| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ נײַע סובװענץ פאר דער ייִוו״אָ־ביבליאָטעק
פ-טס
װ י עס דערצײלט זײַנע לייענער דער יידישער "פֿאָרװערטס״ אין ניו-יאָרק, האָט ייִוו״אָ, אַדאַנק דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿון אַן אַנאָנימען מנדבֿ, אַנאָנסירט אַ נײַע איניציאַטיוו צו זאַמלען $1,160,000 פֿאַר איר היסטאָרישן פּראָיעקט אויפֿצוהאַלטן, דיגיטאַליזירן און דערבײַ פֿאַראייניקן אויף איין וועבזײַט אַלע בענד פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִוו״אָ־ביבליאָטעק און אַרכיוואַלע קאָלעקציעס, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין ניו־יאָרק און אין ווילנע. דער פּראָיעקט וועט אויך דיגיטאַליש אויפֿלעבן די אַמאָליקע חשובֿע „סטראַשון־ביבליאָטעק ‟ פֿון ווילנע. לויטן פּלאַן וועט די וועבזײַט זײַן גרייט אין זיבן יאָר אַרום. דער רעזולטאַט וועט זײַן די גרעסטע דיגיטאַלישע זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, און פֿון מאַטעריאַלן אויף ייִדיש, אין דער וועלט: בערך 10,000 זעלטענע אָדער אייגנאַרטיקע פּובליקאַציעס און בערך 1.5 מיליאָן דאָקומענטן, וואָס שפּיגלען אָפּ 500 יאָר פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּוילן, רוסלאַנד, ליטע און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. ווען די אַרבעט וועט פֿאַרענדיקט ווערן, וועט די וועבזײַט דערמעגלעכן סײַ די אַקאַדעמיקער, סײַ דעם ברייטן עולם, צו זוכן אינפֿאָרמאַציע אין דער פֿאַראייניקטער דיגיטאַלישער ביבליאָטעק. דער אַנאָנימער מנדבֿ האָט צוגעזאָגט, אַז פֿאַר יעדן בײַשטײַער, וואָס וועט אַרײַנקומען לטובֿת דעם פּראָיעקט, וועט ער אַליין צוגעבן צוויי מאָל אַזוי פֿיל, ביז מע וועט דערגרייכן $1,160,000. דער פּראָיעקט, וואָס האָט ביז איצט געהייסן „דער ייִוו״אָ־ווילנע פּראָיעקט ‟, וועט איצט הייסן „די „ייִוו״אָ־ווילנער זאַמלונגען - אַ היסטאָרישע דיגיטאַלישע איניציאַטיוו ‟.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען