| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ רבֿ אין בני ברק פֿאַרגלײַכט אַ הויכשול צו... אוישװיץ
פ-טס
"פֿאַר אַ פֿרוי צו האָבן אַ דאָקטאָראַט איז ערגער ווי פֿאַרברענט צו ווערן אין די אויוונס פֿון אוישוויץ ‟. אַזוי האַלט ערנסט הרבֿ אַבֿיעזר פּילץ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ישיבֿה „תּושיה ‟ אינעם פֿרומען מושבֿ תּפֿרח, וואָס געפֿינט זיך אינמיטן דעם מידבר נגבֿ. דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט די דאָזיקע ווערטער אויף אַ ספּעציעלער קאָנפֿערענץ אין בני־ברק. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל פֿירנדיקע חרדישע רבנים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ חיים קאַניעווסקי, דער בני־ברקער וויזשניצער רבי, הרבֿ ישׂראל האַגער, און פֿאַרשיידענע אַשכּנזישע ראָש־ישיבֿות. די רבנים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי צו פֿאַרווערן די חרדישע מיידלעך, וואָס לערנען זיך אין דער פֿרומער שול־נעץ „בית־יעקבֿ ‟, צו באַקומען אַ העכערע בילדונג נאָך דער מיטלשול. דער כּינוס פֿון די מנהלים, וואָס פֿירן אָן מיט דער דערמאָנטער שול־סיסטעם, איז געווען געווידמעט דער „גרויסער סכּנה ‟ פֿון די אַקאַדעמישע שטודיעס. דער וויזשניצער רבי האָט באַמערקט, אַז אַ פֿרוי טאָר נישט פֿאַרנעמען אַ העכערע פּאָזיציע ווי דער מאַן אין דער משפּחה. הרבֿ נתן זוכאָווסקי, אַ מנהיג פֿון דער בני־ברקער ישיבֿה „גאָון־יעקבֿ ‟ און אַ פּאָליטיקער פֿון דער פֿרומער פּאַרטיי „דגל־התּורה ‟, האָט צוגעגעבן, אַז אַ מאַן קאָן נישט זײַן דער בעל־הבית אין שטוב, אויב זײַן פֿרוי פֿאַרדינט צופֿיל געלט - ס׳איז „ממש אַ סכּנה ‟. הרבֿ דוד כּהן, דער מנהיג פֿון דער ישיבֿה „חבֿרון ‟ אין ירושלים און אַן אַנדער פּאָליטישער טוער פֿון דער דערמאָנטער פּאַרטיי, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז ממש אַ „חורבן ‟, ווען אַ פֿרוי מאַכט אַ קאַריערע, בשעת איר מאַן לערנט תּורה אַ גאַנצן טאָג. דער דערמאָנטער רבֿ, פּילץ, האָט געזאָגט, אַז די אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס זענען „גײַסטיקע אויוונס ‟ - ערגער ווי אוישוויץ, ווײַל זיי „פֿאַרברענען ‟ די ייִדישע נשמות. די אַקאַדעמישע שטודיעס זענען, לויט אים, אַ נײַער חורבן, נאָך ערגער ווי די נאַצי־רציחה, די שײַטערס פֿון אינקוויזיציע און אַלע פּײַניקונגען, וואָס די ייִדן האָבן געליטן אין גלות. ס׳איז מערקווירדיק, אַז הגם די קאָנפֿערענץ איז געווען געווידמעט דעם מצבֿ פֿון מיידל־שולן, זענען די רעדנער געווען בלויז מענער. ס׳איז אויך כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די שול־נעץ „בית־יעקבֿ ‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך שׂרה שנירער אין קראָקע, אינעם יאָר 1917, דווקא כּדי צו באַזאָרגן די פֿרומע מיידלעך מיט אַ גוטער וועלטלעכער בילדונג. די תּלמידות פֿלעגן פּובליקירן שיינע לידער אויף ייִדיש אין אַ ספּעציעלן זשורנאַל און זענען געווען באַקאַנט מיט דער וועלט־קולטור. הרבֿ זיכאָווסקי האָט בעת דער פֿאַרזאַמלונג דערמאָנט די צווייפֿלהאַפֿטיקע ווערטער פֿונעם באַקאַנטן עלטערן חרדישן פּוסק הרבֿ אַהרן־יהודה־לייב שטיינמאַן, אַז אַקאַדעמישע לימודים זענען ערגער ווי גנבֿה. להיפּוך צו די דערמאָנטע דרשות, זענען אַ סך חרדים צופֿרידן, אויב זייערע פֿרויען פֿאַרנעמען זיך מיט עסקים און פֿאַרדינען אַ סך געלט. צום באַדויערן, מאַכן טאַקע געוויסע עלעמענטן אין דער חרדישער וועלט דעם פּראַקטישן אויספֿיר, אַז אַנשטאָט זיך אויסצולערנען אַ פֿאַך אינעם „שרעקלעכן ‟ קאָלעדזש, איז בעסער צו פֿאַרדינען געלט מיט שווינדל און אַנדערע „קלענערע ‟ עבֿירות. די דערמאָנטע רבנים ווערן באַטראַכט אין די ישיבֿישע קרײַזן ווי עכטע גאונים און גדולי־ישׂראל. פֿאַר אַ סך פֿרומע משפּחות וועלן אָבער אַזעלכע גוזמאדיקע ווערטער בלײַבן, מסתּמא, בלויז פּוסטע רייד. פֿונדעסטוועגן, איז אַזאַ שאַרפֿע חרדישע קאַמפּאַניע קעגן וועלטלעכער בילדונג אַ נײַער סימן פֿון אָנגייענדיקער איזאָלאַציע און סתּירותדיקע שטימונגען אין געוויסע פֿרומע קרײַזן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען