פֿאַר אַ פֿרוי צו האָבן אַ דאָקטאָראַט איז ערגער ווי פֿאַרברענט צו ווערן אין די אויוונס פֿון אוישוויץ ‟. אַזוי האַלט ערנסט הרבֿ אַבֿיעזר פּילץ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ישיבֿה „תּושיה ‟ אינעם פֿרומען מושבֿ תּפֿרח, וואָס געפֿינט זיך אינמיטן דעם מידבר נגבֿ. דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט די דאָזיקע ווערטער אויף אַ ספּעציעלער קאָנפֿערענץ אין בני־ברק. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל פֿירנדיקע חרדישע רבנים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ חיים קאַניעווסקי, דער בני־ברקער וויזשניצער רבי, הרבֿ ישׂראל האַגער, און פֿאַרשיידענע אַשכּנזישע ראָש־ישיבֿות. די רבנים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו פֿאַרווערן די חרדישע מיידלעך, וואָס לערנען זיך אין דער פֿרומער שול־נעץ „בית־יעקבֿ ‟, צו באַקומען אַ העכערע בילדונג נאָך דער מיטלשול. הדגל האדום, נשבענו בשמו לחיים עד גרדום (די רויטע פאן - דער אפגאט פון די נישט גלויביקע) בניגוד לכחול ולבן הלאומי, בחר הבונד בדגל האדום הקוסמופוליטי. אבל השירים הרבים לכבודו נכתבו והושרו רק ביידיש.
"נרגשים נעמדנו דום. במצעדים ברחובות הערים, במיוחד באחד במאי ובחגים השונים של התנועה, נישא הדגל האדום בגאווה בידי הצועדים. כל סניף של המפלגה, כל איגוד מקצועי, היה לו דגל אדום משלו, ששם הארגון רקום עליו באותיות זהב. דעות אחרונות, 22.3.2016 (עברית) ומי לא בא למגילה / ערן ברוך ( פורסם ב׳ידיעות אחרונות׳, 22.3.16) די מגילה פון פורים איז אייגנטלעך א וועלטלעכע - די סאמע סעקולערסטע אגדה פון פילזייטיקער יידישקייט, אין וועלכער עס איז פאראן אן ארט פאר ספק, פאר קריטיק און צייטנווייז פאר ארויסברענגען טענות צום אויבערשטן. דאס איז א וויכטיקער, א וועזנטלעכער טייל פון דער סטרוקטור פון א געזעלשאפט, זי דערמאנט אונדז די חשיבות פון א פלוראליסטישער יידישקייט. מגילת אסתר היא המגילה החילונית והכפרנית ביותר. היא מזכירה לנו את חשיבותה של יהדות מרובת פנים. יהדות שנשמר בה המקום לספק, לביקורת ולעתים גם להתרסה כלפי שמיא. זה חלק משמעותי וחשוב בבניין של חברה, של תרבות ושל עם . שטודיעס וועגן די ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, קען מען הײַנט געפֿינען גאָר אַ סך, אָבער ביז איצט האָט מען ווייניק אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די נישט־ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען. די וואָך איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן די אידעאַלן, געשטיצט פֿון די גרינדער פֿון סאָציאַליסטישע זומער־לאַגערן פֿאַר דער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן. (דער ישראלדיקער דאנאלד קראמפ) אורן חזן , מקום 30 ברשימת הליכוד , נציג הצעירים במפלגה, ספסר הימורים לשעבר לכאורה ולפי תחקיר ערוץ 2, גם מי שתיווך בעסקאות זנות בין נערות ליווי לאורחי קזינו, איש שהמשטרה המליצה לא מכבר להעמידו לדין עלתקיפת עובד ציבור והתנהגות פסולה במקום ציבורי - עשה זאת שוב. בפעם השנייה בתוך שבוע במליאת הכנסת, התעמר ועלב בח"כ ד"ר קארין אלהרר ו הלעיג עליה שמחמת נכותה היא נזקקת לעזרה פיזית בהצבעות. כצפוי, קמה זעקה ציבורית, נכונה ומוצדקת: הפרלמנטר הזה, שכבר הוכיח בעבר כי הוא לוקה בהעדר מוחלט של רגישות אנושית, לא ראוי לשבת במשכן, בכל תפקיד שהוא. און שעהן אין דער "לוביאַנקע" בלעטערנדיק אין די פאַרגעלטע בלעטלעך פון מײַן מעדיצינישן אַרכיװ, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אויסצוגן פון "קראַנקן-היסטאָריעס" פון צװײ פּאַציענטן - איינער פון זײ אַ "פאַרדינסט- פולער פּענסיאָנער", ד"ר ש. דער צװײטער, אַ געװײנלעכער פּענסיּאָנער, בירגער נ.. בײדע האָבן געהאַט אַ שײכות מיטן אומקום פון פּרץ מאַרקיש. אין 1955 האָט מען זײ מיטאַמאָל באַפרײַט פון זייער דינסט אין דער לוב-יאַנקער תפיסה אין מאָסקװע און מ'האָט זיי דעמאָלט פּענסיאָנירט. ד"ר ש. איז נאָכן אַרויסגיין אויף עמעריטור אַרײַנגע פאַלן אין אַ שװערער דעפּרעסיע. ער האָט זיך באַשולדיקט אין אַ סך פון די עװלות, װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן כּלפּי די צום טויט פאַראורטיילטע "פּאַציענטן", און גאָר באַזונדערס - אינעם דערשיסן פּרץ מאַרקישן. "ער איז ניט געװען בײַם זינען און איך האָב געחתמעט, אַז ער איז געזונט", האָט ער געטענהט. בעת דער ערשטער מעדיצינישער אונטערזוכונג האָט ד"ר ש. אָן אויפהער געמורמלט: |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען