| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ יאָרצײַט װאָס בײַסט דאָס געװיסן
- יצחק לודען
צי האָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט געלערנט - און װאָס האָט זי געלערנט - פֿון דעם ראַבין־מאָרד? צי האָט זי געמאַכט דעם געװיסנהאַפֿטן נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש, צו װעלכן זי איז גערופֿן געװאָרן, און צו װעלכן זי האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט מיט זעקס יאָר צוריק, נאָכן מאָרד פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין? די דאָזיקע שאלה װערט געפֿרעגט, שױן װי אַ טראַדיציאָנעלער ריטואַל, יעדעס יאָר װען עס װערט אָפּגעצײכנט דער יאָרטאָג פֿון דעם סאַמע דערשיטערנדיקסטן געשעעניש אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ ישׂראל. זי איז אױך געפֿרעגט געװאָרן הײַנטיקע װאָך, צו דעם זעקסטן יאָרטאָג פֿון דעם שענדלעכן נאַציאָנאַלן פֿאַרברעכן. דער יאָרטאָג, װאָס איז הײַנטיקס יאָר אױסגעפֿאַלן, לױטן ייִדישן לוח, מאָנטיק י"ב בחשװן, איז דאָס מאָל אָפּגעצײכנט געװאָרן אין אַ ביז גאָר דראַמאַטישן טאָג. ער איז געװען באַגלײט פֿון פֿינף הרוגים און פֿערציק פֿאַרװוּנדיקטע, קרבנות פֿון צװײ פּאַלעסטינער טעראָר־אַקטן - אין חֶדֶרַה און נעבן דעם קיבוץ מצר בײַ באַקאַ על שאַרקיִאַ; דעם זעלבן טאָג איז, פֿון דער אַנדערער זײַט, דורכגעפֿירט געװאָרן דער צוריקטריט פֿון די געפּאַנצערטע מיליטער־אײנהײטן פֿון בית־לחם, בית־דזשאַלאַ און דעם דאָרף בית־רימא, נאָך אַ שטראָף־אָקופּאַציע פֿון צען טעג; און דאָס ישׂראלדיקע אַראַבישע דאָרף כּפֿר־קאַסעם האָט - אױך דעם זעלבן טאָג - אָפּגעצײכנט דעם 45־סטן יאָרטאָג פֿון דער שחיטה פֿון 49 פֿרידלעכע תּוֹשבֿים פֿון דעם דאָרף, ערבֿ דער סועץ־ און סיני־"אָפּעראַציע" פֿון אָקטאָבער 1956. אַ מין סוררעאַליסטישער דרײַעק פֿון דרײַ סימבאָליש־טראַגישע געשעענישן, אָדער ריכטיקער אפֿשר - אַ געאָמעטרישער קאָנוס, װאָס אױף זײַן שפּיץ, אױף זײַן הױכפּונקט, איז דער מאָרד פֿון יצחק ראַבין: דער פֿאָקוס פֿון די דראַמאַטישע קעגנזאַצן אין לעבן פֿון דער מדינה און פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אַ לעבן, װאָס איז געפֿלאָכטן מיט טױט. דאָס לעבן װערט אָבער געשפּײַזט פֿון דעם אומאױפֿהערלעכן געראַנגל צװישן מלחמה און שלום, און צװישן ייִאוש און האָפֿענונג. דער מערדער פֿון יצחק ראַבין האָט געצילט צו דערמאָרדן סײַ דעם שלום און סײַ די האָפֿענונג. דער צונױפֿפֿאַל פֿון די דרײַ אױבן אָנגעװיזענע געשעענישן אינעם טאָג פֿון ראַבינס יאָרצײַט און די געשאַפֿענע װירקלעכקײט פֿון די פֿאַרגאַנגענע זעקס יאָר באַװײַזן, אַז די דאָזיקע "געטלעכע שליחות" האָט זיך אײַנגעגעבן דעם פֿאַנאַטיקער פֿון אָט דעם װילדן חזיון. און, צוריקקערנדיק זיך צו דער פֿראַגע, מיט װעלכער מיר האָבן געעפֿנט אונדזער מאמר, באַװײַזן די נײַע אַלאַרם־סיגנאַלן - און דאָס איגנאָרירן זײ דורך דער ישׂראלדיקער און דורך דער ייִדישער עפֿנטלעכקײט (נישט נאָר אין ישׂראל) - אַז זי האָט אפֿשר אַ סך געלערנט פֿון דעם ראַבין־מאָרד, אָבער װײניק װאָס פֿון אים זיך אױסגעלערנט … אָן ספֿק האָט דער ראַבין־מאָרד אַ שטױס געטאָן דעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָמפּאַס װײַט אױף רעכטס, האָט פֿאַרהאַלטן דעם דעמאָלט אָנגײענדיקן שלום־פּראָצעס. ער האָט דעם שלום־צוג פֿאַרקירעװעט אין טונקעלע הינטערגעסלעך און געמאַכט אים טאָפּטשען אין די זומפּן פֿון אילוזאָרישע פּלענער און בײזע כּװנות. עס איז אױך ריכטיק, אַז דער באַרג פֿון די שטרױכלונגען איז אָנגעלײגט געװאָרן אַ האַלב יאָר פֿריִער, נאָך פֿאַר דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין - מיטן מאַסיװן טעראָר־אַקט פֿון ברוך גאָלדשטײן אין חבֿרון - דעם מאַסן־מאָרד פֿון די 29 מוסולמענישע מתפּללים אין דער מערת־המכפּלה, װאָס האָט געבראַכט צום לעבן דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" און האָט געדינט װי דער דינאַמיט - האָט געגעבן דעם מאָטיװירנדיקן שטאָף - פֿאַר די לעבעדיקע באָמבעס, די פֿרײַװיליקע זעלבסטמערדער פֿון "כאַמאַס" און פֿון מוסולמענישן דזשיהאַד, און זײ, װידער, האָבן מיט זײער רוצחישן טעראָר קעגן דער ראַבין־רעגירונג און װײַטער, געליפֿערט אידעאָלאָגישע שפּײַז פֿאַר די חסידים און נאָכפֿאָלגערס פֿון ברוך גאָלדשטײן און פֿון מאיר כּהנא. די אַטמאָספֿער, װאָס האָט צעהיצט דעם פֿאַנאַטיש פֿיבערנדיקן מוֹח פֿון יגאל עמיר, האָט זיך געשפּײַזט פֿון דער אומגעצױמטער העצע קעגן די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, װאָס איז געפֿירט געװאָרן פֿון פּאָליטישע מנהיגים, די אידעאָלאָגן פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה. הײַנט טענהן די זעלבע פּאָליטישע מנהיגים און אידעאָלאָגן, אַז "אָסלאָ איז טױט" - אָבער זײ הערן נישט אױף זײער העצע קעגן די "לינקע", אַז זײ זענען שולדיק אין דעם באַנײַטן פּאַלעסטינער טעראָר. כאָטש פֿאָרזיכטיקער װי פֿריִער, האָבן זײ ביז לעצטנס אַטאַקירט אױך אַריאל שרונען, װעלכן זײ אַלײן האָבן געקרױנט און געבראַכט צו דער מאַכט מיט דער איבערצײַגונג, אַז ער װעט ברענגען "זיכערהײט און שלום", װײַל נאָר ער װײסט װי אַזױ דאָס צו מאַכן, װי ער האָט אַזױ פֿײַערלעך פֿאַרזיכערט. די איצטיקע מיליטאַנטישע שריט פֿון דער רעגירונג, די שטראָף־עקספּעדיציעס און די מיליטערישע אַרײַן־און־ אַרױסן אין די געגנטן פֿון דעם אַ"ג "שטח A " פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע, האָבן דעם טעראָר נישט פֿאַרקלענערט און קײן זיכערהײט לעכן תּכלית נישט געבראַכט. פֿאַרקערט, זײ האָבן בײַ די איצטיקע אומשטענדן פֿון דער װעלט־מלחמה קעגן דעם בין־לאַדענישן טעראָר גאָר פֿאַרערגערט די פּאָליטישע מערכה פֿון ישׂראל. דער צוריקקער פֿון די דעמיסיאָנירטע "ישׂראל ביתנו" און "מולדת" אין דער רעגירונג בראָש מיטן (שפּעטער דערמאָרדעטן) מיניסטער רחבֿעם זאבֿי ("גאַנדי") - שטרײַכט נאָך מער אונטער די פּלאַנלאָזיקײט און די אױסזיכטלאָזיקײט פֿון דער לאַגע, דאָס פֿעלן פֿון אַ קאָנ סטרוק-טיװער אַלטערנאַטיװע, נאָך דעם װי עס איז, מיטן מאָרד פֿון יצחק ראַבין, דערמאָרדעט געװאָרן אױך דער חלום. העצן איצט די זעלבע פּאָליטישע מנהיגים קעגן פּרסן און קעגן "די פֿאַרברעכערס פֿון אָסלאָ". אין אָט דער אַטמאָספֿער קענען די חסידים פֿון כּהנא זיך דערלױבן אַרױסצוקומען מיט די העץ־פּלאַקאַטן אונטערן לאָזונג: "חבֿר, דו ביסט שולדיק" - אױף דער קעגנװאָג פֿון קלינטאָנס געזעגענונגס־װאָרט "שלום, חבֿר" צו ראַבינס אָנדענק. קומען איצט די כּהנא־לײַט מיט זײער פּראָװאָקאַטיװער אַרױספֿאָדערונג צום יאָרטאָג פֿון זײער (אין ניו־יאָרק) דערמאָרדעטן מנהיג, װאָס פֿאַלט אױס, װי עס האָט פֿאַרפֿלאָכטן דער צינישער שפּאַס פֿונעם גוֹרל, דעם 4־טן נאָװעמבער, אין טאָג פֿון דעם ראַבין־מאָרד - לױטן װעלטלעכן ציװילן קאַלענדאַר … אין די דערמאָנונגען, װאָס זענען אױפֿגעלעבט געװאָרן צו דעם יאָרטאָג פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך בוֹלט אָפּגעפֿילט די פֿאַרשטאַרקטע בענקשאַפֿט צו דעם מאַן, װעלכער איז געװען דער סימבאָל פֿון דער זיכערהײט און איז געװאָרן דער סימבאָל פֿון שלום װען עס האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז דאָס פֿענצטער פֿון דער געלעגנהײט. ער האָט געהאַט דעם מוט אַריבערצוטרעטן דעם רוביקאָן װען דער שלום איז געװאָרן די אײנציקע אָפּציע פֿאַר אַ פֿאַרזיכערטן קיום פֿון מדינת־ ישׂראל. אױף די עפֿנטלעכע אַזכּרות, װאָס זענען פֿאַרגעקומען אין לאַנד אין טאָג פֿון ראַבינס יאָרצײַט, מיט דער באַטײליקונג פֿון פֿאָרשטײערס פֿון אַלע פּאָליטישע און אידעיִשע ריכטונגען - דערונטער אױך אױף דער מלוכישער אַזכּרה בײַ זײַן קבֿר אױפֿן הר־הרצל, װוּ עס איז אױפֿגעטראָטן דער פּרעמיער אַריאל שרון - האָבן אַלע אין זײערע אױפֿטריטן גערעדט װעגן ראַבינס אידעיִשער, גײַסטיקער און מאָראַלישער ירושה. אַלע, אױך שרון און די אַנדערע װאָרטזאָגערס פֿון רעכטן לאַגער, אױך די קעגנערס פֿון אָסלאָ - אַלע, זײ אַלע, האָבן זיך באַקרױנט װי די יורשים פֿון דער ראַבין־טראַדיציע, פֿון ראַבינס ירושה. װי קאָן מען אָבער אָננעמען ראַבינס ירושה און אָפּװאַרפֿן אָסלאָ? הײַנט שטײט אָבער נישט מער די פֿראַגע: װאָס װעט זײַן מיט אָסלאָ, נאָר - װאָס װעט זײַן מיט אונדז?
פֿאָרװערטס, 9־טער נאָװעמבער 2001 _________________ דער דאָזיקער אַרטיקל איז געשריבן געוואָרן מיט 14 יאָר צוריק און איז נאָך אַלץ אַקטועל - און דינט נאָך אַלץ װ י אַ באַ װ ײַז, אַז דער מאָרד פון יצחק ראַבינען האָט דעם שלום שטערבלעך פֿאַר װ וּנדיקט און האָט אים אַרײַנגעלײַגט אין אַ לעטאַרגישן שלאָף, אַזוי װ י אריאל שרונען, װ עלכער איז אַזוי געלעגן 8 יאָר אַ געליימטער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען