| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַן IN HONOUR OF RIVKA BASMAN
אַ בינטל לידער און אַ קראַנץ אַרטיקלען שרײַבער סאַליוטירן
וואָס טוט אַ מענטש מיט זײַנע נײַנציק יאָר? טאָ וואָס דערצײלט אַ מענטש מיט נײַנציק יאָר רבֿקה באַסמאַן בן חיים, 2015 דאָס דאָזיקע קורצע ליד האַט די יובילאַרין געלייענט אין איר דאָנקוואָרט צום סוף פֿון דעם פֿײַערלעכן פֿרימאָרגן, וואַס איז געוואַרן אַדורכגעפֿירט לכּבֿוד דער באַליבטער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן חיים דורך דעם ייִדישן שרײַבער-פֿאַרבאַנד אין תּל־אָבֿיבֿ צו איר ווערן 90 יאָר. דעם פֿײַערלעכן פֿרימאָרגן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין לייוויק-הויז אין איר געבוירנטאָג דעם 20סטן פֿעברואר 1915, האָבן דערעפֿנט מיט זייערע אײַנלײטונגס-ווערטער דער פֿאָרזיצער פֿון לייוויק-הויז דניאל גלאי און ד"ר רות זאַקאָוויטש-בערעזין מיט אַן אָפּשאַצונג פֿון דער דיכטערינס שאַפֿונגען. מיט באַגריסונגס-ווערטער זײַנען אויך אויפֿגעטראָטן ד"ר זעלדע כהנא ניומאַן, שמואליק עצמון, פּראָפֿ' אורציון ברתנא, דער העברעיִשער דיכטער רוני סומק, ד"ר רועי גרינוואַלד א"אַנד. צוגעשיקטע באַגריסונגען זענען געלײענט געוואָרן פֿון פּראָפֿ' יחיאל שײַנטוך פֿון ירושלים און ד"ר שבע צוקער, ניו-יאָרק א"אַנד. דער אַקטיאָר ישׂראל טרײַסטמאַן און שולה וואַבניק האָבן אויפֿגעלייענט פֿון דער דיכטערינס שאַפֿונגען. אין דעם רײַכן קינסטלעריש-מוזיקאַלישן פּראָגראַם זײַנען צוו"אַנד געזונגען און אויפֿגעשפּילט געוואָרן מוזיקאַלישע פֿראַגמענטן און קאָמפּאָזיציעס צו אַ צאָל נײַע לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן-חיים. בײַם אָנהײב פֿון דער פֿײַערונג האָט דער פֿילמירער און דיכטער אשר גל אויפֿגעלויכטן זײַן קורצפֿילם א"נ "לכּבֿוד איך און דו" וועגן דער באַגאַבטער דיכטערין, און בײַם סוף פֿון דער אײַנגעגעבענער פֿײַערונג האָט די דיכטערין אַרײַנגעפֿלאָכטן אייניקע פֿון אירע שאַפֿונגען אין איר פּאָעטישן דאַנקוואָרט. מיט וואַרעמע שלוס-ווערטער האָט דעם סאַליוט פֿאַר דער שטענדיק יונגער ייִדישער פּאָעטעסע געשלאָסן די סעקרעטאַרין פֿונעם לײוויק-הויז, הדס ליבמאַן. אַ הײמיש חבֿרישע געבורטסטאָג-פֿײַערונג האָט דער דיכטערין אײַנגעאָרדנט דער קולטור-קרײַז בײַם "אַרבעטער-רינג” אין תל-אביב, אין וועלכן זי איז אַן אַקטיווער מיטגליד. דעם פֿרימאָרגן האָט דערעפֿנט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן מיט אַ גלענצנדיקער כאַראַקטעריסטיק פֿון רבֿקה בן־חיימס שאַפֿערישקייט און איר פֿירנדיקע ראָל אין דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. מיט באַגריסונגס-ווערטער זײַנען אויפֿגעטראָטן יצחק לודען, ד"ר זעלדע כהנא-נוימאַן, משה לעמסטער, ישׂראל רודניצקי, די לייטערין פֿון דעם קולטו-קרײַז שורה גרינהויז-טורקאָוו מיט געזאַנג האָט זי באַגריסט דער מיכאל קלעפּפיש-כאָר בײַם אַרבעטער-רינג אונטער דער לייטונג פֿון דער זינגערין עליזה בלעכעראָוויטש. דער אַרבעטער-רינג אין ישׂראל און די "פֿרײַע לעבנס-פֿראַגן" באַגריסן האַרציק די דיכטערין צו איר 90‾סטן געבוירנטאָג און ווינטשן איר גליקלעכע געזונטע און פֿרוכטיק-שעפֿערישע יאָרן ווײַטער בײַצושטײַערן איר אייגנאַרטיקן טאַלאַנט דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, דער ייִדישער קולטור און דעם ייִדישן לשון. פּרעמיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור - פֿאַר רבֿקה באַסמאַן זײער אימפּאָזאַנט איז אויסגעפֿאַלן די פֿײַערלעכע אונטערנעמונג לכבוד דער באַליבטער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן צום צוטיילן איר די פּרעמיע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרן יאָר תשע"ו - 2015. צו דער פֿײַערונג,וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 29-סטן דעצעמבער אין זאַל "עינבֿ" פֿון תּל-אביבער שטאָטראַט, איז געקומען אַ גרויסער עולם ליבהאָבערס פֿון ייִדיש און פֿון דער נאָבעלער דיכטערין. דער פֿײַערלעכער אָוונט איז געווען אויסגעפֿילט מייט אַ רײַכן קינסטלערישן פּראָגראַם פֿון ייִדישן געזאַנג און מוזיק און מיט זײער געלונגענע מוזיקאַלישע נומערן, צווישן זיי צוויי לידער מיט טעקסטן פֿון רבֿקה באַסמאַן. מיט באַגריסונגען זיינען אויפֿגעטראָטן - די מיניסטאַרין פֿאַר קולטור און ספּאָרט מירי רגב און ד"ר שרה זיו, די פֿאָרזיצערין פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש, און אין קינסטלערישן פּראָגראַם -מאָדערנע כליזמר-אַנסאַמבלען און יונגע טאַלאַנטן. צווישן זיי דיוואַרשטאַטן פֿאַר ייִדישן געזאַנג פֿון דער תלמה יעלין-שול אונטער דער לייטונג פֿון הדסה בן-חיים און דער פֿון נחמה ליפֿשיץ אונטער דער לייטונג און קלאַוויר-באגלייטונג פֿון רעגינאַ דריקער. געשלאָסן די פֿײַערונג האָט די בעלת השמחה מיט אַ קורץ דאַנק-וואָרט און דער פֿאַרווײלער און אַקטיאָר מענדי כהנא מיט אַפֿאַרכאַפּנדיקן אויפֿטריט, באַגלייט פֿון דעם כליזמר-טריאָ פֿון אלי פּרעמינגער. די זייער געלונגענע אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער גענעראָל-סעקרעטאַרין פֿון דער אינסטאַנץ, יהודית סולל. די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור באַגריסט: רבֿקה באַסמאַן בן־חײם איז געבױרן געוואָרן אין ליטווישן שטעטל ווילקאָמיר אין יאָר 1925. זי האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול און ממשיך געווען אירע לימודים אין אַ ליטווישער גימנאַזיע. בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע איז רבֿקה באַסמאַן בן־חײם געווען אין ווילנער געטאָ, אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין די צוואַנג־לאַגערן פֿאַר די פֿרױען, און על־פּי נס זיך געראַטעוועט פֿון אומקום. צום סוף מלחמה איז רבֿקה צוגעשטאַנען צו די אַקטיוויסטן פֿון דער " בריחה " ־אָרגאַניזאַציע און איז געווען טעטיק אין צוגרײטן די ניצול געוואָרענע ייִדן צו דער עליה קײן ארץ־ישׂראל, דורך צײַטווײַליקע לאַגערן אין אײראָפּע. אין יאָר 1947 איז רבֿקה עולה געווען אין ארץ־ישׂראל, זיך באַזעצט אינעם קיבוץ המעפיל און אָנטײל גענומען אין דער אומאָפּהענגיקײט־מלחמה. נאָך דער מלחמה האָט זי ממשיך געווען איר אױסבילדונג און פֿאַרענדיקט דעם לערער־סעמינאַר. זי האָט געאַרבעט ווי אַ לערערין אין קיבוץ, ווי אױך געשריבן און פּובליקירט אירע לידער אױף ייִדיש. אין יאָר 1959 איז דערשינען איר ערשט לידערבוך " טױבן בײַם ברונעם ". אין יאָר 1961 איז רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, צוזאַמען מיט איר מאַן, דעם מאָלער מוליע בן־חײם, אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק, וווּ זי האָט שטודירט ענגלישע שפּראַך און ליטעראַטור אינעם קאָלאַמביע־אוניווערסיטעט. אין יאָר 1962 האָט זי זיך אומגעקערט קײן ישׂראל און צוזאַמען מיט דער משפּחה זיך באַזעצט אין הרצליה. אין די יאָרן 1963 ‒ 1965 האָט זי באַגלײט איר מאַן אין זײַן שליחות אין מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ קולטור־אַטאַשע אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, און רבֿקה האָט געאַרבעט ווי אַ לערערקע פֿאַר די קינדער פֿון די אַמבאַסאַדע־באַאַמטע. רבֿקה באַסמאַן בן־חײם געהערט צו די גרינדער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג ישׂראל", אָנגעפֿירט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער געקומענע אין פֿאַרשיידענע צײַטן קיין ארץ ישׂראל, לרוב נאָכן חורבן,וואָס האָבן דאָ ממשיך געווען שאַפֿן אויף ייִדיש. רבֿקה האָט אַלע יאָרן געשריבן און פּובליקירט אירע ייִדישע לידער־ביכער. אַ סך אירע לידער זײַנען איבערגעזעצט אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן, ‒ עבֿריתּ, ענגליש, פֿראַנצײזיש, פּױליש,, דײַטש, און אַפֿילו אױף פֿלעמיש און האָט אַרױסגעלאָזט 11 לידער־ביכער אילוסטרירט פֿון איר מאַן מוליע בן־חײם, ז"ל. אין יאָר 2006 זײַנען אַרױס צווײ בענד פֿון רבֿקהס אױסגעווײלטע לידער. ביזן הײַנטיקן טאָג איז רבֿקה באַסמאַן בן־חײם טעטיק אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון "לײוויק־הױז" - פֿאַראײן פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל און איז אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דעם קולטור-קרײַז בײַם אַרבעטער-רינג. רבֿקה באַסמאַנס ליטעראַרישע טעטיקײט פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם איז באַלוינט געוואָרן מיט אַ סך פּרײַזן, און צווישן זײ - דעם איציק מאַנגער־פּרײַז, פֿיכמאַן־פּרײַז, דויד האָפֿשטײן־פּרײַז, אַריה שמרי־פּרײַז, פּאָלאַק־פּרײַז פֿון "בית שלום־עליכם", זשיטלובסקי־פּרײַז (ניו־יאָרק), מענדעלע מוכר ספֿרים - פּרײַז פֿון תל-אביבער שטאָטראַט און דעם פּרײַז פֿאַרן שעפֿערישן לעבנס־ווערק פֿונעם פֿאָנד אױפֿן נאָמען פֿון דעם דיכטער יעקבֿ גראָפּער. נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור עברית: הרשות הלאומית לתרבות היידיש מברכת רבקה בסמן בן - חיים נולדה בעיירה וילקומיר שבליטא בשנת 1925. היא למדה בבית הספר היהודי " היידי " והשלימה את לימודיה בגימנסיה ליטאית. עם כיבוש ליטא בידי הנאצים נכלאה בסמן בן - חיים ב גטו וילנה ולאחר מכן שהתה ב מחנות כפייה לנשים, כך זכתה לשרוד את ההשמדה. בסוף המלחמה הצטרפה רבקה לפעילי " הבריחה " ועסקה בהצלת העקורים ובהכוונתם ל ארץ ישׂראל דרך מחנות זמניים באירופה. בשנת 1947 עלתה ארצה, הצטרפה לקיבוץ המעפיל ולחמה במלחמת העצמאות. בתום המלחמה יצאה רבקה בסמן בן - חיים ללימודים וסיימה את הסמינר למורים. היא עבדה בקיבוץ כמורה וכתבה ופרסמה את שיריה ביידיש. בשנת 1959 פרסמה את ספר שיריה הראשון " טויבן ביים ברונעם " - יונים עלי באר. בשנת 1961 יצאה בסמן בן - חיים עם בעלהּ הצייר מולה בן - חיים ל ניו יורק. היא למדה בקורסים ללשון אנגלית ו ל ספרות באוניברסיטת קולומביה. בשנת 1962 שבה עם משפחתה לארץ והשתקעה בעיר הרצליה. בין השנים 1965-1963 התלוותה לבעלה בשליחות ל מוסקבה, שם הוא שירת כנספח לענייני תרבות בשגרירות, והיא שימשה כמורה לילדי הסגל. רבקה בסמן בן - חיים נמנית עם מייסדי החבורה הספרותית " יונג ישׂראל " (" ישׂראל הצעירה ") בהנהגת אברהם סוצקובר, חבורת יוצרי יידיש שעלו לישׂראל והמשיכו כאן את יצירתם. גם בשנים אלה היא כתבה ופרסמה ספרי שירה ביידיש. רבים משיריה תורגמו לשפות אחרות: לעברית, לאנגלית, לצרפתית, לפולנית, לגרמנית ואפילו ל פלמית. היא הוציאה לאור תשעה ספרי שירה בעיצובו של בעלה ז"ל, ובשנת 2006 נדפסו כל שיריה בשני כרכים. בסמן בן - חיים פעילה עד היום ב הנהלת בית - לייוויק, אגודת סופרי ועיתונאי יידיש בישׂראל. על עבודתהּ הספרותית זכתה בסמן בן - חיים בפרסים רבים: פרס איציק מאנגר, פרס פיכמן, פרס דוד הופשטיין, פרס אריה שמרי, פרס פולק מטעם בית שלום עליכם, פרס ז'יטלובסקי ( ניו יורק ) ופרס על מפעל חיים מטעם הקרן על שם המשורר יעקב גרופר. אנו גאים להצטרף לרשימה מכובדת זו ולהעניק לרבקה את פרס הרשות הלאומית לתרבות היידיש לשנת 2015 על יצירתה ביידיש ועל הקפדתה ששיריה יתורגמו לעברית. לרבקה לא מפריעה העובדה ששירי היידיש שלה מגיעים לתודעתם של מעטים. די לה בכך שיהיה ולו אחד שיאהב את השפה. משתורגמו ספריה ושיריה לעברית, גם קוראי העברית זוכים להכיר ולאהוב את יצירותיה. רבקה בסמן בן - חיים רואה במדינת ישׂראל המשך ישיר ותקומה לחיים היהודיים באירופה. בשירתה היא נעה במישור הזמן בין העבר להווה, מבלי לתת גט כריתות לעולם הישן. שירתה מבקשת לייצר יום - יום חי ביידיש; היא שואבת חומרים מהעבר ובה - בעת יוצרת יש חדש. היא מתווה בשיריה קשרים עם יוצרי יידיש בני זמנה. שירתה רוויה גם במוטיבים מעולם האמנות, בעיקר מתחום הציור והמוזיקה. שירתה לירית מובהקת ומבקשת לצאת מתוך עצמה וליצור קשר עם העולם שמחוצה לה. הרשות הלאומית לתרבות הייִדיש (מתוך החוברת של הרשות) יצחק ניבאָרסקי / רבֿקה באַסמאַן פֿאָרט צום ים מײַן לשון איז אַ ליד.
גאַנץ אָפֿט
אַזעלכע דרײַ שורות צעעפֿענען פֿאַרן געדאַנק אַ פֿעכער מיט באַטראַכטונגען וועגן דער ייִדיש - עפּאָפּעע אין ישׂראל, וואָס אויבנויפֿיק קוקט זי אויס ווי אַ פֿאַרמאַכטער טויער, אָבער אין דער אמתן האָט דער שטאָך פֿון אירע בינען אײַנגעשפּריצט אַ שפּעט ווירקנדיקע רפֿואה אין די אָדערן פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור. אַ גאַנצער עסיי וואָלט זיך מסתּמא דערמיט נישט געספּראַוועט. דער לייענער האָט זיך געגרייט אַ שטילן קרעכץ צו טאָן; איצט שטייט ער, אַ צום גוטן צעטומלטער, פֿאַר אַ ווערטערבילד וואָס לאָזט אים נישט צו רו. טאַקע גוט וואָס ער האָט זיך גענאַרט אַזוי: דאָס פֿאַרטאָפּלט די פֿרייד פֿון אַנטפּלעקונג. אַ פֿרײַער טאָג.
ווי מיט יאָרן צוריק דאָ לעבט אַן אַלטע פֿרוי דאָס בוך איז היים - מיט דער גאַס, מיטן דערבײַיִקן הויף, מיטן פּלויט און מיט אַלע ערטער וווּ די שרײַבערין דעקט אויף די בילדער פֿון איר אינעווייניקייט. עס איז איר אָפּגעשלאָסן ווינקל, דאָס אָרט פֿון פֿולער יחידישער פֿרײַהייט אין אַ געזעלשאַפֿט וואָס איז ( נישט בלויז מחמת שפּרַאך) פֿרעמד צו איר ליד ( ז ‘ 82): ווי גוט איז מיר און עס איז גלײַכצײַטיק אַ היים פֿאַרן לייענער וואָס פֿאַרשטייט יאָ, וועמען רבֿקה באַסמאַן לאָזט אַרײַן אין איר אינטימען גאָרטן כּדי ער זאָל, אַרומגייענדיק מיט איר, דערקענען דאָרטן שטחים פֿון זײַן אײַגענער האַרץ - באַלעבאַטישקייט. ישׂראל רודניצקי / "רבֿקה איז אין אונדזערע אויגן אַ לעגענדע" רבֿקה איז אין אונדזערע אויגן אַ לעגענדע: פֿון אַ לעגענדע קען מען ניט אַראָפּנעמען... און צו אַ לעגענדע דאַרף מען ניט צוגעבן - וועל איך עוֹבֿר זײַן אויף די תּקנות פֿון " אַ וואָרט פֿריִער ", כלומר: פֿאָרשטעלן דעם מחבּר און זײַן יצירה מיט אָפּגעקליבענע און, לויט מיין מיינונג, טרעפֿלעכע לויבווערטער ! אַדרבּא - זאָל דער לייענער גיין אַליין פֿון ליד צו ליד, וועט ער אָנקומען אין רבֿקהס אויסגעלײַטערטער וועלט: 2006. מיט רבֿקהן פֿאַרבינדט מיך אַ לאַנגיאָריקע חבֿרשאַפֿט, איך געפֿין זיך נאָכאַנאַנד אין דער מחיצה פֿון אירע לידער, איז קיין וווּנדער ניט, אַז איך בין פֿאַרליבט אין די צאַרטע נשמות און אין די שטילע פֿונקען, וואָס וועלטיקן אין איר פּאָעטישער וועלט. און מיר דאַכט אַז איר וועלט איז אויך מײַן וועלט, אַז דער אומעט אין אירע לידער איז אויך מײַן אומעט - דער אוניווערסאַלער וועלטאומעט, וואָס איז שוין פֿאַרוואָרצלט אין דעם בּראשית פֿון באַשאַף און אין דעם גאַנג פֿון דורות, פֿאַרבונדן מיט די טיפֿע מחשבֿות אין גײַסט פֿון הומאַניזם. איך בין פֿאַרליבט אין די שורות פֿון אירע לידער, וואָס גלעטן דיך מיט אַ קוים - קוימיקן באַריר, נעמען דיך אַרײַן אין הייסע אָרעמס און פֿילסט אַ לײַבלעכע נאָענטקייט מיט זיי. די בכבודיקע פּערסאָנאַזשן אין אירע לידער, בלומען און ביימער, אומשולדיקע באַשעפענישן און אַפֿילו די הערמעס - שרײַב - מאשינקע, זענען אָנגעלאָדן מיט נאַטור - שיינקייט, מיט ליבשאַפֿט און אָפּטימיזם, און אויב אַ וואָלקן האָט פֿאַרשטעלט די זון, מעג ער זײַן געדיכט און שוואַרץ, וועט בײַ רבֿקהן אַלעמאָל דורכשײַנען אַ דינינק שטראָמעלע ליכט; און אויב אין אַ ליד האָט דער הימל זיך צעמַבּלט מיט כּעס, איז דאָך קלאָר, אַז נאָך דעם רעגן וועט ווידער אויפֿשײַנען די זון. אַזוי פֿירט זיך בײַ רבֿקהן סײַ אין איר אויסגעחלומטער, סײַ אין איר אמתדיקער וועלט. יצחק לודען / די פּרינצעסין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג רבֿקה באַסמאַן בן חיים איז אָן ספֿק די פּרינצעסין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג. אַ דיכטערין, וואָס אירע וואָרצלען שעפּן זייער יניקה פֿון די זאַפֿטיקע פּאָעטישע קוואַלן, וואָס זענען פֿאַרשניטן געוואָרן אין זייער שענסטן בלי דורך דעם חורבּן. צוריקגעקומען פֿונעם גיהנום, פֿאַרלאָזנדיק די טויערן פֿון די טויט־לאַגערן, האָבן זיך ברייט צעעפֿנט פֿאַר איר די טויערן צו דער וועלט פֿון פּאָעזיע, וועלכע האָט למעשה גענעסטעט אין איר נאָך פֿון פֿריִער. רכקה, אָדער רבקהלע, ווי מיר רופֿן זי, האָט מצליח געווען אַרײַנצובלאָזן אַ נײַ לעבן און אַ נײַעם גײַסט אין דער ייִדישער דיכטונג, אין דער שפּראַך, וואָס מאַנכע האָבן זיך צוגעאײַלט מספּיד צו זײַן, צווײפֿלענדיק אין איר לעבנס־קראַפֿט, אין איר פֿעיִקייט אויפֿצולעבן און ווידער צו שאַפֿן נאָך דער אויסראָטונג פֿון דעם לשון, נאָך דער אויסמאָרדונג פֿון דעם גרעסטן רוב ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן. פֿון קינדווײַז אָן האַט רבֿקה געשריבן דיכטונג. אַפֿילו ווי אַ מיידל אין די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן האָט זי געשאַפֿן דיכטונג. איר גאַנץ לעבן רעדט רבקה דיכטונג און זי פֿירט אַ דיאַלאָג נישט נאָר מיט איר אַרומיקער סבֿיבֿה, נאָר מיט זיך. זי רעפּרע זענטירט די נאַטור פֿון אַלע אַספּעקטן אין איר דיאַלאָג קעגנאיבער זיך.. אָט רעדט זי אין נאָמען פֿון די בלומען, פֿון די בינען, פֿון דעם זון־אויפֿגאַנג און דעם זון־פֿאַרגאַנג, דעם רעגן און דעם ווינט. אַלץ איז אײַנגעוועבט און אײַנגעזאַפּט אין איר, אין איר גאַנצן גײַסטיקן וועזן - און פֿון איר יעדן באַריר מיט אַן אָביעקט פֿון דער נאַטור - ווערט אַ ליד געבוירן. מיט אַ לײַכטן שאָרך, צומאָל מיט אַ ציטער - מיטן ציטער פֿון אַ סטרונע, און צומאָל מיט דער סטרונע פֿונעם רעגן - ווי זי רופֿט אָן אײנס פֿון איר צען צענדליק ייִדישע לידער־ביכער און דאָס עלפֿטע אין דער העברעיִשער איבערזעצונג - אָבער אַלע מאָל מיט דער סטרונע פֿון איר, דער דיכטערינס געמיט. איר פּאָעזיע איז געשליפֿן און לויטער, ווי זויבערע פּערל פֿון איר געמיטלעכן געזאַנג. אירע לידער זײַנען לרוב קורצינקע לידער פֿון געמיט, פֿון דערשײַנונגען און זייערע סיטואַציעס, לידער פֿון בליץ־מחשבות, וואָס זי כאַפּט אויף פֿון דער נאַטור, פֿון דער סבֿיבֿה, פֿון דער רגע. זי כאַפּט אויף אין אירע פּאָעמעס די קלאַנגען און קאָלירן פֿון דער נאַטור און שענקט זײ אַ תּוכן, אַ זין. רבֿקהס לידער צײכענען גאָר באַזונדערס זיך אויס מיט דער דיכטערינס אָריגינעלער אײַנפֿאַלערישקייט. זי כאַפּט אויף אַלץ אויף וואָס זי טרעפֿט זיך אָן אין דער נאַטור און אין לעבן און לאָזט זײ אַדורך דורך דעם פֿילטער פֿון איר געמיט. אין צענטער פֿון איר פּאָעזיע שטייט אָבער - דער מענטש. איך האָב דעם כבֿוד צו זײַן רבֿקהס שכן בײַם טיש פֿון אונדזער קולטור־קרײַז און איר קאָלעגע פֿון דער פּען. איך בין אָבער נישט קיין דיכטער און אויך נישט קיין קריטיקער פֿון פּאָעזיע. ווי אַ זשורנאַליסט, ווערט מײַן שרײַבן דיקטירט פֿון דער טאגטעגלעכער רעאַליטעט. אין מײַן שאַפֿן דאַרף איך נישט אָנקומען צו דער פֿאַנטאַזיע, צום כּוֹח הדימיון. אָבער די פֿליגלען פֿון דער פֿאַנטאַזיע פֿון אַזעלכע דיכטער ווי עס איז רבֿקה באַסמאַן, שענקען דעם לעבן אַ זין און אַ טעם, זײ פֿאַראײדעלן און פֿאַרשענערן דאָס אויפֿנעמען די ווירקלעכקייט. רבֿקה איז געקומען אין לאַנד אין אירע יונגע יאָרן און האָט זיך אָנגעשלאָסן צו דער שרײַבער־גרופּע "יונג ישׂראל". זינט דאַן האָט זי אָנגעשריבן מער ווי טויזנט לידער. זי איז נאָך אַלץ יונג - אין גײַסט און אין איר אוֹפֿן פֿון טראַכטן. צו די דרײַ דימענסיעס פֿון איר דיכטונג האָט זי צוגעגעבן נאָך צווײ פּאַרימעטערס: טיפֿקייט און דאָס אויסשפּרײטן די פֿליגלען צו די הײכן און צו די ווײַטע רוימען. אין אירע 10 לידער־זאַמלונגען, צו וועלכע עס איז איצט צוגעקומען דאָס עלפֿטע - די איבערזעצונגען אין עברית, וואָס אויך אין זײ האָט זי איר האַנט, איר מוח און טאַלאַנט, - שוועבט אויך דער גײַסט פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם לעבנס־באַגלייטער, דעם קונסט־מאָלער מולא בן חיים, - אין רבֿקהס לידער, וואָס זײַנען אים געווידמעט, און אין זײַנע בילדער, מיט וועלכע עס זײַנען דורכ־געפֿלאָכטן און באַצירט אירע ביכער. "אַלזאָ, רבֿקהלע, דײַנע לידער זײַנען פּערל פֿון קולטור. דו ביסט אַ געטרײַע בירגערין פֿון ייִדיש־לאַנד, די פּרינצעסין אינעם לאַנד פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. איך ווינטש דיר, מיר אַלע דאָ ווינטשן דיר, אַ סך געזונטע יאָרן מיט נײַע יצירות פֿון דײַן שאַפֿערישן טאַלאַנט".
משה לעמסטער / רבֿקה באַסמאַנס פּאָעטישע וועלט רבֿקה באַסמאַן האָט אין אַ שמועס מיט דוד פּינסקי אים געזאָגט: " איך אָטעם מיט ייִדיש ". כ ' מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: " איך אָטעם מיט ייִדישע לידער ". דעם אַרויסזאָג פֿונעם פֿראַנצייזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: " איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר ", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט פּאַראַפֿראַזירן אויף איר שטייגער: " איך שרײַב לידער, הייסט עס איך עקזיסטיר ". זי האָט באַשאַפֿן אין די לידער אירע אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדע געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. ווער ווייסט וואָס טוט זיך
איך האָב געהערט וויינען דעם בוים. פֿאַר דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן איז דאָס ליד גופֿא, די מאַטעריע פֿון ליד, אַ היילמיטל. דאָס ליד קאָן היילן, קאָן שטאַרקן אי די פֿיזישע אי די גײַסטיקע כּוחות: אויך לידער מיר דאַכט זיך, אַז רבֿקה באַסמאַן באַטראַכט, נעמט אויף אַ מענטשן ווי זי וואָלט געלייענט אַ ליד. אָט דער מענטש איז אַ געלונגען ליד, אין דעם - הינגען די גראַמען צווישן גוטס און שלעכטס, אין יענעם - האַרמאָנירט ניט זײַן לעבן מיט דער ריטמיק פֿון הײַנטצײַטיקייט... ווער זשע איז זי אַליין די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן אין קאָאָרדינאַט־סיסטעם: וועלט־מענטש־דיכטונג ? ווער איז רבֿקה באַסמאַן בײַ רבֿקה באַסמאַן איז דאָ אַ ליד מיט פֿאָלגנדיקע שורות: "אַז מענטשן וואָלטן אָנגעהויבן זייער טאָג // מיט פֿלאַנצן בלומען...". כ' מיין, אַז די סטראָפֿע פֿון דעם ליד וואָלט מען געקאָנט זאָגן אַנדערש: אַז מענטשן וואָלטן אָנגעהויבן זייער טאָג משה לעמסטער -------------------------- רועי גרינוואלד / די לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בּן חיים ס' איז מיר אַ באַזונדער פֿאַרגעניגן און אַ בֿכּוד צו ריידן פֿאַר אײַך, ליבע וועטעראַנען. איר האָט אונדז, דעם יונגן ישׂראלדיקן דור, געבראַכט דאָס ייִדישע לשון דורך אַלע כוואַליעס און שׂריפות פֿון דעם 20 טן יאָרהונדערט. ס' איז אַ באַזוּנדערע פֿרייד צו ריידן וועגן די לידער פֿון דער וווּנדערלעכער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בּן חיים, וועלכע פֿאַרקער פּערט אין איר לעבן און שאַפֿונג די מוראדיקע איבערלעבונגען, אָבער אויך דאָס וווּנדערלעכע צוריקלעבן דאָ אין לאַנד. מיר פּראַווען הײַנט אַ העברעיִש בוך פֿון אַ ייִדישער דיכטערין. און אויף אַן אמת, אין רבֿקהס לאָרבערקראַנץ זײַנען צוניפגעפלאָכטן אי העברעיִשע בלעטער אי ייִדישע. אין לאַנד איז רבֿקה געווען אַ חלוצה ניט נאָר אויף די פֿעלדער, נאָר אויכעט אין קלאַס, וווּ זי האָט דערצויגען העברעיִשע קינדער אין קיבוץ המעפּיל. וועגן דעם זיווּג פֿון ייִדיש און העברעיש זאָגן אויך עדות רבֿקהס העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון אירע אייגענע לידער. אין שײַכות מיט דעם וועל איך ציטירן הײַנט רבֿקהס לידער אין זײערע העברעיִשע בּגדים. דאָס קול וואָס קומט און רעזאָנירט אין זיי איז דאָס זעלביקע. ס'איז אַ קוֹל וואָס שפּאַנט איבער רוימען פֿון צײַט און זכּרון, ביז הײַנט, ביז צו אונדז. אַזאַ צײַטרעזאָנאַנס קענען מיר הערן אין אָט דעם ליד: גם לי פייטן
נאָר אַ דיכטערין ווי רבֿקה באַסמאַן בן חיים, בלויז ווער עס האָט געשריבן כּדי צו לעבן, ממש, קען שילדערן וואָס ווערטער זײַנען נאָך בכּוֹח צו טאָן. זי האָט אירע לידער געשריבן אין געטאָ און אין קאַצעט אויף שטיקלעך פּאַפּיר וואָס זי האָט אין געהיים צוניפגעקליבן. די לידער זײַנען פֿאַרבליבן און געפינען זיך נאָך אין אַ זעקעלע, ווי דעמאָלט צונויפגענייט פֿון שטאָף וואָס זי האָט גענומען פֿון דעם געשטרײַפֿטן העמד אויף איר לײַב, בּגדים פֿון אַ גוף אַן אויסגעהונגערטן, אַ גוף וואָס האָט שוין ניט געהערט צו איר, האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אירע ליד-בּגדים, גײַסטיקע בּגדים. ווי אַזוי וועט נאָך מעגלעך זײַן דער וווּנדער אין לידער, וואָס די דערשיטערנדיקע ידיעה געפינט זיך אין זיי פֿון אָנהייב אָן ? אין אַ צערשטערטער וועלט דאַרף אויך דאָס ליד בײַטן זײַן סדר: אין אַזאַ סדר וועט קומען דער טויט פֿריִער פֿונעם לעבן. און דאָס לעבן וועט ווערן פֿאַרוואַנדלט אין וווּנדער און אַ בּשוּרה. אַזוי לייענט מען אין ליד, אין ייִדיש: און מיר וועלן אפֿשר דערקענען בלויז דער פֿויגל וואָס זינגט אַ ליד אָן ווערטער קען נאָך געבן אַ זין און אַ באַדייט אין אַ גרויזאַמער וועלט, אַ וועלט פֿון מענטשן. די שורות, וואָס זייער תּמימות איז בלויז אויבנאויפֿיק פֿאַרהילן אין זיך אַ באַהאַלטענעם מײן און אַ פּירוש. מיט זייער אײַנגעהאַלטענער שיינקייט שטעלן זיי פֿאָר די דאָיִקע און די נישט דאָיִקע, די פֿאַראַניקייט און וואָס איז נישט פֿאַראַן: דער שוועבנדיקער פֿויגל און די טיפֿקייט פֿון תהום, וואָס צעעפנט זיך אונטער אים, דער געצוויטשער פֿון פֿייגעל און דער וווּנדיקער גערייד אין שווײַגן. דאָס איז דער כּוֹח פֿון ליד וואָס ברענגט, ווי עס זאָגט אונזער דיכטערין, אַ ניט געוויינלעכן טעם פֿון לעבן. אַ פּאַראַדאָקסאַלע פּאָעזיע, וואָס געפינט זיך תּמיד צווישן פֿאַרגאַנגענהייט און קעגנוואַרט, צווישן ניט פֿאַראַניק און דאָיִק, צווישן די טויטע און די לעבעדיקע: אַ פּאָעזיע, וואָס צו דער שיינקייט פֿון דער וועלט באַגלייט זי תּמיד דער ניכטערער באַוווּסטזײַן. איך ציטיר: ווי זאָל איך דאַנקען דיר, גאָט ? אַזוי פֿאַרענדיקט רבֿקה אַ ליד, וואָס הייבט זיך אָן ווי אַ לויב צו גאָט, אָבער די לעצטע שורה קערט איבער דאָס פֿריִער געזאָגטע, ווען די לויבווערטער ווערן פֿארביטן אין אַ שטילשווײַגן. "דו וועסט הערן", זאָגט זי, און גענוג זײַנען די צוויי ווערטער כּדי צו דערמאָנען אין אַלץ וואָס איז ניטאָ אינעם ליד, דאָס אַלץ וואָס דערוועגן דאַרף מען שווײַגן, אַזוי ווי די ערד. די לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן חיים אַנטפּלעקן זיך פֿאַר דעם אויער פֿונעם לייענער ווי אַ משל: אַזוי ווי דער משל איז אויך די דיכטונג געגליכן צו אַ שטוב, וואָס אירע באַוווינער האָבן פֿאַרלאָזט. אַ סימן פֿון פּוסטקייט און חורבּן. און אָט אין אַן אויגנבליק גייט פֿאַרבײַ דער ווינט, דער גײַסט פֿון א גרויסער דיכטערין אויפן מושל און גאָר דאָס שווײַגיקע לעבט אויף, פֿון די פּוסטע לאַבירינטן אין מושל גייען אויף און ס'דערהערן זיך שטימען פֿון פֿאַרלאָרענעם ים. שוין מער ווי 60 יאָר שרײַבט רבֿקה באַסמאַן בן חיים אויף ייִדיש אין ישׂראל. " איך לעב עברית אין איר דערהויבנקייט און שיינקייט און עס אָטעמט ייִדיש אין מײַן יעדן גליד, וואָס אין איר עלנטער אַליינקייט " - אַזוי האָט זי געשריבן, כּדי צו דערקלערן הלמאי האָט זי קיינמאָל ניט געטראַכט צו בײַטן איר שפּראַך. איצטער זײַנען די עברית לייענער זוכה צו אַזאַמלונג פֿון אַלטע און נײַע איבערזעצונגען פֿון אירע לידער, זינט די פֿופֿציקער יאָרן און ביז הײַנט. דאָס איז בלויז אַ קליינער טייל פֿון איר גאָרער שאַפֿונג, אָבער אין דעם איז פֿאַראַן דאָס עדות זאָגן וועגן אַ דיכטערין, וואָס אין קלוגער בענקשאַפט רוט נישט אין איר די פֿאַרוווּנדערונג.
יצחק לודען / רבקה באַסמאַנס דאַנק־לידער און אירע פּאָעטישע דיאַלאָגן יעדע נײַע זאַמלונג פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס לידער איז אַ יום־טובֿ אין דער ייִדיש־ליטעראַרישער משפּחה, אין דעם ייִדישן קולטור־וועלטל בּכלל. יעדע דערשײַנונג פֿון אירס אַ לידער־בוך איז ווי דאָס געבוירן־ווערן פֿון אַ נײַ־געראָטן שאַפֿעלע אויף דער ביכער־פּאָליצע, אין דער ביכער־שאַנק און אַ נײַ־געבוירן מיזיניקל אין דער לידערהיים, ווי עס איז דער געראָטענער נאָמען פֿון רבֿקה באַסמאַנס נײַער לידער־זאַמלונג. ווי עס ווערט אָנגעזאָגט אין דעם עמאָציאָנירטן "וואָרט פֿריִער" פֿון איר ליטעראַרישן סנדק, דעם רעדאַקטאָר ישׂראל רודניצקי, וואָס האָט אָפּגעקליבן די 80 לידער און צוגעגרייט די אויסגאַבע צום דרוק, איז דאָס אַ המשך פֿון איר דיקן צווײ־בענדיקן זאַמלבוך " לכּבֿוד איך און דו ", וואָס איז דערשינען מיט זעקס יאָר צוריק, אין. 2006 וועגן רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע קאָן מען שרײַבן און שרײַבן פֿון אָן שיעור אַספּעקטן. איך וויל זיך דאָ אָפּשטעלן אויף אײנעם פֿון די ביז איצט נישט באַהאַנדלטע "קאַטעגאָריעס", אָדער זשאַנערס, פֿון אירע דיכטערישע שאַפֿונגען: דאָס זײַנען אירע דאַנק־לידער. איך ווײס נישט, צי די דיכטערין היט אָפ אין איר אַרכיוו אַלע אירע לידער, וואָס זי האָט געשאַפֿן ווי דאַנק־בריוו פֿאַר אַ צוגעשיקט בוך, פֿאַר אַ פֿאַרבעטונג אויף אַ בילדער־אויסשטעלונג, צי גאָר ווי אַ באַגריסונג פֿאַר אַן אויפֿטרעטנדיקן לעקטאָר אָדער זינגער אויף אַ פֿרימאָרגן־לעקציע פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין וועלכן זי איז אַן אַקטיווער מיטגליד. אין אָט די ביז איצט נישט פֿאַרעפֿנטלעכטע דאַנק־לידער, וואָס זייער צאָל איז, מײן איך, גרעסער ווי די צאָל פֿאַרעפֿנטלעכטע לידער אין אירע 12 ביז איצטיקע זאַמלביכער, הויכט זי אַרײַן דעם שאר רוח פֿון אירע פּאָעטישע מחשבות. לאָמיר נעמען, ווי אַ מוסטער פֿון דעם סאָרט פֿון רבֿקה באַסמאַנס פּאָעטישן שרײַבן, איר דאַנק־בריוו צו דעם יונגן אַמעריקאַנער־ייִדישן דיכטער שלום בערגער פֿאַר צושיקן איר זײַן נאָרוואָס דערשינענע ביכל "זאָג כאָטש להבדיל": אין דעם ליד, וואס זי האָט מיך געבעטן אים איבערשיקן מיט מײַן קאָמפּיוטער (און וואָס איך האָב איצט מיט איר הסכמה"אַרויסגעגנבֿעט" פֿון מײַן שליחות, ווײַל עס האָט מיך אינספּירירט אָנצושרײַבן די דאָזיקע שורות), רעאַגירט די דיכטערין אויף איר יונגן פּען־חברס א ליד, וואָס זי האָט געפֿונען אין זײַן בוך: אַ שטראַלכל ליכט
נעמט, לאמיר זאגן, דאָס "פּריוואַט-פּערזענלעכע לויב-ליד פֿאַר דעם קינסטלער יאָסל בערגנערן נאָכן באַזוכן זײַן בילדער- אויסשטעלונג: אויב יאָרן זײַנען דיר געטרײַ,
דײַן פֿידעלע מיט אירע פּען-חברים, אַנאָנימע דיכטער, טיילט זי זיך פֿאַרגינעריש מיט איר דיכטערישער דערפאַרונג: די וואָס שרײַבן לידער און אָט איז אַ דיאַלאָג מיט אַ נאָענטן פּען - חבּר, דעם דיכטער צבֿי אײַזנמאַן קורץ פֿאַר זײַן טויט: פֿאַר צבֿי אײַזנמאַן אָבער צום בעסטן שטעלט די באַגאַבטע דיכטערין אַלײן זיך פֿאָר אין איר קורצן ליד מיט וועלכן דאָס בוך הײבט זיך אָן און וואָס קלינגט ווי אַ מאַניפֿעסט פֿון איר פּאָעטישן אַני־מאמין: מײַן לשון איז אַ ליד. דאָס איז רבֿקה באַסמאַנס לויב און דאַנק דעם ליד, דעם באַשאַפֿער פֿון אירע לידער. וויפֿל טיפֿע מחשבֿה ליגט אין אָט דעם קורצינקן פּאָעטישן דיאַלאָג, וועלכן ס' ווילט זיך צעברעקלען ווי פֿרישע בײנדלעך פֿון אַ יונג עופֿעלע און זיך פּאָסמאַקעווען מיט יעדן וואָרט און פֿערז. דאָס געהער שוין אָבער צום תחום פֿון די באַהאַוונטע אַנאַליטיקערס פֿון דער אַקאַדעמיע. אַלזאָ, רבֿקהלע, דײַנע לידער זײַנען פּערל פֿון קולטור. דו ביסט אַ געטרײַע בירגערין פֿון ייִדישלאַנד, אינעם לאַנד פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. איך ווינטש דיר, מיר אַלע דאָ ווינטשן דיר, אַ סך געזונטע יאָרן מיט נײַע יצירות פֿון דײַן שעפֿערישן טאַלאַנט. י. ל. / דער העברעיִשער ערן-זשעסט פֿאַר רבֿקה באַסמאַן די פּרינצעסין פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, האָט צום ערשטן מאָל, געלאָזט זיך אַנטפּלעקן פֿאַר דעם העברעיִשן לײענער מיטן דערשײַנען פֿון דעם אויסוואַל פֿון אירע לידער אין דער העברעיִשער איבערזעצונג א. נ. "על מיתר הגשם ", וואָס איז דעם ייִדיש־לייענער באַקאַנט אונטער דעם זעלבן נאָמען: "אויף דער סטרונע פֿון רעגן ". צום ערשטן מאָל, נישט געקוקט דערויף וואָס אויף איר לאַנגיאָריקן שעפֿערישן לעבנסוועג זײַנען שוין אירע דיכטונגען געוואָרן איבערגעזעצט דורך אַ גרויסער צאָל אָנגעזעענע דיכטער, און נישט געקוקט אויך דערויף, וואָס זי איז מיט אַ צען יאָר צוריק געוואָרן באַלוינט מיט דער ערן־בירגערשאַפֿט פֿון איר הײמשטאָט הרצליה. איבערזעצונגען פֿון אירע לידער זײַנען שוין דערשינען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, פּויליש, דײַטשיש און פֿלעמיש. מיטן דערשײַנען פֿון דער העברעיִשער אויסגאַבע, וואָס איז אילוסטרירט מיט די צײכענונגען פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם אינספּירירנדיקן לעבנס־באַגלייטער, דעם קונסטמאָלער מולא בן־חיים, איז איר דעם 22 ־סטן פֿעברואַר אָפּגעגעבן געוואָרן אַ הײמיש־חברישער ערן־סאַליוט פֿון דעם נאָענטן קרײַז פֿון אירע פֿאַרערערס, פּען־קאָלעגן, ליטעראַטור־פארשער און קולטורלײַט, וואָס האָבן איבערפֿולט דעם זאַל פֿון דעם בית ראובן מוזיי אין תל־אבֿיבֿ. דער באַקאַנטער דיכטער רפֿי ווײַכערט (אגבֿ, אַן אייניקל פֿון דעם רעזשיסער און פֿאַרוואַלטער פֿון דעם " יונג - טעאַטער" פֿאַר דער מלחמה אין וואַרשע), האָט אין זײַן אײַנלײטונגס־וואָרט אָנגעוויזן אויף דעם שטאַרקן אָפּקלאַנג און רעספּעקט פֿון וועלכן עס געניסט רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע אין דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין לאַנד, און אַז צווישן דער גרויסער צאָל איבערזעצערס פֿון אירע שאַפֿונגען זײַנען געווען אַבֿרהם שלאָנסקי, בן־ציון תומר א"אַנד, ביז צו דעם יונגן דור פֿעיִקע העברעיִשע פּאַעטן ווי רועי גרינוואַלד, בּני מער און זי אַלײן, דיייִדישע אַוואַנגרד־דיכטערין פֿון עלטערן דור, וועלכע האָט מיט אירע אײגענע איבערזעצונגען פֿאַרוואָרפֿן אַ לירישע בריק צווישן בײדע לשוֹנות. מיט טיפֿער אָנערקענונג ביז התפּעלות אין זייערע אָפּשאַצונגען האָבן אַנאַליזירט אירע ווערק פּראָפֿ' חנן חבֿר און פּראָפֿ' אַריאל הירשפֿעלד, וועלכע זעען אין דעם עצם נאָמען פֿון רבֿקה באַסמאַנס בוך "אויף דער סטרונע פֿון רעגן" דעם תּמצית און כאַראַקטער פֿון איר לעבנסלאַנגן שאַפֿן אויף דער סטרונע פֿון שטימונג. י. ל. ד"ר זעלדע כהנא נוימאַן /אַ פּאָר ווערטער לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַנס געבורטסטאָג די טעאָרעטיקערס פֿון שפּראַך-פֿאָרשונג האָבן געזאָגט, אַז דער סוד פֿון דער פּאָעזיע ליגט אין דער פֿאַרוואַנדלונג פֿון טאָגטעגלעכע זאַכן. אַ פּאָעט נעמט די -אָטאָגטעגלעכקייט און מאַכט פֿון איר עפעס אומגעוויינטלעכס און אויסטערלישס. אויף אַזאַ אופֿן: אין רבֿקהס לידער שטערן פֿאַלן אָפּ און ווערן אַ פּאָלאָנעז, אַ ליד מיט אַן אַלטן רעפריין ציט שטאַרק און נאַרט אָפּ, און רינגען פֿון אַ בוים ווייסן וויאַזוי צו באַנײַען אַלטע וועגן. מיר הערן אָדער לייענען רבֿקהס לידער, און אונדזער נשמה ווערט באַרײַכערט. פֿאַר דעם דאַרפן מיר דאַנקען רבֿקהן און זאָגן: רבֿקה, אַ דאַנק פֿאַר דער מתּנה. און איצט וויל איך ציטירן דער בעלת השמחהס אייגענע ווערטער, וועלכע זי האָט געווידמעט דער דיכטערין הדסה רובין, ווי זי וואָלט זיי געזאָגט הײַנט און וואָס איז צוגעפּאַסט גענוי ווי פֿאַר זיך אַלײן, צו איר אייגענעם יונג ווערן 90 יאָר: אַ נײַנציק - יאָריקער שפּאַן
(צום דערשײַנען פֿון רבֿקה באַסמאַנס טאָפּל־בוך "לכּבֿוד איך און דו" ) די 13־טע לידער־זאַמלונג פֿון דער דיכטערין אַלכסנדר שפּיגלבלאַט שרײַבט אין זײַן קורצן געראָטענעם אַרײַנפֿיר צו רבֿקה באַסמאַנס נײַ־דערשינענעם בוך, אַז די דיכטערין פֿירט אין אירע לידער אַ דיאַלאָג מיט בלומען, מיט בײמער, מיט געפֿליגל און בּעלי חיים. לויט מײַן מײנונג פֿירט רבֿקה באַסמאַן אַ דיאַלאָג מיט זיך - און זי רעדט צו זיך אין נאָמען פֿון אַלץ וואָס די נאַטור האָט באַשאַפֿן: פֿון אַלע אירע וועזנהײטן און פֿון אַלע אירע דערשײַנונגען - זי רעדט צו זיך אין נאָמען פֿון די בלומען און די בינען, פֿונעם זונפֿאַרגאַנג און פֿון דעם רעגן אָדער פֿון דעם ווינט אין וואַלד. זי באַהעפֿט זיך מיט דעם אַלעם, זאַפּט זיי אײַן אין איר נשמה - און ברענגט זיי אַרויס אינעם ליד מיט אַ שטילן שאָרך, טײלמאָל מיט אַ שטילן געצוימטן ציטער געלײַטערט, געאיידלט און געזויבערט - ווי דורכן פֿילטער פֿון די קלאַנגען, וואָס קומען אַרויס פֿון די טיפֿע זויבערע קוואַלן פֿון דער פּאָעזיע, און פֿון איר, רבֿקה באַסמאַנס, פּאָעטישער נשמה, מיט אַ פּאָעטישן שאר רוח.. דאָס בוך " לכּבֿוד איך און דו " איז, וואָלט איך געזאָגט, אַ רעטראָספּעקטיוו פֿון איר שעפֿערישן לעבנסוועג, אַן אײַנזאַמלונג פֿון כּמעט אַלע לידער פֿון דער באַגאַבטער דיכטערין. דאָס בוך נעמט אַרײַן אין זיך אירע אַלע 10 לידער־זאַמלונגען, אָנהײבנדיק פֿון איר ערשטן בוך " טויבן בײַם ברונעם ", דערשינען אין לאַנד אין 1959 - ביז דער דיכטערינס 10 ־טער לידער ־זאַמלונג א. נ. " שרײַבן אַ ליד " וואָס איז שוין אַרײַן אין דער איצטיקער צווײ ־בענדיקער אויסגאַבע ווי אַ טײל פֿון אָט דעם בוך. דאַקעגן זענען אין איר נישט אַרײַן אירע לידער געשריבענע, נאָך ווי אַ יונג מײדל, אין געטאָ און אין די נאַצישע לאַגערן. רבֿקה באַסמאַן - בן־חיים צייכנט זיך אויס מיט דער אומגעווײנלעכער אײַנפֿאַלערישקײט פֿון איר פּאָעטישער אימאַגינאַציע. אירע לידער זענען לרוב קורצע שטימונג־סיטואַציעס און בליץ־מחשבֿות, אין וועלכע זי כאַפּט אויף און פֿאַנגט אַרײַן אין אירע שורות די סובטעלע קלאַנגען און די לײַכטע שאָרכן פֿון דער נאַטור, פֿון די פֿייגל און בײמער און בלעטער אויפֿן ווינט. פֿון דער גרויער טאָג־טעגלעכקײט פֿאַנגט זי אַרויס די אָפֿטמאָל טריוויאַלע דערשײַנונגען, זי שלײַפֿט זיי אויס און הויכט אַרײַן אין זײ דעם דופֿטיקן טעם פֿון דער פּאָעזיע. זי רעדט אָבער נישט בלויז אין נאָמען פֿון די פֿײגל און בײמער און פֿון דער נאַטור, וואָס רינגלט אונדז אַרום. זי נעמט אויך אַרײַן דעם מענטש אין אָט דער משפּחה. און אָט וואָס זי שרײַבט וועגן די באַציִונגען, למשל, צווישן דעם מענטש און דעם בוים. אָט אַזוי: אַ מענטש און אַ בוים זײַנען פֿרײַנד פֿון פֿאַרצײַטן, איך האָב אָפּגעצײלט אין די צווײ בענדער אַ קימא־לן פֿון 900 לידער, פּערל פֿון איר שעפֿערישן טאַלאַנט. אין אָט דער טרוקענער סטאַטיסטיק פֿון דער קײַלעכיקער ציפֿער איז פֿאַרבאָרגן אַ שפֿע פֿון עמאָציאָנעל־קינסטלערישן שאר רוח. איבער די צווײ בענד פֿון דעם רײַך תּוֹכיקן בוך שוועבט דער זכר פֿון דער דיכטערינס פֿאַרשטאָרבענעם לעבנס־באַגלייטער דעם קונסט-מאלער מולה בּן־חײם - סײַ אין זכות פֿון דער גרויסער צאָל לידער, וואָס זענען געווידמעט זײַן אָנדענק און אַנדערע, וואָס זענען באַווירקט פֿון זײַן שאַפֿן, סײַ אין זכות פֿון זײַנע בילדער, וואָס זענען אײַנגעפֿלאָכטן אין דעם בוך, און אויך אין זכות פֿון די טאָוולען מיט זײַנע געמעלן, וואָס נעמען אַרום און הילן אײַן די זעלטן שײנע פּרעזענטאַציע פֿון רבֿקה באַסמאַנס לעבנסווערק. יעדעס נײַע בוך, יעדע נײַע זאַמלונג פֿון רבֿקה באַסמאַנס לידער איז פֿאַר דער ייִדישער קולטור אַ וויכטיקער צוטראָג צו איר ליטעראַרישן אוֹצר אין ייִדיש, און פֿאַר אונדז אַלעמען אַ יום - טוב.. יצחק לודען ----------------- Rivka Basman ben-Chaim - /- The Poet of The Delicate String became betrothed to the pen, but two of her earliest poems were printed only after the liberation. They appeared in 1949, in Di Goldene Keyt in Israel, to which she had come two years earlier, together with her husband, the painter Mula ben-Chaim, who was also from Lithuania, from Lide. She linked up with him and accompanied him not only in his activities in the Brikhe [1] and later during the three years of his diplomatic service (1962-1965) as the cultural attaché of Israel in Moscow, but also in spiritual-artistic creation and in their reciprocal influences: he with her musical tones in his painting and she with his colorful themes in her poetry . This was a coupling of talent and esprit, and his influence accompanied the poetess in her creation even in the years when Mula was physically absent (he died in 1993 .) She was among the founders of “Young Israel” in the early 50s, and her youthful spirit continues even now, about 50 years later. Her first collection of poetry, titled Toybn Baym Brunem (Pigeons at the Well), was published in 1959, and she has continued ever since to draw full pitchers from the pure waters in the same well for quiet and luscious lyrics, in which Nature and the birds, trees, and flowers that she sees around her are full of wisdom and metaphysical spirituality. Even the rain. She is on intimate terms with everything. She is on familiar terms with everything . All the occurrences of life and of Nature are linked for her with passion and affection. Such is she, the poetess, in her creation as well as in her life . Since that first book, she has published 8 more collections of poems, whose very names express the spirit of her poems : Bleter un Vegn (Leaves and Roads), 1967 ; Likhtike Shteyner (Bright Stones), 1972 ; Tseshotene Kreln ( Shadowed Beads ), 1982; Onrirn diTsayt (Touching Time), 1988 ; Di Shtilkayt Brent (Silence Burns), 1992 ; Di Erd Gedenkt ( The Earth Remembers ), 1998; Di Draytsnte Sho (The Thirteenth Hour); 2000 ; Oyf DerStrune fun Regn (On the String of the Rain), 2002; and, finally, the current two-volume book LekovedIkh un Du ( In Honor of Me and You), the poetess’s 10th collection of poems. Even more evocative are the titles of the individual poems, and still more so are the poems themselves . Rivka Basman ben-Chaim has been rewarded for her abundant creativity with the most important literary prizes , headed by the Manger prize, the Mendele prize, the Dovid Hofshteyn prize, etc . She also undoubtedly deserves to be rewarded for her capable activity in the Association of Yiddish Writers and Journalists in Israel, and as an active member of the Culture Circle in the Arbeter Ring in Tel-Aviv . In his brief, excellent introduction to her newly published book LekovedIkh un Du ( In Honor of You and Me), the poet and essayist Alexander Shpiglblat writes that the poetess is conducting a dialogue with flowers, trees, flying creatures, and living creatures in her poems. I would add to that that she is conducting a dialogue with herself-and she speaks to herself in the name of everything that Nature has created: all her creatures and all her events. She speaks to herself in the name of the flowers and the bees, of sunset and rain, and of the wind in the forest . She links herself with all things, absorbs them into her soul-and brings them out in her poems, sometimes with a quiet rustle, sometimes purified, refined , and cleansed by a quiet, slight tremor, as if through the filter of sounds that come out of the deep, pure wells of poetry and from her poetic soul, with poetic inspiration . This current publication is a retrospective of her creative life’s path, a collection of almost all the poems of this talented poetess from 1959 through the anthology Shraybn a Lid (To Write a Poem). However, it doesn’t include her earliest poetry collections, such as her first one , Pigeons at the Well , which appeared in Israel but was written while she was still a young girl in the ghetto and the Nazi death-camps . Rivka Basman ben-Chaim is distinguished by the inventiveness of her poetic imagination.Her poems are mostly short mood-pieces and flashing thoughts in which the seizes upon and captures in her lines the subtle sounds and the slight rustlings of Nature, of birds and trees and leaves in the wind. Out of gray everyday life, she captures often trivial occurrences, polishes them, and breathes into them the fragrant taste of poetry . But she doesn’t speak only in the name of the birds and bees and Nature that surround us-she also includes Man in that family. Here, for example, is what she writes about the relationship between Man and trees : -A man and a tree are long-time friends ; The man is drawn to the tree, to its green wonder -I have counted in the two current volumes a total of 900 poems, pearls of her creative talent. In that dry , round-number statistic is hidden an abundance of emotional and artistic inspiration. Above these richness-filled books soars the remembrance of the poetess’s deceased life companion, Mula ben-Chaim, by virtue of the large number of poems that are dedicated to his memory and others that are influenced by his creations; by virtue of his pictures, which are woven into the book; and by virtue of the covers with his drawings, which embrace and envelop the unusually beautiful presentation of her life’s-work . Every new book, every new collection of Rivka Basman ben-Chaim’s poems, is an important contribution to her literary treasure in Yiddish, and an occasion for celebration for all of us . I. L. A word during the presentation A Coupling of Talent and Inspiration Poetry and painting are usually an excellent couple. But it very seldom happens that the earthly representatives of these two Muses pair off in so successful, so reciprocally complementary a creative coupling as was the case with the marriage of the artist Mula ben-Chaim and the poetess Rivka Basman ben-Chaim. This harmony was destroyed ten years ago: Mula left this world forever and Rivka remained alone with the colorful world of her deceased life-companion, who, however, continues to accompany her and inspire her with his spirit during all ten years of his physical absence. They say that if an artist busies himself with societal activity, one of the two areas suffers: either the activity or the art, and sometimes both. Mula ben-Chaim had enough talent and energy for both, and they even nourished each other reciprocally. Even before he came to Israel in 1947 and settled here with his life-companion, Mula was active in Vilna, where he began to study painting, and later, when he became involved in the “Brikh a ” in Europe. Still later, he held administrative offices here in Kibbutz Hamapil, where he “served time” till 1962. After that, he was the cultural attaché in the Israeli embassy in Moscow for three years. After returning to Israel, he was chairman of the Israeli Artists’ Association for three years, and then, for a while, he was the director of Leivick House and its Yiddish Writers’ and Journalists’ Association in Tel-Aviv. In all these offices and missions, Rivka Basman ben-Chaim was an active partner, and neither one encroached on the spiritual-artistic creativity of the other. On October 25, in the Tel-Aviv Artists’ House at Alharizi 9, Mula’s tenth yortsayt was observed, and several of his pictures were exhibited, accompanied and supplemented by the quiet, delicate sound of Rivka Basman ben-Chaim’s lyrical words. It was the most beautiful thing that Nature has created-the loveliest linking of two body-and-soul-bound artists of the brush and the word--of everything they colored and described in their creations: the sounds of music strung into Mula’s paintings, and the trills of the birds, the aroma of the flowers, the allure of Nature and its quiet whispering, and finally the clever play of thoughts in Rivka Basman ben-Chaim’s poetry. Both coming from Lithuania, she from Vilkomir and he from Lide, their common life’s path led them down the roads of Jewish destiny till the cruel parting between life and death. To be so far separated and yet so closely linked in a coupling of talent and esprit-theirs was the most beautiful gift that Nature can bestow. I.L. Lebns - Fragn. Nr 612-613 September-October, 2003 [1] A gathering of survivors stranded in Europe, to allow them to “escape” to Palestine
אַ טאָג פֿון חורבן צו נתן יונתן (בײַם באַקומען צוזאַמען דעם פֿיכמאַן-פּרײַז)
פֿאַר צבֿי אײַזנמאַן דו פֿרעגסט בײַ מיר ובעברית: בשׂיחה עם צבֿי אײַזנמאַן, לאחר שספרו ראה אור בתרגום לרוסית, סיפּרתי לו שהדס מבית לייוויק העלתה קטעים מן האירוע לדף הפײסבוק. צבי הקשיב ושאל: מה זה פײסבוק? עניתי לו: זה עולם דיגיטלי ואנו כבר לא שייכים אליו. ובעיקבות שיחה זו כתבתי שיר: לצבי אײַזנמן שנינו, אתה וגם אני שייכים לשירה. און פֿיר חדשים שפּעטער, נאָך אײַזנמאַנס פּטירה, האָט רבֿקה באַסמאַן געשריבן: צבֿי, בײַם אוהל פּרץ
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען