| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דאָס ייִנגעלע בײַם ים-ברעג
דזשאָרדין קוציק
דאָס בילד האָט אויפֿגעטרייסלט און פֿאַרשעמט די וועלט. אויפֿן זאַמד בײַם ים־ברעג לעבן דעם לוקסוסדיקן וואַקאַציע־שטעטל באָדרום, אין טערקײַ, ליגט אַ קליין ייִנגעלע. ווען ניט די ווייכע כוואַליעס וואַסער, וואָס גלעטן זײַן קערפּער און פֿאַרדעקן אים איבערן קאָפּ, וואָלט מען גרינג געקענט מיינען, אַז דאָס קינד שלאָפֿט. דאָס ייִנגעלע שלאָפֿט אָבער ניט. עס ליגט אַ טויטס, אַ דערטרונקנס. דאָס ייִנגעלע, אָנגעטאָן אין מאָדישע קליידער און קליינטשיקע גומענע־שיכעלעך, מיטן פּנים אַראָפּ אינעם וואַסער, זעט אויס ווי ער וואָלט געקענט געהערן צו ביליאָנען משפּחות איבער דער וועלט. זײַן אַנאָנימקייט, די מאָדנע ווייכקייט פֿון זײַן לעצטער פּויזע, די עלנטקייט, וואָס הערשט אַרום זײַן געביין, האָבן אים כּמעט גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ סימבאָל פֿאַר אַלע באַדראָטע קינדער אויף דער וועלט בּכלל און פֿאַר די סירישע פּליטים בּפֿרט. איידער עס איז געוואָרן אַ סימבאָל, האָט דאָס ייִנגעלע געהייסן אַלאַן קורדי. בלויז דרײַ יאָר אַלט, האָט עס זײַן גאַנץ לעבן געקענט נאָר מלחמה און פּליטים־לאַגערן. די משפּחה קורדי, תּושבֿים פֿון קאָבאַני, אַ שטאָט, וואָס איז ממש צעריסן געוואָרן אויף שטיקער דורכן סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַדס לופֿט־כּוחות, האָט די משפּחה, אַזוי װ י די נײַן מיליאָן אַנדערע סיריער, פֿאַרלאָזט איר היים. אין טערקײַ האָט זי צוויי יאָר געשמאַכט אין די ריזיקע פּליטים־לאַגערן, וווּ עס געפֿינען זיך שוין מער ווי צוויי מיליאָן פֿון אירע לאַנדסלײַט. אָבער נישט אַזוי װ י ס׳רובֿ סירישע פּליטים, האָט די משפּחה אַפּנים פֿאַרמאָגט אַן אויסוועג. אַלאַנס פֿאָטער אַבדולאַ האָט אַ שוועסטער טימאַ, וואָס וווינט שוין 20 יאָר אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע. אַלאַנס מומע טימאַ האָט צוזאַמען מיט אַ פּאָר פֿון אירע קורדישע שכנים אין וואַנקוּווער אַפּליקירט צו ספּאָנסירן די משפּחה קורדי, זיי זאָלן קענען באַקומען וויזעס זיך צו באַזעצן אין קאַנאַדע ווי אָנערקענטע פּליטים. די פֿאַרשידענע פּרוּוון זענען אָבער, ניט געלונגען. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ מיטגלידין פֿון קאַנאַדער פּאַרלאַמענט האָט פּערזענלעך זיך גע װ אָנדן צום קאַנאַדישן מיניסטער פֿאַר אימיגראַציע קריס אַלעקסאַנדער ער זאָל זיך משתּדל זײַן לטובֿת דער משפּחה, האָט די קאַנאַדער רעגירונג ניט אָנגענומען זייער אַפּליקאַציע. בלית ברירה און אַפּנים אָן האָפֿענונג, האָט די משפּחה קורדי דרײַ מאָל באַצאָלט די שמוגלערס זיי אַריבערצופֿירן קיין גריכנלאַנד. דרײַ מאָל זענען זייערע פּרוּוון ניט געלונגען. דאָס פֿערטע מאָל, בײַ נאַכט דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט די משפּחה, צוזאַמען מיט אַ שמוגלער, זיך געלאָזט אויפֿן ים אין אַ קליין שיפֿל, כּדי צו דערגרייכן דעם גריכישן אינדזל קאָס, וואָס ליגט צוויי מײַל פֿון באָדרום. אין מיטן דער נסיעה, קורץ נאָך צוויי אַזייגער אינדערפֿרי, האָט אַ ריזיקע כוואַליע אַריבערגעקערט דאָס שיפֿעלע. דער שמוגלער איז אַוועקגעשוווּמען, איבערלאָזנדיק אויף הפֿקר די משפּחה קורדי. אַבדולאַ האָט פּרובירט סײַ אויפֿצוהאַלטן די קעפּ פֿון זײַנע קינדער איבערן וואַסער סײַ צו סטאַביליזרן און פּילאָטירן מיטן שיפֿל, אָבער ס׳איז אים ניט געלונגען. זײַנע צוויי זין זענען דערטרונקען געוואָרן פֿאַר זײַנע אויגן, און זײַן פֿרוי איז פֿאַרשוווּנדן אויף אייביק אונטערן וואַסער. ווען די זעלביקע כוואַליעס, וואָס האָבן דערהרגעט אַלאַן קורדי וואָלטן ניט איבערגעלאָזט זײַן געביין אויפֿן ים־ברעג, און ווען אַ פֿאָטאָגראַפֿין וואָלט צופֿעליק ניט געווען דערבײַ, וואָלט קיינער ניט געהערט פֿון אים און פֿון זײַן טרויעריקן גורל. טויזנטער מענער, פֿרויען און קינדער זענען הײַיאָר דערטרונקען געוואָרן אין מיטללענדישן ים, פּרובירנדיק, אַזוי ווי די משפּחה קורדי, צו דערגרייכן אייראָפּע. מער ווי 300,000 נפֿשות, צווישן זיי צענדליקער טויזנטער קינדער, זענען דערהרגעט געוואָרן אין סיריע, אין דער מלחמה, פֿון וועלכער די משפּחה איז לכתּחילה אַנטלאָפֿן. דעם פּאַראַדאָקס, אַז מענטשן האָבן מער מיטגעפֿיל צום גוֹרל פֿון איין מענטש, איידער צום גוֹרל פֿון מיליאָנען, האָט אַזוי טרעפֿלעך פֿאָרגעשטעלט, ניט ווייניקער ווי יוסף סטאַלין: דער סאָוועטישער דיקטאַטאָר, וואָס זײַן רעזשים האָט דערהרגעט מיליאָנען מענטשן, זאָל כּלומרשט האָבן געזאָט, אַז „איין טויט איז אַ טראַגעדיע, און אַ מיליאָן - אַ סטאַטיסטיק". מע קען דאָס בולט זען מיטן דאָזיקן פֿאַל: כּמעט אַלע, וואָס דריקן אויס זייער טרויער און שאָק איבער אַלאַנס טויט, האָבן פֿאַר אָט דעם אינצידענט קוים געטראַכט וועגן די אומצאָליקע שוידערלעכע ידיעת וועגן דער מלחמה אין סיריע במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר; אָדער וועגן דער פֿאַרפֿלייצונג פֿון פּליטים, וואָס שטראָמען אַרײַן אין אייראָפּע. און אַוודאַי זענען אַ סך פֿון די פּאָליטיקער, בפֿרט די קאַנאַדער פּאָליטיקער, וואָס דריקן אויס זייער מיטגעפֿיל דער משפּחה, צווישן די זעלביקע, וואָס שטיצן גאָר שטרענגע געזעצן, וואָס באַגרענעצן דאָס אַרײַנקומען און באַזעצן זיך אין לאַנד. בקיצור, יעדער איינער וויל, אַז די פּליטים זאָלן ניט דערטרונקען ווערן אין ים, אָבער ס׳רובֿ מענטשן ווילן אויך ניט, אַז זיי זאָלן זיך באַזעצן אין זייער לאַנד. בײ דער געלעגנהייט איז כדי צו דערמאנען די גרויסע פאפולאריטעט פון דעם גורל פון אַננאַ פֿראַנק אויף דער גאָרער װ עלט, אין פארגלײַך מיט דער גלייכגילטיקייט פון דער זעלבער וועלט צו דער אויסראָטונג פון זעקס מיליאָן יידן, דערפֿון אַנדערטהאַלבן מיליאָן קינדער בעת דער היטלער-מלחמה. מיר ייִדן קענען ניט אויסמײַדן, אַז די סיטואַציע אויפֿן ים און אַפֿילו נאָך מער אין די באַן־סטאַנציעס אין אונגערן און טשעכיע, זאָל אונדז ניט דערמאָנען דעם גורל פֿון די טויזנטער ייִדן, וואָס האָבן פּרובירט פֿאַרלאָזן אייראָפּע ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. כאָטש די שיפֿן, ווי „סיינט לויִס”, זענען געווען אַ סך מער פֿאַרזיכערט ווי די קלייניקע שיפֿלעך און טראַטוועס, אין וועלכע עס פֿאָרן די הײַנטיקע פּליטים, האָט מען אויך יענע ייִדן, אַזוי ווי די הײַנטיקע פּליטים, אין ס׳רובֿ ערטער ניט אַרײַנגעלאָזט און זיי אָפֿט צוריקגעשיקט פֿון וואַנען זיי זענען געקומען. ווי מאַראַם שטערן, די הויפּט־פֿאַרוואַלטערין פֿאַר דיפּלאָמאַטיע בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס" האָט דערמאָנט אין אַ לײט־אַרטיקל וועגן די סירישע פּליטים אין דער „יוּדישע אַלגעמײַנע", האָט נאָר איין לאַנד אויף דער „עוויאַן־קאָנפֿערענץ" גלײַך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, געזאָגט, אַז זי איז גרייט אָנצונעמען מער ייִדישע פּליטים. אַלע אַנדערע לענדער, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע בתוכם, האָבן די דרינגנדיקע געבעטן פֿון די דײַטשישע ייִדן איגנאָרירט. ביז מיט אַ וואָך צוריק האָבן ס׳רובֿ לענדער אויך איגנאָרירט דעם ביטערן גורל פֿון די סירישע פּליטים. ס׳איז אָבער שווער צו איגנאָרירן אַזאַ גרויליק בילד ווי די פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די וועלט. און עס קען זײַן, אַז אַ סך מער מענטשן וועלן זײַן באַוווּסטזיניק וועגן דעם ענין צוליב דעם טויט פֿון אַלאַן קורדי. אַזוי האָפֿט זײַן פֿאָטער, אַבדולאַ, וועלכער האָט איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו, אַז „מיר ווילן צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער וועלט צו אונדז, כּדי מע זאָל העלפֿן אויסצומײַדן אַזאַ טראַגעדיע אויף ווײַטער. הלוואי זאָל דאָס זײַן דאָס לעצטע מאָל. עס וועט, אָבער, ניט זײַן דאָס לעצטע מאָל. די טרויעריקע געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿאַרן חורבן און דעם ביטערן גורל פֿון די פּליטים אין די באַלקאַנען און רוואַנדע אין די 1990ער יאָרן, און אין סודאַן אין די לעצטע 15 יאָר לערנט אונדז, אַז די מענטשהייט וועט ווידער ניט טאָן גענוג, צו ראַטעווען די באַדראָטע פּליטים. מע וועט יאָ זיך שלאָגן על־חטא וועגן א פּאָר זעלטענע פֿאַלן, ווי דער איצטיקער טויט פֿון אַלאַן קורדי. מע וועט, אָבער, ווידער נאָר באַווײנען אַזעלכע טראַגעדיעס פֿון יחידים, וועגן וועלכע מען הערט, און פֿאַרמאַכן די אויגן אויף מיליאָנען אומגליקלעכע פֿון דער קאַטעגאָריע - „סטאַטיסטיק ".
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען