| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
טרויער
די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - גענוי אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד.
אלמנת הסופר משה גרוסמן אמא שלי רוזה גרוסמן, אלמנתו של הסופר היידי הנודע משה גרוסמן (1904 - 1961) נפטרה בגיל 94 והובאה למנוחות ב 3 באפריל 2016,שזה גם יום הולדתו של אבי המנוח. אבי כסופר ועיתונאי פרסם את כתביו ב"הײַנט" הווארשאי. אולם עיקר פרסומו קנה לו עם חשיפתו את פרצופו האמיתי האכזרי של הקומוניזם ושל המשטר הסטליניסטי בבריה"מ גילויים אלה נחשפו עם תום מלחמת העולם השניה עם הופעת ספריו: "וידויו של מהפכן" ו"בארץ הקסומה של ג'וגַשבילי האגדי", על רקע שבע שנות חיו בברה"מ. געװידמעט שמואל (אַרטור) זיגלבוימען מיר ברענגען דאָ פֿאַר אונדזערע לייענער דאָס ווייניק באַקאַנטע"ליד פון שנאה", װאָס איציק מאַנגער האָט געווידמעט דעם קוֹדש שמואל (אַרטור) זיגלבוים, דעם שליח פֿון אונטערערדישן "בונד" אין פּוילישן נאַציאָנאַלן גלות-ראַט אין לאָנדאָן. דער בריוו איז דאַטירט דעם 8טן דעצעמבער 1942, בערך אַ האַלב יאָר איידער זיגלבוים איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כּדי מיט זײַן טאַט צו דערשיטערן און אַלאַרמירן די מענטשהייט קעגן דעם שווײַגן פון דער פֿרײַער װעלט, אין אָנבליק פֿון דער מערדערישער אויסראָטונג פון יידישן פֿאָלק דורך די דײַטשן אין פּוילן און אין מזרח-אייראָפּע. דעם דאָזיקן היסטאָרישן דאָקומענט האָט אונדז צוגעשיקט פֿון ניו יאָרק פֿאַר די "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" אונדזער פֿרײַנד און קאָרעספּאָנדענט מאַיוס נאָװאָגרודזקי, באַגלייט מיט איציק מאַנגערס בריוו צו זיגלבוימען, װאָס ער האָט אָפּגעפֿונען אינעם אַרכיוו פון ייוו"אָ אין ניו-יאָרק. ער האָט אונדז אויך צוגעשיקט זײַן גלענצנדיקע איבערזעצונג פֿון דעם ליד אויף ענגליש, װאָס מיר פּובליקירן דאָ צום ערשטן מאָל.
די אָריגינאַלן פון דעם ליד און פון מאַנגערס דראַמאַטישן בריוו צו זיגלבוימען געפֿינען זיך אין דער טעקע פון די זיגלבוים-פּאַפּירן אינעם אַרכיוו פון ייוואָ אין ניו-יאָרק. פֿון האַמבורג איז אונדז אָנגעקומען די ביטערע בשׂורה וועגן דער פּטירה פֿון דאָראָטעאַ גרעווע אין עלטער פֿון 61 יאָר, פֿון אַ קאַנסער. אין דער ייִדישוועלט האָט זיך דאָראָטעאַ קונה־שם געווען ווי אַן ערשטקלאַסיקע ייִדיש־לערערין און אויך ווי אַן איבערזעצערין אויף דײַטש פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור,. ווי אַ יונגע ניט־ייִדישע דײַטשין האַט דאָראָטעאַ גאָר פרי דערפילט אַ באַגײַסטערטן דראַנג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי איז געווען צווישן די גרינדער און אָנפֿירערס פֿון דער "סאַלאָמאָ בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש" אין האַמבורג. Dedicated to Shmuel (Artur) Zygielbojm We offer our readers the hitherto “Song of Hate”, that Itzik Manger dedicated to the martyred Shmuel (Artur) Zygielbojm, the representative of the “Bund” underground in the Polish government in exile in London. The letter is dated the 8th of December 1942, about half a year before Zygielbojm took his own life in protest against the silence of the free world in light of the annihilation of the Jewish people by the Germans in Poland and in eastern Europe.
This poem, accompanied by a copy of Itzik Manger's letter to Zygielbojm, as well as an English rendering of the poem by Mayus Novogrudsky, the New York correspondent of “Lebns-Fragn”, who sent it to us for the “Fraye Lebns-Fragn”. Mayus himself found this document of historical importance in the Yivo Archive in New York. The original version of the poem and of Manger’s dramatically written letter to Zygielbojm are kept in the Zygielbojm papers file at the Yivo Archive װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען