| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ יאָר פֿון שׂנאה -2015
פֿון מעסער-טעראָר און ברענענדיקע קערפּערס לייט-ארטיקל: י. ל-ן
דאָס נאָרװאָס פֿאַרענדיקטע יאָר לאָזט אונדז איבער פֿאַר דעם נײַעם יאָר 2016 אַ ביטערע ירושה פֿון װאַקסנדיקער שנאה, פֿון אַ מאַסיווער פּליטים-אינװאַזיע פֿון אַפֿריקע און סיריע קיין אייראָפּע און פֿאַרשטאַרקטן פעלקער-האַס, אכזיותדיקן װעלט-אָנגריף פֿון מוסולמענישן ברענענדיקן ראַסיזם און מעסער-טעראָר. דאָס אַלץ בײַ דער זײַט פֿון אַ פֿאַנטאַסטישן טעכנאָלאָגישן פֿאָרשריט און װאָפֿן-געיעג, מיט אַ שאַרפֿן צוריקטריט פון דעם שלום-פּראָצעס און פֿון דער דעמאָקראַטיע אין מדינת ישראל. אויב איינער פֿון די לעצטע געזעלשאַפֿטלעכע סקאַנדאַלן אין ישראל האָט, ממש אין די לעצטע טעג פון דעם אפּטרעטנדיקן יאָר זיך קאָנצענטרירט ארום דער "פּרשה" שלום - איז עס געװען נישט אַרום דעם שלום-צוג צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער, וועלכער קייקלט זיך אַראָפּ אַלץ טיפֿער פֿון די רעלסן, נאָר אַרום דער דעמיסיע פֿונעם מיניסטער סילװאַן שלום פֿון דער רעגירונג און פֿון דער כּנסת צוליב די אָנקלאַגעס קעגן אים וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג פון צען פֿרויען, באַאַמטע אין זיינע מלוכהשע אינסטאַנצן. בכלל איז דאָס יאָר 2015 געווען אין ישׂראל אַ יאָר פֿון מאָראַלישע קריזיסן מיט אַלץ מער און מער אַפֿערעס װעגן קאָרופּציע פון כאַבאַר און שאַנד-אַקטן אין די העכסטע מלוכהשע און געזעשאַפֿטלעכע ראַנגן פֿון דער פּאָליציי און פֿון אַנדערע אינסטאַנצן ביז צו דער כנסת. אָט די העכסטע געזעצגעבערישע אינסטאַנץ פֿון די אויסדערוויילטע פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאָלק האָבן הײַנטיקס יאָר פֿאַרשאַפט דעם פֿאָלק די גרעסטע בושות. די סאַמע רעאַקציאָנער- סטע געזעצן, װאָס באַשרענקען די בירגערלעכע פֿרײַהייטן און מענטשן-רעכט, באַגרענעצן די פולמאַכטן פֿון דעם העכסטן געריכט און פֿאַרשטאַרקן דעם רעליגיעזן צװאַנג, זײַנען געװאָרן אײַנגעפֿירט און נייע ווערן אן אויפהער געפּלאַנט דורך דער איצטיקער כנסת. די אַנגענומענע געזעצן און דער געדיכטער שטראָם פון די געזעץ-פּרויעקטן, וואָס ווערן געפּלאַנט פֿאַר דער איצטיקער קאַדענץ פון דעם ישראלדיקן פּאַרלאַמענט, פֿירן אויפֿן וועג צו פֿאַרװאַנדלען דעם רעזשים פון נתניהו אין אַ דיקטאַטור פֿון אַן אַנטי-דעמאָקראַטישער מערהײַט. די קאָניונקטורעלע מערהייט פֿון די אַנטי-דעמאָקראַטישע פּאַרטייען איז איצט זייער אַ װאַקלדיקע, צוליב דעם קליינעם אונטערשיד פון 2 מאַנדאַטן צװישן דער קאָאַליציע און דער אָפּאָזיציע, און אויך דאָס איז מיט דער הילף פֿון דער אַגרעסיװער ראַסיסטישער העצע פון דעם רעכט-נאַציאָנאַליסטישן לאַגער סײַ בעת דער ראַסיסטישער װאַל‾קאַמפּאַניע (נתניהו: "די אַראַבער שטראָמען אין די טויזנטער צו די וואַל-אורנעס") אין די לעצטע שעהן פון די װאַלן. אויך די אָפּשרעקונגס-העצע קעגן דער "לינקער געפֿאַר" און דער אַטאָמישער געפֿאַר פֿון איראַן און דעם טעראָר פֿון כאַמאַס האָבן צונויפֿגעברענגט אַלע רעליגיעזע פּאַרטייען מיט דער נײַער צענטער-פּאַרטיי "כּולנו"- "מיר אַלע"- אַ מין ליבעראַלער פֿײַגנבלאַט אין דער רעגירונג פֿון נתּניהו, וועלכער גרייט זיך צו הערשן אין דער פֿינפֿטער קאַדענץ. מיט אַזאַ צוזאַמענשטעל פֿון דער רעכטער קאָאַליצע פון 61 מאַנדאַטן, װאָס האָט דערמעגלעכט נתניהון אַרײַנצוטרעטן אין זײַן פֿערטער קאַדענץ אַלס פּרעמיער, קעגן אן אָפּאָזיציע פֿון 59 דעפּוטאַטן אין דער כּנסת, האָט דער "נאַציאָנאַלער" לאַגער, בראש מיט דער אָנפֿירונג פֿון דער אויסגעװאַקסענער קאָלאָניזאַציע, די "התנחלות", געעפנט אַ העסלעך גיפֿטיקע העץ-קאַמפּאַניע קעגן די "לינקע", קעגן דער ליבעראַל-לינקער אָפּאָזיציע, און קעגן דעם מדינה-פּרעזידענט ראובן ריבֿלין, דעם לאַנגיאָריקן רעװיזיאָניסט, װאָס האָט קריטיקירט נתניהוס פּאָליטיק און איז אַזוי וואַרעם געװאָרן אויפגענומען דורכן אַמעריקאַנער דעמאָקראַטישן פּרעזידענט אָבאַמאַ, נתניהוס גרעסטן פֿײַנד. די ברוטאַלע העץ-קאַמפּאַניע, װאָס איז דורך נתניהוס מחנה צעבלאָזן געװאָרן קעגן דעם ליבעראַל-רעװיזיאָניסטישן מדינה-פּרעזידענט און קעגן דער לינקער אָפּאָזיציע, האָט איבערגעשטיגן די העץ-קאַמפּאַניע, וואָס איז אַנטװיקלט געװאָרן מיטן הכשר און ברכה פֿון רבנים און ראשי ישיבֿות מיט איבער צװאַנציק יאָר צוריק און האָט דערפֿירט צום מאָרד פֿון דעם שלום-טוער עמיל גרינצװײַג און צום סוף צום מאָרד פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין. די איצטיקע ענלעכע העץ-קאַמפּאָניע קעגן דעם שלום-לאַגער און די "לינקע" האָט דערגרייכט איר הויך-פּונקט מיט די פֿאַרברעכערישע מעשׂים פֿון דעם באַנײַטן ייִדישן אונטערגרונט, װאָס איז אויך דאָס מאָל אינספּירירט געװאָרן און איז אויסגעװאַקסן מיטן הכשר און ברכה פֿון רבנים אונטער די אויגן פון דער אָקופּאַציע-מאַכט און פֿון דער מיליטאַנטישער אָנפֿירונג פֿון די קאָלאָניסטן אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים. די אַלע פּאַרשוינען, אײַנשליסלעך בנימין (ביבי) נתניהו, װאָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער דעמאָלטיקער העץ-קאַמפּאַניע קעגן ראַבינען און קעגן די "לינקע", זײַנען הײַנט בײַ דער מאַכט. דער ייִדישער טעראָריסטישער אונטערגרונט און די גיפֿטיקע העץ-קאַמפּאַניע פֿון זײערע אידעאלאגישע באַשיצער, אויף בײדע זײטן פון דער שוין פֿאַרגעסענער "גרינער ליניע" און די טאָלעראַנטע באַציִוּנג פֿון דער מאַכט צו דער כלוֹמרשט "מאַרגינאַלער" הפֿקר-יוגנט פון די "בערגלעך" און צו זײערע פֿאַרברעכערישע טאַטן, זײַנען אַרויסגעװאַקסן פון זײער משיחיסטישער דערציונג אין די ישיבֿות און זייער סביבה אויף די שטחים. פון זיי זײַנען אַרויסגעװאַקסן די אונטערצינדערס פון די איבער פֿערציק מוסולמענישע מעטשעטן און קריסטלעכע קירכעס, צווישן זיי די דריי סאַמע הייליקסטע קירכעס בײַם כנרת און אין גליל, פֿאַרברענענדיק אין זיי די הייליקע ספרים זײערע, ביז אָט די גאָטספֿאַרכטיקע יידישע באַרבאַרן זיינען דערגאַנגען צום פֿאַרברענען מענטשן לעבעדיקערהייט - דאָס 9-יאָריקע אַראַבישע ייִנגעלע אין דאָרף דוראַ דעם 13- יולי 2015, און זעקס װאָכן שפּעטער אינעם דאָרף דומאַ די גאַנצע משפּחה דעװאַבשע פון 4 נפשות, פֿון װעלכער נאָר איין 4-יאָריק יִינגעלע איז געבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן אַ פֿאַרװוּנדיקטע קאַליקע און אַ קײַלעכיקער יתום. איצט זיצט טאָג און נאַכט בײַ זײַן בעטל אין שפיטאָל זײַן זײדע, װעלכער האָט אין יענער פינצטער-בלוטיקער נאַכט פֿון דעם ייִדישן פֿייער-טעראָר אין זייער שטוב נישט גענעכטיקט און איז אַזויאַום ניצול געװאָרן פֿונעם ברענענדיקן טויט. אויך אַ צװײטע, זײער ברודערס משפחה איז ניצול געװאָרן פון דעם זעלבן גורל, ווײַל זיי האָבן צופֿעליק גענעכטיקט בײַ זייערע אָנדערע קרובים אין אַן אַנדערער דאָרף אין דער נאַכט װען זייער פּאַלעסטיניש-אַראַבישע שטוב איז געװאָרן פֿאַרברענט פֿון אַ "ייִדישער" צינד-באָמבע. ביז איצט האָט דער גאַנצער "נאַציאָנאַלער לאַגער" בראש מיט נתּניהו, בענעט און זײַן נאָך עקסטרעמערן פּאַרטײ-שותף און אידעאָלאָגישער יורש אורי אריאל געטענהט, אַז דאָס איז אַ "מאַרגינעלע" דערשײַנונג פֿון אײניקע "נישט דיסציפּלינירטע” ייִנגלעך פֿון די סאָציאַלע ראַנדן, אין װעלכע דער ייִדישער אָפּטייל פֿון דעם געהיימדינסט שב”כּ (שרות בטחון כּללי) האָט אין משך פון לאַנגע חדשים נישט געקענט אַרײַנדרינגען צוליב דעם סאָלידאַרן שװײַגן פֿון זײער כּלוֹמרש "מעסיקער" קאָלאָניאַליסטישער סביבה- אין דער צײַט װען די פּאַלעסטינער און אַראַבישע טעראָריסטן װערן אָפּגעפֿונען דורך דעם זעלבן שב"כ אָפֿטמאָל אין משך פֿון געצײלטע שעהן אָדער טעג נאָך זייער טעראָר-אַקט. אַ האַלב יאָר אַן ערך האָט דער שב"כּ נישט מצליח געװען אין זײַן אַנשטרענג צו געפֿינען די באַרבאַרישע פֿאַרברעכערס, וועלכע האָבן אומגעשטערט געװילדעװעט אויף די אָקופּירטע שטחים. די "גאָלדענע יוגנט", וועמען אריק שרון האָט זײַנערצײַט גערופֿן צו "לויפֿן אויף די סטראַטעגישע בערגלעך" און האָט זיי שפּעטער אָנגעהויבן צו פֿאַרפֿאָלגן, האָבן אומגעשטערט אויפגעשטעלט אומגעזעצלעכע "אָנהאַלט-פּונקטן", פֿון װעלכע עס זײַנע אויפגעקומען געכּשרטע יישובים, בראש מיט די עקסטרעמיסטישע "יצהר" און "תּפּוח” צװישן ראַמאַללא און שכם. דער שבּ"כּ האָט אָבער נישט מצליח געװען "אײַנצובײַסן" דעם יידישן אונטערגרונט, װעלכן כמעט דער גאַנצער ישוב אויף די אָקופּירטע שטחים האָט גוט געקענט, אָבער סאָלידאַר געשװיגן. אויך דער גאַנצער "נאַציאָנאַלער לאַגער" אויף דער "געזעצלעכער זײַט" פֿון דער "גרינער ליניע" האָט געדעקט און באַשיצט אין אַזאַ אָדער אַנדערער פֿאָרעם די פֿאַרדעכטיקע אין די שוידערלעכע פֿאַרברעכנס. די פּאָליצײיִשע אויספֿאָרשונגען און די אַדמיניסטראַטיווע אַרעסטן, פֿון װעלכע די פֿאַרדעכטיקע זײַנען געװאָרן באַפֿרײַט און װידער געפֿאָרשט, האָבן קיין רעזולטאַטן נישט געגעבן. די פּראָקוראַטור האָט נישט באַקומען פון דער אויספֿאָרשונג קיין גענוגנדיקע זאַכלעכע באַװײַזן פֿאַרן געריכט. דעם שטאַרקסטן זאַכלעכן באַװײַז האָבן אָבער געגעבן די ייִדישע טעראָריסטן אַלײן. אַ געװיסן טאָג האָט דער זיכערהייט-מיניסטער משה (באָגי) יעלון אויף אַן אָנפֿראַגע פֿון זשורנאַליסטן געענטפֿערט, אַז די זיכערהייט-אינסטאַנצן װײסן װער עס זײַנען די פֿאַרברעכערס, אָבער זײ אַרעסטירן זײ נישט, װײַל זײ ווילן נישט אויסגעבן די מקורות פֿון די אינפֿאָרמאַציעס. עס האָט אָבער גענומען צײַט ביז װאַנען די אויספֿאָרשונג האָט אָנגעהויבן געבן קאָנקרעטע רעזולטאַטן. ערשט װען עס איז באַװוּסט געװאָרן, אַז די "ייִדישע אָפּטײלונג" פֿון שב"כ האָט אָנגעהויבן אָנװענדן קעגן די ייִדישע פֿאַרברעכערס די זעלבע אויספֿאָרשונגס-מעטאָדן ווי קעגן די אַראַבישע טעראָריסטן - איז דער גאַנצער רעכטער לאַגער בראָש מיט די כלוֹמרשט "מעסיקע" מתנחלים מיט איין מאָל אַרויס מיט אַן אָרגאַניזירטן אַלאַרם-געשרײַ, מיט פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס, פֿאַרפֿלײצנדיק דעם פֿײסבוק און די אינטערנעץ-קאַנאַלן מיט מערדערלעכע דראָונגען קעגן דעם שב"כּ און קעגן די מלוכישע אינסטאַנצן, קעגן דעם מדינה-פּרעזידענט און דעם פּרעמיער, און אַפֿילו קעגן נפֿתּלי בענעטן, דעם מנהיג פון "הבית הלאומי", קעגן דעם שב"כּ, װעלכער פּײַניקט די ייִדישע אַרעסטירטע טעראָריסטן און די אַלע, װאָס שטיצן און פֿאַרטײדיקן דעם שב"כּ - און מיט איין מאָל זײַנען זײ געװאָרן הומאַניסטן און מיט אײן מאָל האָבן די אָנהענגערס פֿון "תּג מחיר” אָנגעהויבן דעמאָנסטרירן און פּראָטעסטירן אין נאָמען פֿון די פֿאַרשװעכטע ”מענטשן-רעכט"... ...אַ ייִדישער טעראָריסט איז דאָך עפּעס אַנדערש. דער מיניסטער פֿאַר הײַזער-בוי אורי אַריאל, דער פֿירער פֿון דער עקסטרעם רעכטער "מולדת" (פֿאָטערלאַנד), װעלכער איז אַ שותף צו בענעטן אין דער כנסת‾פֿראַקציע פֿון "הבית היהודי", איז אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט מיט דער פֿאָדערונג צום שב"כּ אויפֿצולײַזן די "ייִדישע אָפּטיילונג" און "אויפֿצוהערן פּײַניקן די ייִדישע טעראָריסטן". אין דער זעלבער צײַט איז אָנגעגאַנגען, און ס'גייט װײַטער אָן, די טעטיקייט פֿונעם טעראָריסטישן ייִדישן אונטערגרונט, און עס גייט װײַטער אָן, פֿון דער אַנדערער זײַט, דער פּאַלעסטינער מעסער-טעראָר װי אַ ספּאָנטאַנע, אַ נישט אָרגאַניזירטע דריטע אינטיפֿאַדע לררבֿ פון מינדעריעריקע יחידים. די גאַנצע אָרגאַניזירטע װילדע העץ-קאַמפּאַניע האָט זיך אָבער אויך מיט איין מאָל אײַנגעבראָכן, ווען אין דעם 10-טן קאַנאַל פֿון דער טעלעװיזיע איז געװאָרן אויפגעלויכטן דער דערשיטערנדיקער קורצפֿילם פֿון דער חתונה פון איינעם פֿון די אָנפֿירערס פֿון דעם יידישן טעראָריסטישן אונטערגרונט. דער חתן - אַ זון פֿון אַ באַװוּסטן רב אויף די "שטחים", און אַרום אים אַ גרויסער עולם יונגעלײַט טאַנצן אין װילדן עקסטאַז מיט אויפגעהויבענע געווער כּלים און מיט מעסערס, מיט וועלכע זיי שטעכן דאָס בילד פֿון דעם פֿאַרברענטן האַלביאָריקן קינד פֿון דער משפּחה דעװאַבשע אויף דער װאַנט. צווישן די אָנװעזנדיקע אויף דער חתונה און דעם רצחישן שנאה-טאַנץ זעט מען די פּנימער פון אַ צאָל באַקאַנטע תּושבֿים און מנהיגים פֿון די "שטחים". די בילדער, װאָס זײַנען אויפגעכאַפּט און געװיזן געװאָרן אין אַלע קאָמוניקאַציע-נעצן פֿון דער וועלט, האָבן דערשיטערט דעם געװיסן פון דער עפֿנטלעכער מײַנונג אין ישראל און האָבן צוגעאיילט דאָס דערלאַנגען די באַשולדיקונגס-אַקטן קעגן די געװיסנלאָזע מערדער און זײערע געװיסנשװאַכע באַשיצערס. אָבער אַזוי װי פון די מתּנחלים און באַשיצערס פֿון ד"ר גאָלדשטײן - דעם מאַסן-מערדער פֿון די 29 מתפּללים (און פֿון נאָך הונדערטער פֿאַרװוּנדיקטע) אין דער מערת המכפּלה אין חברון - און פֿון די מערדער פֿון גרינצװײַג און פון יצחק ראַבין האָבן זיך געקלאַפּט על חטא מיט צװאַנציק יאָר צוריק און האָבן צוגעזאָגט צו מאַכן אַ חשבון הנפֿש, קאָן מען הײַנט שוין מער װי דאָס אויך פֿון זײ נישט דערװאַרטן. פֿאַר דער גלאָבאַלער וועלט לאָזט איבער דאָס אָפּטרעטנדיקע יאָר 2015 נישט קיין סך אַ בעסערע ירושה צום נײַעם יאָר 2016. דער מאַסיװער טעראָר-אַקט פֿון דער "מוסולמענישער מלוכה" אין פּאַריז און די מיליאָניקע אינוואַזיע פון פּליטים פון צפון-אַפֿריקע און פֿון סיריע קײן אײראָפּע און די שטײַגנדיקע געפֿאַר פֿון נעאָ‾פֿאַשיזם זאָגן קיין גוטע פּערספּעקטיוון פֿאַרן נײַעם יאָר נאָך נישט אָן. עס בלייבט אבער די איינציקע האפענונג, אז די מענטשהייט וועט זיך דאך באזינען און וועט זיך נישט לאזן טעראריזירן פון געוויסנלאזע פארברעכערס קעגן דער מענטשהייט.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען