| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דאָס ליד פֿון שׂנאה
געװידמעט שמואל (אַרטור) זיגלבוימען איציק מאַנגער
מיר ברענגען דאָ פֿאַר אונדזערע לייענער דאָס ווייניק באַקאַנטע "ליד פון שנאה", װאָס איציק מאַנגער האָט געווידמעט דעם קוֹדש שמואל (אַרטור) זיגלבוים, דעם שליח פֿון אונטערערדישן "בונד" אין פּוילישן נאַציאָנאַלן גלות-ראַט אין לאָנדאָן. דער בריוו איז דאַטירט דעם 8טן דעצעמבער 1942, בערך אַ האַלב יאָר איידער זיגלבוים איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כּדי מיט זײַן טאַט צו דערשיטערן און אַלאַרמירן די מענטשהייט קעגן דעם שווײַגן פון דער פֿרײַער װעלט, אין אָנבליק פֿון דער מערדערישער אויסראָטונג פון יידישן פֿאָלק דורך די דײַטשן אין פּוילן און אין מזרח-אייראָפּע. דעם דאָזיקן היסטאָרישן דאָקומענט האָט אונדז צוגעשיקט פֿון ניו יאָרק פֿאַר די "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" אונדזער פֿרײַנד און קאָרעספּאָנדענט מאַיוס נאָװאָגרודזקי, באַגלייט מיט איציק מאַנגערס בריוו צו זיגלבוימען, װ אָס ער האָט אָפּגעפֿונען אינעם אַרכיוו פון ייוו"אָ אין ניו-יאָרק. ער האָט אונדז אויך צוגעשיקט זײַן גלענצנדיקע איבערזעצונג פֿון דעם ליד אויף ענגליש, װ אָס מיר פּובליקירן דאָ צום ערשטן מאָל.
די אָריגינאַלן פון דעם ליד און פון מאַנגערס דראַמאַטישן בריוו צו זיגלבוימען געפֿינען זיך אין דער טעקע פון די זיגלבוים-פּאַפּירן אינעם אַרכיוו פון ייוואָ אין ניו-יאָרק.
יצחק לודען
ליבער זיגלבוים,
איך שיק אייך מײַן שנאה-ליד געװידמעט אײַך. אין דער ערשטער רגע האָב איך זיך אַלײן דערשראָקן פֿאַר אָט דעם געפֿיל, אָבער ס'איז מיר אַרײַן אין בלוט. איך װײס אז איך וועל נישט ציטערן ווען דאָס ליד פֿון שׂנאה וועט ווערן וואָר, און נאָך מער, איך וועל נישט האָבן קיין חרטה.
אויב דאָס ליד קען מיט עפּעס אינספּירירן טאַטן דערנענטערן דעם מידת הדין װאָלט איך געווען דער גליקלעכסטער מענטש אין דער וועלט.
אײַער איציק מאַנגער xii / 8. 1942
איציק מאַנגער מײַן שׂנאה-ליד געװידמעט זיגלבוימען, דעם אויסשרײַער פֿון אונדזער צער און צאָרן
צי איז מיר באַשערט צו זײַן דער לעצטער זינגער אויב ס'איז מיר באַשערט צו זײַן אַ װערבע "דײַן טאַטע איז אַ האַק, דײַן מאַמע איז אַ מעסער" װײַל איך װעל צײלן זײערע מינוטן. "דײַן טאַטע איז אַ האַק, דײַן מאַמע איז אַ מעסער" צעטײל מיך, גאָט, אויף טויזנטער קאָשמאַרן, צעפּלאָשע דײַנע סאָװעס, גאָט, איבער דער פֿינצטערער מדינה
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען