| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
"סעלפֿי" – דער שפּיגל פונעם הײַנטצײַטיקן נאַרציסיזם
יצחק לודען
אַ שפּאַציר איבער די בלעטלעך פון זשורנאַליסטישע ראַפּאָרטן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די לעצטע צװאַנציק-דרײַסיק יאָר איז װי אַן עקסקורסיע איבער אַרכעאָלאָגישע אָדער היסטאָרישע אָביעקטן פֿון אַלט-פֿאַרגעסענע צײַטן. פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, פֿאָרשער און היסטאָריקער, אַזוי װי פֿאַר סתּם נײַגיריקע וויסן - דורשטיקע לײַטן, קען דאָס זײַן אַ קאָלעקטיװע איבערלעבונג, אַ דערמאָנונג פון אַן עקזאָטישער תּקופֿה אָדער, צומאָל, פֿון אַ ראָמאַנטישער פֿאַרגאַנגענהייט. פֿאַר שרײַבער און קינסטלער איז עס אַן אויפֿגעכאַפּטער רוישטאָף צו געשטאַלטן קינסטלעריש די קאָליריקע דראַמע פֿון דער גרויער טאָגטעגלעכקײט. פֿאַר דעם זשורנאַליסט - דעם רעפּאָרטער ווי דעם פּובליציסט, וואָס זײַן צענטראַלע פֿונקציע איז צו דאָקומענטירן די אַקטועלע הײַנטצײַטיקייט - איז די גאָר נאָענטע פֿאַרגאַנגענהייט אַ קוואַל פֿון לעבעדיקן שטאָף פֿאַר די מסקנות, אויף וועלכע ער בויט זײַנע פּאָליטישע און סאָציאַלע רעפּאָרטאַזשן. פֿאַר דעם היסטאָריקער איז די פֿאַרגאַנגענהייט אַ סטאַטישע, שוין אָפּגעטוענע דאָקומענטירטע װעזנהײט מיטן אויסבליק אויף צוריק. דער זשורנאַליסט, דאַקעגן, באַנוצט זיך מיט דער דינאַמישער קעגנװאַרט, דעם הווה, װאָס געפֿינט זיך אינעם אייביקן וועט - געיעג מיט דער צייט, אין אייביקער באװעגונג, ווי עס האָט עס אויסגעדריקט דער אַלטגריכישער פילאָזאָף העראַקליט אין די צוויי ווערטער: "פּאַנטאַ רעי", אַלץ שטראָמט. אַלץ באַװעגט זיך און ענדערט זיך אָן אויפֿהער, און אַלדאָס וועזנטלעכע באַטײליקט זיך אין אָט דעם װעטגעיעג מיט דער צײַט, דערונטער אויך דער מוח און דער כוח, װאָס זײַנען צוזאַמען אַ זיך דערגאַנצנדיקע פּאָר מיט צװײ קעגנזעצלעכע פֿונקציעס . איינס באװעגט דאָס אַנדערע אין דעם וועט-געלויף צווישן די קעגנזאַצן, צווישן קאַלט און װאַרעם, טרויער און פֿרײַד, בוי און צעשטערונג, צווישן לעבן און טויט, רעכט און לינק, מלחמה און שלום, און אַפֿילו צווישן דעם מענטש און דעם גולם, זײַן צוקונפֿטיקן יורש, דעם ראָבאָט, דעם פּראָדוקט פֿון דעם מענטשנס שאַפֿערישן מוח. אין זיין געניאַלער דערפֿינדערישקייט האָט דער הײַנטצײַטיקער טעכנאָלאָגישער װעלט-הערשער, דער הײַ-טעק, אויך באַשאַפֿן אַ נײַעם קליינטשיקן אָפּגאָט: דעם "סעלפֿי", װאָס מיט זײַן הילף וויל דער מענטש דאָקומענטירן פֿאַר דער געשיכטע זײַן צענטראַלע ראָלע אין דער אַקטועלער ווירקלעכקייט. אין דער אמתן אָבער שפּיגלט אָפּ דער סעלפי דעם מענטשנס נאַרקיסיזם - דעם "סעלפֿיש” אין דער עפּאָכע פון דעם וועט - געיעג מיט דער צײַט. נישט צופֿעליק האָט דער מענטש טאַקע געקרוינט דאס דאָזיקע קליינע װוּנדער-קעמערל מיטן נאָמען סעלפֿי, װײַל selphish איז דער ענגלישער טײַטש פֿון עגאָיזם, פֿון אייגנליבע; און דער שורש פֿון עגאָיזם און פֿון עגאָצענטרישקייט איז דער ego , דער אולטימאַטיװער "איך". "אני ואפסי עוד": איך איינער - און מער קיינער, אַן אויסדרוק פון פּערזענלעכער גאוה, פון אײַנגעבילדעטן שטאָלץ. "אַן אנײַרעדעניש, װאָס איז ערגער פֿון אַ קרענק", װי עס זאָגט דאָס באַקאַנטע יידישע פֿאָלקסװערטל, אָדער װי עס זאָגט דאָס דײַטשישע איראָנישע װערטל: "Einbildung ist auch eine Bildung "... . ער איז פֿאַראײביקט אין דער גריכישער מיטאָלאָגיע, אין דער לעגענדע װעגן אַ שיינעם יונגן בחור, װאָס האָט זיך פֿאַרליבט אין זײַן שפּיגל-בילד בעת ער האָט אַרײַנגעקוקט אין אַ װאַסער, און שטײענדיק אַזוי אַ פֿאַרליבטער אין זײַן אייגענער געשטאַלט אַריבערגעבויגן איבער זײַן אָפּבילד, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אינעם װאַסער און איז געװאָרן דערטרונקען. דאָס מוז אָבער נישט זײַן דװקא און אַלע מאָל אַ נעגאַטיװער כאַראַקטער-שטריך, כאָטש דאָס װאָרט "עגאָיזם" האָט אַ נעגאַטיװע קאָנאָטאַציע. דער "עגאָ" אַלײן קען אויך זײַן אַן אויסדרוק פֿון זעלבסטװירדע און זעלבסטבאַװוּסטזײַן - אויב ער װערט נישט באַגלייט פון קיין פֿאַרלייקענונג - אי פֿון דעם פֿרעמדן, דעם אַנדערן און אי פֿון זײַן אייגענעם איך, אַן אויסדרוק פון זעלבסטפֿאַרלייקענונג, פֿון פֿאַרמינערן אָדער גרינגשאַצן די אייגענע ווערטן: אַ זאַך װאָס קען פֿירן צו פֿאַטאַלע רעזולטאַטן. גאָר באַזונדערס ווען דער עגאָיִזם פונעם יחיד װערט פארוואַנדלט אין א סעקטאָריאַל-געזעלשאַפֿטלעכן, אַן עטנישן, אַנטי-פֿעמיניסטישן אָדער נאַציאָנאַליסטישן שאָװיניזם ביז אַנטיסעמיטיזם, פֿרעמדנהאַס און ראַסיזם. דאָס אַלץ קאָנצענטרירט זיך אין דעם מיטאָלאָגישן נאַרקיסיזם. דער נאַרקיסיזם איז אַלזאָ נישט קיין נײַע מענטשלעכע דערשײַנונג, אַ קרבּן פון זײַן אייגנליבע. די דאָזיקע לעגענדע, ווי אַ משל מיט אַ נמשל , איז אַרײַן אין דער שפּראַך אונטער דעם מיטאָלאָגישן באַגריף "נאַרציסיזם", וואָס מײנט עגאָצענטרישקייט און " עגאָיזם ", װ י אַין יחידישע, אָבער אויך װי אַ קאָלעקטיווע דערשײַנונג . אין אונדזער עפּאָכע פון דער גלאָבאַליזאַציע און פֿונעם ברוטאַלן באַװאָפֿענונגס - געיעג, שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם קליינעם פֿאָטאָגראַפֿישן קעמערל פון סעלפי דער הײַנטצײַטיקער קאָלעקטיװער נאַרציסיזם פֿון דער געזעלשאַפֿט, די אַטמאָספֿער פֿון נאַציאָנאַלן און סעקטאָריאַלן שאָװיניזם און ראַסיזם און - דער װילדער װעטגעיעג מיט דער צײַט. * זוכנדיק אין די לאַבירינטן פֿון די נעכטיקע טעג און בלעטערנדיק צווישן די אָנגעזאַמלטע אַרטיקלען און נאָטיצן פֿון די נישט ווײַטע צייטן, האָט דער מחבּר פון די שורות זיך אָנגעשטויסן אויף זײַנעם אַ פּאָליטישן רעפּאָרטאַזש פֿון שוין פֿאַרגעסענע פּאַסירונגען פֿון סך- הכל מיט דרײַצן יאָר צוריק אין מדינת ישׂראל, װען קיין פֿאָטאָגראַפֿישער "סעלפֿי" איז נאָך נישט געווען, הגם די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט און די פֿאָטאָגראַפֿישע טעכניק, האָבן בײַדע שוין געהאַט אַדורכגעמאַכט אַ היפּש װײַטן פֿאָרשריט צוזאַמען מיט דער ציוויליזאַציע פון דעם נאָך יונגן 21 סטן יאָרהונדערט. געװען איז אָבער אין יענע טעג די אַ"ג "צװײטע אינטיפֿאַדע" , װאָס איז אויסגעבראָכן אַן ערך צװײ װאָכן נאָכן דורכפֿאַל פֿון דעם "צווײטן קעמפּ דייוויד" (די שלום-פֿאַרמיטלונג פון פּרעז' ביל קלינטאָן צווישן דעם יענצייטיקן פּרעמיער-מיניסטער אהוד באַראַק און יאַסער אַראַפֿאַטן , דעם פּאַלעסטינער מנהיג), און נאָכן דעמאָנסטראַטיוון אויפֿמאַרש פון דעם דעמאָלטיקן מיניסטער פֿאַר װוינונגס-בוי אַריאל (אַריק) שרון אויפֿן פֿאַרהייליקטן הר הבית. זײַן פּראָװאָקאַטיװער אויפֿטריט נעבן דעם מעטשעט "על אַקצאַ", מיט דער צושטימונג פון דעם פּרעמיער באַראַק, האָט אַרויסגערופֿן בלוטיקע אומרוען אין דעם אַראַבישן סעקטאָר אין מדינת ישראל. אין די צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי זיינען דעמאָלט דערהרגעט געװאָרן 13 אַראַבער ישראלדיקע בירגער, און איין פּאַלעסטינער תושבֿ פון די באַזעצטע שטחים. דאָס איז געװען דער אָנהייב פֿון דער "צװײטער אינטיפֿאַדע", װאָס האָט זיך אויסגעשפּרייט איבער די "שטחים". די יאָרן פֿון שרונס מיליטערישער און דערנאָך זײַן ציװילע פּאָליטישע קאַריערע, באַזונדערס די פֿערצן יאָר, װאָס זיינען פֿאַרבײַגעלאָפֿן זינט זײַן אויסװאַל אַלס פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישראל אין פעברואר 2001, און דערנאָך זינט זײַן צװײַטן אויסװאַל אין פֿעברואַר 2003 מיט אַ פּרעצעדענטלאָזער פּאָפּולאַריטעט פון 63 פּראָצענט שטימען, זענען געװען די דראַמאַטישסטע יאָרן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. אין יענע יאָרן איז דער שלום-צוג געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט פֿונעם דרך המלך און איז געװאָרן אַרײַנגעשלעפּט, צוזאַמען מיט דער מדינה, אין דעם בלינדן געסל פון אויסזיכטלאָזיקייט און פֿאַרצװײַפֿלונג, נישט געקוקט אויף אירע גרויסע טעכנאָלאָגישע דערגרייכונגען בײַ דער זײַט פֿון אירע "רעקאָרדן" אין דעם פֿאַרמעסט פֿון פֿאַרטיפֿן די סאָציאַלע קאָנטראַסטן און די אָרעמקייט. נישט געווען אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל נאָך אַזאַ אַניגמאַטישער מנהיג מיט אַזאַ שטאַרק אײַנגעבילדעטער נאַרציסיסטישער זעלבסטזיכערקייט, װי אָט דער נישט געהאָרכזאַמער גענעראַל, וועלכער האָט נישט אָנערקענט קיין שום העכערע אויטאָריטעט איבער אים - און איז צום סוף געשטאָרבן אַין אומבאַהאָלפֿנקייט נאָך אַכט יאָר לעטאַרגישן שלאָף. אַזוי װ י יענער לעגענדאַרער העלד, װאָס איז געפֿאַלן א קרבּן פון זײַן אייגנליבע, האָט אויך שרון נישט דערלעבט צו געניסן פֿון איר טעם,.פון זיין אייגנליבע. ער האָט אָבער באװיזן צו דערגרייכן דעם ציל פון זײַן אָבסעסיווער שטרעבונג, װאָס עס האָט אויסגעדריקט - אין זײַן נאָמען - זײַן געטרײַער כּלים-טרעגער, דער זשורנאַליסט אורי דן: "איר האָט אים נישט געװאָלט האָבן ווי דעם הויפּט-קאָמאַנדיר פון דער אַרמיי, האָט איר אים באַקומען װי דעם קריגס-מיניסטער, דעם מיניסטער פֿאַר זיכערהייט; איר האָט אים געפּסלט אַלס מיניסטער פֿאַר זיכערהייט - װעט איר אים נאָך קרוינען און אַזוי איז טאַקע געשען. אין זיין לאַנגיאָריקער מיליטערישער און פּאָליטישער קאָריערע האָט ער זיך דערשלאָגן ביז צו דער מאַכט, ביז צו דעם העכסטן אָפּעראַטיװן אַמט. דער זיגזאַגישער וועג פֿון אריאל שרון, דעם גיבור פֿון קיביע און גרינדער פון דער "איינהייט 101" און אירע שטראָף-אַקציעס, דעם "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע" און דעם גרעסטן עלעקטאָראַלן מנצח אין די װאַלן צו דער כּנסת, האָט אָבער נאָך זײַן פֿאַרשװינדן פֿון דער אַרענע נישט איבערגעלאָזט קיין וועזנטלעכע שפּורן אין קאָלעקטיוון זיכרון פונעם פֿאָלק אין ישׂראל. ער אַלײן האָט נאָכן איבערנעמען די העכסטע מאַכט אין דער מדינה זיך אַרומגעזען, אַז "דאָס װאָס מען זעט נישט פֿון דאָרטן ( פֿון דער אָפּאָזיציע), זעט מען פֿון דאַנען", און אַז "דאָס קענען זיך אָפּהאַלטן פֿון כוח איז כוח", און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר האָט עס איצט, נאָך אַנדערטהאַלבן יאָרצענדליק, געקענט ווידער קומען צו דער אויטענטישער איבערחזרונג פון דעם ספּאַנטאַנישן פּאַלעסטינעזישן װידער-שטאַנד און דער באַנײַטער כװאַליע פֿון טעראָר - אָבער דאָס מאָל אין דער פֿאָרם פֿון אַ מאַסיוון שטיינער- און מעסער-טעראָר פֿון מינדעריעריקע יחידים אין אַ פּרעצעדענטלאָזן פֿאַרנעם. און אַזוי װ י אין יענעם מאָל אונטערן צײַכן פון דעם הײליקן הר הבית אויף דער געפֿערלעך אָנגעגליטער שוועל פון אַ רעליגיעזער מלחמה. שרונס װעג צו דער מאַכט און זײַן טראַגישער טויט נאָך אַ לעטאַרגישן שלאָף פֿון אַכט יאָר, האָבן אין א גרויסער מאָס אָפּגעשפּיגלט זײַן נאַרציסיסטישע אייגנליבע, דאָס נאַרציסיסטישע לעבן און טויט פֿון דעם מיטאָלאָגישן "סעלפֿי". עס האָט אויסגעזען, אַז די פּערזאָן פֿון אריאל שרון האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם העכסטן אויסדרוק פֿונעם הײַנטצײַטיקן נאַרציסיזם. ער איז אָבער נישט געװען דער ערשטער און נישט דער אײַנציקער נאַרציסיסטישער מלוכה-מנהיג אין דער (פֿאַרהעלטנישמעסיק) קורצער פּאָליטישער געשיכטע פון מדינת ישראל. פּאָליטיק, אַזוי װי די נאַטור, פֿאַרטראָגט אָבער נישט קיין װאַקווּם: צװישן די ישראלדיקע "קאַנדידאַטן" צו דעם דאָזיקן "טיטל" האָט אָמאָל, אין די אָנהײב-יאָרן פון דער מדינה זיך געהאַט אויסגעצײכנט אין אָט דער ראָל דער "אײַדאָל´, דער אידעאַלער "מאָדעל" פֿאַר דער היגער סאַברישער יוגנט, דער פרייוווילערישער גענעראל משה דיין; אין דער איצטיקער עפּאָכע װאָלט צום טיטל פון אייגנליבע און אַראָגאַנץ געקענט פּרעטענדירן דער געוועזענער פּרעמיער אהוד באַראַק. עס שטײַגט זײ אָבער אַלעמען איבער מיט זײַן אַראָגאַנטישער אָנגעבלאָזנקייט דער איצטיקער פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתּניהו, װאָס זײַן מלוכהשער לעבנס-ציל איז איבערבלייבן מיט אַלע מיטלען בײַ דער מאַכט, און װעלכער איז שוין מיט צװײ יאָר צוריק געקרוינט געװאָרן דורך דעם פּאָפּולערן אַמעריקאַנער זשורנאַל "טײַם" אַלס דער "קעניג ביבי".
תל-אביב, 18 אקט. 2015
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען