| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
לייט-אַרטיקל
- מיר דערלאַנגען דיר הײַנט דעם עלעקטראָנישן ווינטער־נומער 16 / 2015 פֿון אונדזערע פֿרײַע לעבנס־פֿראַגן נומ' 2 אין אַ שטאַרק אויסגעברייטערטן פֿאַרנעם - דאָס מאָל אין אַ גרויסער צאָל אויסגעווײלטע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, דערציילונגען,ווי אויך ליטעראַרישע שאַפֿונגען אין פּראָזע און פּאָעזיע - אַ מין ייִדישן "רידער דײַדזשעסט",וואָס די מערסטע פֿון זיי זײַנען אָפּגעקליבענע פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" און פֿון אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע מקורות. אין ביידע לשונות. אויך עטלעכע אויף ענגליש, מיטן ציל צו דערנעענטערן דעם אַנדערשפּראַכיקן לייענער צום ייִדישן ליטעראַרישן לשון. פֿון מעסער-טעראָר און ברענענדיקע קערפּערס דאָס נאָר װאָס פֿאַרענדיקטע יאָר לאָזט אונדז איבער פֿאַר דעם נײַעם יאָר 2016 אַ ביטערע ירושה פֿון װאַקסנדיקער שנאה, פֿון אַ מאַסיווער פּליטים-אינװאַזיע פֿון אַפֿריקע און סיריע קיין אייראָפּע און פֿאַרשטאַרקטן פעלקער-האַס, אכזיותדיקן װעלט-אָנגריף פֿון מוסולמענישן ברענענדיקן ראַסיזם און מעסער-טעראָר. דאָס אַלץ בײַ דער זײַט פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן טעכנאָלאָגישן פֿאָרשריט און װאָפֿן-געיעג, מיט אַ שאַרפֿן צוריקטריט פון דעם שלום-פּראָצעס און פֿון דער דעמאָקראַטיע אין מדינת ישראל. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען