| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פּרץ מאַרקיש — צו זײַן 120סטן געבורטסטאָג
Peretz Markish - In Honor of his 120th Birthday סערגאָ בענגעלסדאָרף
אין „אַרבעטער־רינג ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם, וואָס איז געקומען דערמאָנען דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט פּרץ מאַרקיש. ווי עס פֿירט זיך אויף קאַלישער, האָט די אַקטריסע שוראַ גרינהויז־טורקאָוו געעפֿנט די אונטערנעמונג. זי האָט פֿאָרגעשטעלט דעם לעקטאָר, פּראָפֿ‘ אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט טיף און צוטריטלעך דערציילט אין זײַן רעפֿעראַט וועגן דעם „שטורעמפֿויגל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע ‟. ווי ס‘האָט באַטאָנט נאָווערשטערן, איז מאַרקישעס פּאָעטישער אָנהייב געווען ענג פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אייגנטלעך, ווי בײַ אַ סך באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן, זײַנע מיטצײַטלער. דעמאָלט האָט דאָס רוסלענדישע ייִדנטום אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן ווי איין גאַנצקייט, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די טעריטאָריעלע ענדערונגען. עס איז אויפֿגעקומען אַן אומאָפּהענגיק לאַנד - פּוילן, וווּ ס‘האָבן געוווינט ס‘רובֿ געוועזענע רוסלענדישע ייִדן. דער פֿאַקט אַליין האָט אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדישע שרײַבער אַ פֿאַרלוירנקייט; זיי האָבן געמוזט זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט און לעבנס־סיטואַציעס. מאַרקיש האָט עס איבערגעלעבט באַזונדערס שאַרף, ווײַל ער אַליין האָט, ווי אַ סאָלדאַט אין דער רוסישער אַרמיי, זיך באַטייליקט אין די מלחמה־שלאַכטן און האָט פֿאַרגעדענקט דעם שוידער. נאָך דער מלחמה קומט ער קיין קיִעוו, וואָס ווערט אין יענער צײַט אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור. דאָרט קאָכט אַ ייִדיש קולטור־לעבן, עס לאָזט אירע וואָרצלען די נײַע ייִדישע ליטעראַטור, עס עפֿענען זיך ייִדישע שולן, פֿאַרלאַגן; און מאַרקיש ווערט אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דעם דינאַמישן פּראָצעס פֿון ייִדישער אויפֿלעבונג. צום באַדויערן, איז עס אָנגעגאַנגען נישט לאַנג. ווי נאָווערשטערן האָט באַטאָנט, איז מאַרקיש אין יענעם פּעריאָד געווען אונטער אַ שטאַרקער השפּעה פֿון דעם רוסישן פּאָעט וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי. מאַרקיש האָט ווירטואָזיש באַהערשט דעם ריטעם און גראַם, וואָס האָט אים באַלד געשטעלט אין די ערשטע רייען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. פֿון איין זײַט, איז ער טאַקע אויפֿגענומען געוואָרן אין קיִעוו, ווי אַ נײַע שטים אין דער ייִדישער פּאָעזיע, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען אויך נישט ווייניק קריטיקער פֿון זײַן נאָוואַטאָרישן סטיל, צווישן זיי דוד בערגעלסאָן. דער מײַסטער פֿון ייִדישער פּראָזע איז געווען מיט 10 יאָר עלטער פֿון מאַרקישן, און האָט שוין געשפּילט די ראָלע פֿון אַ ליטעראַרישן טאָנגעבער אין דער אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אין 1919 האָט בערגעלסאָן אָנגעשריבן אַ גרויסן אַרטיקל, וווּ ער פֿאַרגלײַכט די שאַפֿונג פֿון מאַרקישן מיט דער שאַפֿונג פֿון דוד האָפֿשטיין, אָננעמענדיק דעם צד פֿונעם מער טראַדיציאָנעלן האָפֿשטיין. פֿון דעסטוועגן, איז מאַרקיש אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן קיִעווער פּעריאָד געווען זייער פּאָפּולער און אָנערקענט. ווי אַן עדות דערצו קאָן דינען זײַן טראַגישע פּאָעמע „די קופּע ‟, אָנגעשריבן אין 1922 און אָפּגעדרוקט כּמעט אין איין צײַט סײַ אין קיִעוו און סײַ אין וואַרשע, אין די צוויי פּאָליטישע וועלטן פֿון ייִדישער צעשפּאָלטנקייט. נאָווערשטערן האָט גענוי אַנאַליזירט אין זײַן אויפֿטריט די פּאָעטישע שפּראַך און דעם אינהאַלט פֿון דעם ווערק, וווּ די טראַגעדיע אַנטוויקלט זיך אין אוקראַיִנע בעת די מוראדיקע פּאָגראָמען צווישן 1917־1919. „די קופּע ‟ - אַ קופּע ייִדישע גופֿים, געבליבן ליגן נאָך די פּאָגראָמשטשיקעס אין דעם ייִדישן שטעטל ערבֿ יום־כּיפּור … אין 1924 ווערט שוין אין וואַרשע, צוזאַמען מיט די שרײַבער נחמן מײַזיל, י. י. זינגער און אַלטער קאַציזנע, געגרינדעט די פּובליקאַציע „ליטעראַרישע בלעטער ‟, וואָס האָט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה געשפּילט אַ גוואַלדיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מאַרקיש פּובליקירט דאָרט אָפֿט זײַנע עסייען וועגן דער מאָדערנער ייִדישער און רוסישער ליטעראַטור, וועגן זייערע מעלות און חסרונות. אין 1926 קערט ער זיך אום אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער שוין מיט צוויי יאָר שפּעטער שרײַבט ער צו זײַנע פֿרײַנד אין אויסלאַנד, אַז ער וואָלט נישט קעגן געווען צו פֿאַרלאָזן מאָסקווע. דעמאָלט איז עס נאָך געווען מעגלעך, כאָטש נישט אַזוי פּשוט. מאַרקישן האָט זיך עס נישט אײַנגעגעבן. ער איז געוואָרן אַ באַקאַנטער סאָוועטישער פּאָעט. צו זײַן זאַט און באַקאַנט אין סטאַלינס לאַנד, האָט מען געמוזט „אײַנלייגן די נשמה ‟. ווי ס‘האָט אָנגע װ יזן פּראָפֿ‘ נאָווערשטערן, האָט אַזאַ „פּשרה ‟ אַוודאי געווירקט אויף דעם קינסטלערישן ניוואָ פֿון די ווערק, און האָט געבראַכט אין די 1930ער־1940ער יאָרן צו אַ מאָראַלישער ירידה פֿון די נאַציאָנאַלע ווערטן. נישט יעדער האָט געהאַט מוט זיך קעגנצושטעלן דער טייטלעכער רעפּרעסיווער מאַכט־מאַשין. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מאַרקישן זיך פֿאָרט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אין יענער שווערער צײַט עטלעכע פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע. צווישן זיי זײַן פּאָעמע „צו אַ ייִדישער טענצערין ‟ ; און נאָך איין ווערק, פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס און דעם גורל פֿון מאָסקווער „גאָסעט ‟, וווּ עס פֿלעגן אויפֿגעפֿירט ווערן מאַרקישעס פּיעסעס, „ש. מיכאָעלס - נר תּמיד בײַם אָרון ‟. צוויי טיילן פֿון דער פּאָעמע זײַנען דעמאָלט אָפּגעדרוקט געוואָרן אין מאָסקווע, און די איבעריקע - שוין שפּעטער נאָך דער רעהאַביליטאַציע פֿון די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער און מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. נאָכן אויפֿטריט פֿון פּראָפֿ‘ נאָווערשטערן האָט די אַקטריסע און זינגערין לאה שלאַנגער איבערגעלייענט עטלעכע אויסצוגן פֿון דער פּאָעמע „צו אַ ייִדישער טענצערין ‟ און עטלעכע לירישע לידער פֿונעם פּאָעט. צו דער אונטערנעמונג איז געוואָרן פֿאַרבעטן און איז געווען אָמ װ עזנדיק פּרץ מאַרקישעס זון דוד מאַרקיש, װ עלכער איז אַ באַקאַנטער רוסישער שרײַבער.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען