| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פֿון "קול־מבֿשׂר‟ ביז "לעבנס-פֿראַגן" – אויף ON LINE
י.ל.
דער גרויסער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע־פּראָיעקט‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל צו דיגיטאַליזירן וויפֿל נאָר מעגלעך פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס מ'האָט געדרוקט אין אַלע עקן וועלט. אויף דער פּראָיעקטירטער וועבזײַט קען מען שוין לייענען מער ווי 1.2 מיליאָן זײַטן פֿון 127,363 באַזונדערע נומערן פֿון 54 פֿאַרשידענע צײַטונגען, דערשינען אין משך פֿון די יאָרן 1843־2014. צווישן די עקזעמפּלאַרן, וואָס מע קען שוין לייענען „אָנלײַן‟ געפֿינט מען יידישע צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, דזשודעזמאָ, יודעאָ־אַראַביש, רוסיש און אויך, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש. וועגן דעם האָט לעצטנס מיטגעטיילט אין "פֿאָרװערטס" דער יונגער מיטרעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, דזשאָרדין קוציק אין זײַן װעכנטלעכן איבערבליק א.נ. "יידיש אַרום דער וועלט". אָבער גראָד די צאָל צײַטונגען אויף ייִדיש, װאָס האָט אַלע יאָרן ביזן חורבן פֿילפֿאַכיק איבערגעשטיגן די גאַנצע ייִדישע פּרעסע אין אַלע אַנדערע לשונות - ייִדישע אָדער פֿאַרייִדישטע, װי אויך נישט-ייִדישע, - איז אָבער ייִדיש גופֿא זייער אָרעם פֿאַרטראָטן אין דעם דיגיטאַליזירונגס-פּראָיעקט פון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. צװישן די 54 ביז איצט דיגיטאַליזירטע פֿאַרשיידנשפּראַכיקע ייִדישע צײַטונגען דערגרייכט דערװײַל די צאָל אויסגאַבעס אויף ייִדיש אין דעם פּראָיעקט קוים דעם ערשטן מנין, און דאָס ערשט נאָך דעם, ווי צו די פריִערדיקע ערשטע פֿינף זײַנען לעצטנס צוגעקומען דער "קול מבשר"(1862־1873), „דער פֿרײַנד ‟ (1903־1913 ) און גאָר, גאָר לעצטנס די ישראלדיקע "לעבנס-פֿראַגן" (1951 - 2014), װאָס איז געװאָרן די לעצטע ייִדישע צײַטשריפֿט, װאָס איז אַרויסגעגאַנגען אין מדינת ישׂראל. דאָס אָנשליסן די "לעבנס-פֿראַגן" צו דעם פּראָיעקט פֿון דיגיטאַליזירן די היסטאָרישע ייִדישע פּרעסע איז דערמעגלעכט געוואָרן אַדאַנק דער ירושה און ברייטהאַרציקער שטיצע און ירושה פון דעם געטרײַען לייענער פֿון דעם זשורנאַל, דעם מעלבורנער בונדיסט פּינעק (פּנחס) רינגעלבלום. נאָך די אויבנדערמאָנטע דריי נײַ־אַרויפֿגעשטעלטע צײַטונגען קאָן מען שוין הײַנט אויך פֿאָרשן און לייענען "אָנלײַן", דורך דעם אינטערנעט, די פֿאָלגנדיקע זיבן ייִדישע צײַטונגען: „דער מאָמענט ‟ (וואַרשע, 1910־1939), „די וואַרהײַט ‟ (ניו־יאָרק, 1905־1919), „הײַנט ‟ (1908־1939), „ליטעראַרישע בלעטער ‟ (וואַרשע, 1924־1939), „דער מאָרגן־זשורנאַל ‟ (ניו־יאָרק, 1901־1971) „אונדזער עקספּרעס ‟ (וואַרשע, 1926־1939) און אחרון אחרון, ווי געזאָגט, די "לעבנס־פֿראַגן ‟ (תּל־אָבֿיבֿ, 1951־2014), צו זיי אַלע שליסט זיך איצט אָן צום פּראָיעקט די גרעסטע און סאַמע עלטסטע צײַטונג, דער אַמעריקאַנער ייִדישער "פֿאָרװערטס” מיט זײַן רײַכן פּובליציסטישן "נדן" פֿון 118 יאָר (1897 ביז הײַנט און װײַטער), װי עס האָט ממש די טעג מיטגעטיילט די רעדאַקציע פֿון אָט דער צײַטונג. מיר װילן האָפֿן, אַז דער ייִדישער "פֿאָרװערטס", װעלכער װעט באַרײַכערן דעם פּראָיעקט מיט אַ איבער 8.000 דיגיטיזירטע זזײַטן, וועט האָבן אַ בעסערע מערכה װי די "לעבנס-פֿראַגן", וועמעס דיגיטיזאַציע דויערט שוין מער ווי דרײַ יאָר און איז שוין "כמעט" פֿאַרענדיקט. עס גייט אָבער אַלץ נאָך אָן דאָס דערגאַנצן די עטלעכע צענדליק פֿעלנדיקע און דאס פֿאַריכטן די פֿעלערהאַפֿטע און באַשעדיקטע קרוב הונדערט נומערן פון די 63 יאָר דערשײַנען. עס איז שוין אָבער פֿרײַ פֿאַר אַלעמען דער צוטריט צו אַלע באַאַרבעטע נומערן פֿון דער צײַטשריפֿט. זײַן "לינק" איז: http://web.nli.org.il/sites/JPress/Hebrew/Pages/Lebens-Fragen.aspx דער "לינק" צו דעם עלעקטראָנישן איינצלנומער פֿון "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" איז: http://lebnsfragn.com/inhalt.html מיטן שליסן, אין יוני 2014, די געדרוקטע "לעבנס-פֿראַגן", דעם אָרגאַן פֿונעם "אַרבעטער-רינג" אין ישראל, נאָך זײַן 63-יאָריקן דערשײַנען אָן אַן איבערײַס (פֿון מאי 1951 ביז יוני 2014), איז געוואָרן טרויעריק אפּגעשלאָסן א װירדיק קאפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם געראַנגל פֿאַר דער אָנערקענונג און עקזיסטענץ פון ייִדיש אין ישראל און פֿאַרן המשך און אַנטוויקלונג פון דער ייִדיש-פּרעסע אין מדינת-ישׂראל און אין דעם ייִדישלאַנד בכלל. עס איז כּדאי צו באַטאָנען, אַז "לעבנס-פֿראַגן" איז אויך געווען די ערשטע ייִדישע צײַטשריפֿט, װאָס האָט געעפֿנט אַ װעבזײַט װי אַ פּאַראַלעלע אויסגאַבע צום געדרוקטן זשורנאַל. די געשיכטע פֿון דער פּרעסע אין ייִדיש האָט נאָך נישט, לײדער, קיין רעגולערע, קיין סיסטעמאַטישע פֿאָרשונג און קיין געאָרדנטע דאָקומענטאַציע. עס איז גוט באװוּסט, אַז איר אָנהײב ווערט גערעכנט פונעם יאָר 1676, ווען עס איז אין אַמסטערדאם אַרויסגעקומען די ערשטע צייטשריפֿט אויף ייִדיש. פֿון דעמאָלט אָן ווערט די צאָל פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש געשאַצט אויף בערך דרײַ טויזנט. די תקופֿה צװישן בײדע וועלט-מלחמות האָט געברענגט מיט זיך אַ קאָלאָסאַלן אויפֿבלי און פֿאַנאַנדערװוּקס פֿון דער ייִדישער פּרעסע אויף ייִדיש. לויט די אויסרעכענונען פֿון פּראָפֿ' נאָװערשטערן זײַנען אין די יאָרן צװישן ביידע גרויסע וועלט-מלחמות ארויסגעגאַנגען בלויז אין פּוילן 1660 פּעריאָדישע פּובליקאַציעס, און ארום 400 אין ראַטנפֿאַרבאַנד. צו זיי דאַרף מען צוגעבן א מנין צײטונגען װאָס זיינען דערשינען אין בײדע אַמעריקעס און אייניקע אין דרום-אַפֿריקע. דעם 1 ־טן יאַנואַר 1930 האָט די צאָל ייִדישע טאָג־צײַטונגען אויף דער גאָרער װעלט באַטראָפֿן 53, די מערסטע פֿון זיי אויף ייִדיש. פֿון זיי זענען 16 טאָג־צײַטונגען דערשינען צו יענער צײַט אין װאַרשע אַליין, און 11 אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. הײַנט איז שוין נישטאָ קיין איין אײנציקע ייִדישע טאָג־צײַטונג אין די בײדע ייִדיש-צענטערס.. ביזן יאָר 1930 זענען אין װאַרשע אַליין שוין דערשינען מער װי 150 פּעריאָדישע צײַטונגען - פֿון זײ 30 טעגלעכע און העכער 120 װעכנטלעכע אויסגאַבעס, אויסער דער פֿאַרצװײַגטער פּעריאָדיק פֿון חוֹדש־בלעטער - מאָנאַט־שריפֿטן - און פֿערטליאָר־שריפֿטן. סוף 1823 האָט אין װאַרשע אָנגעהויבן אַרויסגיין די ערשטע צװײ־שפּראַכיקע צײַטונג אין ייִדיש און אין פּויליש א. נ. " דער בעאָבאַכטער אַן דער װײַכסעל " - דעמאָלט נאָך אין דער דײַטשישער אויסשפּראַך. איר פּױלישער נאָמען איז געװען Dostrzegacz Nadwiślański. די ערשטע װאָכנצײַטונג, װאָס איז געװען נאָר אויף ייִדיש, א. נ. " לעמבערגער יודישע צײַטונג ", האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין לעמבערג - הײַנט לװיװ " - אין יאָר 1848, אינעם באַרימטן יאָר פֿון דעם " פֿעלקער־פֿרילינג " אין אייראָפּע, און אין יאָר 1867 האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין װאַרשע די ערשטע װאָכנצײַטונג אין ייִדיש, די " װאַרשויער יודישע צײַטונג " ; אין פּעטערבורג זענען צװישן די יאָרן 1896 און 1904 דערשינען 17 נומערן פֿון דער בונדישער צײַטשריפֿט " דער ייִדישער אַרבײַטער ". די ערשטע טעגלעכע צײַטונג אין ייִדיש האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין בוקאַרעשט אין 1877 ; ערשט 25 יאָר שפּעטער, אין 1902, האָט אין פּעטערבורג אָנגעהויבן אַרויסגיין " דער פֿרײַנד " װי די ערשטע טאָגצײַטונג אין ייִדיש אין דער צאַרישער אימפּעריע, און צװײ יאָר שפּעטער, אין 1907 האָבן אָנגעהויבן אַרויסגיין די ערשטע ײדישע טאָגצײַטונגען אין װאַרשע - " דער טעלעגראַף ", " דער װעג ", " אונזער לעבן " א. אַנד. דאָס איז געװען, װי מיר זעען, צען יאָר נאָך דער גרינדונג פֿונעם " פֿאָרװערטס " (1897) אין אַמעריקע. דער " הײַנט " און " דער מאָמענט " האָבן אָנגעהויבן דערשײַנען נאָך זײ, אין די יאָרן 1908 און 1910. דאָס איז געװען דער אָנהייב פֿון דער ייִדישער טעגלעכער פּרעסע אין װאַרשע, װאָס איז מיט דער צײַט געװאָרן די צענטראַלע שטאָט פֿון ייִדישן שטייגער און פֿון ייִדישן קולטור־לעבן אין פּוילן. דאָרט זענען אין די 1930 ־ער יאָרן דערשינען 11 טאָגצײַטונגען אין ייִדיש, און מער װי 120 פֿעריאָדישע אויסגאַבעס. „דער פֿרײַנד ‟, אַרויסגעגעבן אין סאַנקט־פּעטערסבורג, איז געווען די ערשטע טאָג־צײַטונג אין דער ייִדישער שפּראַך אין דער צאַרישער אימפּעריע און האָט זיך קונה־שם געווען מיט אירע ליטעראַרישע דערגרייכונגען, דרוקנדיק נײַע ווערק פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים, חיים־נחמן ביאַליק, שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, און יעקבֿ דינעזאָן. מע קען שוין לייענען מער ווי 2,731 נומערן פֿון דער צײַטונג אויפֿן פּראָיעקטירטן וועבזײַטל. „ קול־מבֿשׂר ‟ איז געווען די ערשטע מאָדערנע צײַטונג אויף ייִדיש און האָט געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר אַלע שפּעטערדיקע פּרוּוון צו שאַפֿן זשורנאַליזם אויף ייִדיש. זי איז אויך געווען די ערשטע וויכטיקע פּובליקאַציע, וואָס האָט געדרוקט אויף אירע זײַטן מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור. צווישן די וויכטיקע ווערק, וואָס זענען צום ערשט דערשינען אין „קול־מבֿשׂר ‟ זענען מענדעלע מוכר־ספֿרימס „דאָס קליינע מענטשעלע ‟, יצחק־יואל לינעצקיס „דאָס פּוילישע ייִנגל ‟ און לידער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און יהודה־לייב גאָרדאָן. מער ווי 360 נומערן פֿון „קול־מבֿשׂר ‟ זענען שוין אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן פּרעסע־פּראָיעקט ‟. עס איז כּדאי צו באַטאָנען, אַז "לעבנס-פֿראַגן" איז אויך געווען די ערשטע ייִדישע צײַטשריפֿט, װאָס האָט געעפֿנט אַ װעבזײַט װי אַ פּאַראַלעלע אויסגאַבע צום געדרוקטן זשורנאַל אין תּל-אבֿיבֿ.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען