| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פּרץ מאַרקיש'ס לעצטע טעג
און שעהן אין דער "לוביאַנקע" ד”ר משה װאָלף ז"ל / קאַליפאָרניע
אין אָנדענק פֿון דעם סטאַלינישן יוסטיץ מאָרד בלעטערנדיק אין די פאַרגעלטע בלעטלעך פון מײַן מעדיצינישן אַרכיװ, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אויסצוגן פון "קראַנקן-היסטאָריעס" פון צװײ פּאַציענטן - איינער פון זײ אַ "פאַרדינסט- פולער פּענסיאָנער", ד"ר ש. דער צװײטער, אַ געװײנלעכער פּענסיּאָנער, בירגער נ.. בײדע האָבן געהאַט אַ שײכות מיטן אומקום פון פּרץ מאַרקיש. אין 1955 האָט מען זײ מיטאַמאָל באַפרײַט פון זייער דינסט אין דער לוב-יאַנקער תפיסה אין מאָסקװע און מ'האָט זיי דעמאָלט פּענסיאָנירט. ד"ר ש. איז נאָכן אַרויסגיין אויף עמעריטור אַרײַנגע פאַלן אין אַ שװערער דעפּרעסיע. ער האָט זיך באַשולדיקט אין אַ סך פון די עװלות, װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן כּלפּי די צום טויט פאַראורטיילטע "פּאַציענטן", און גאָר באַזונדערס - אינעם דערשיסן פּרץ מאַרקישן. "ער איז ניט געװען בײַם זינען און איך האָב געחתמעט, אַז ער איז געזונט", האָט ער געטענהט. בעת דער ערשטער מעדיצינישער אונטערזוכונג האָט ד"ר ש. אָן אויפהער געמורמלט: - "ניט ער... ניט ער... איך בין שולדיק... איך בין שולדיק... איך האָב אים דערהרגעט. איך... איך... מיט מײַנע הענט". דער צװײטער, "דער בירגער נ.", אַ װאַנזיניקער אַלקאָ האָליקער, האָט זיך געהאַלטן אין אײן באַרימען, אַז ער איז בײַגעװען בעתן דערשיסן די "זשידעס", און אַז ער האָט געזען װי דער זשיד מאַרקיש האָט פאַר זײַן טויט געשעפּטשעט מאָליטװעס, געהויבן צו דער סטעליע זײַנע הענט, און װי ער האָט נאָך דעם שאָס זיך געקאָרטשעט אין קאָנװוּלסיעס... דעם אמת געזאָגט, האָבן זײַנע װערטער דעמאָלט אַרויסגערופן ערנסטע ספקות - מאַלע װאָס, ער איז דאָך ניט בײַם קלאָרן זינען, קראַנקע קענען װעגן זיך דערצײלן?" אָבער, װען עס איז מיט יאָרן שפּעטער פאַרעפנטלעכט געװאָרן אין דעם מאָסקװער ייִדישן זשורנאַל "די ייִדישע גאַס" (נומ' 2, 1993 - ביז נומ',1 1994) די גרעסערע דערציילונג פון אהרן װערגעליס א.נ. "טויט-שטראָף", געװידמעט פּרץ מאַרקישן - האָט זיך אַרויסבאַװיזן, אַז דאָס װאָס די בײדע פּאַציענטן מײַנע האָבן דערצײלט, איז געװען אמת. אויפן סמך פון װערגעליסעס דערצײלונג און די רמזים פון מײַנע צװײ פּאַציענטן, גיט זיך אײַן אויפצושטעלן פון דאָס נײַ דעם אמתדיקן פאַרלויף פון דער טראַגישער געשעעניש. פּרץ מאַרקיש איז אַרעסטירט געװאָרן דעם 27- סטן יאַנואַר 1949 און איז געהאַלטן געװאָרן אין דער שרעקלעכער לוביאַנקער פּײַני-קונגס-תפיסה 1291 טעג. אַ צעממיתטער איז ער צוזאַמען מיט די אַנדערע הרוגי מלכות געבראַכט געװאָרן פאַר דער "טראָיקע", דעם אַ"ג געריכט, באין מליץ יושר. דער משפּט האָט זיך געצויגן פון דעם 11-טן ביז דעם 18-טן יולי 1952. אויף צומאָרגנס נאָכן פאַרענדיקן דעם משפּט האָט מען אים אַרײַנגעפירט אין אַ קליין צימערל, אין װעלכן עס זענען פון אַ זײַטיקער טיר אַרײַנגעקומען די דרײַ ריכטער, כּדי צו באַקענען דעם פאַרמישפּטן מיטן אורטייל. דער פאָרזיצער האָט פאָרגעלייענט פאַר אים דעם באַשולדיקונגס-אַקט און גליִיך נאָך דעם די שטראָף: "דרײַצן פון די פערצן געמישפּטע - צום דערשיסן". דערזעענדיק, אַז דער פאַרמישפּטער איז דערשיטערט, האָט דער סעקרעטאַר פון דער "טראָיקע" זיך דער נענטערט צו אים און אַרײַנגעשריגן אים אין אויער: - "שרײַבט אונטער, אַז איר זײַט באַקאַנט מיטן אורטייל!"... - "צי קען איך זאָגן מײַן לעצט װאָרט?" - האָט מאַרקיש געפרעגט מיט אַ צעבראַכענעם קול. דער פאָרזיצער האָט קאַלטבלוטיק געענטפערט: - "איר האָט די מעגלעכקייט עס אָנצושרײַבן. איר זײַט פאַראורטיילט צו דער העכסטער שטראָף פאָר שפּיאָנאַזש און מלוכה-פאַראַט. דער אורטייל איז אַן ענדגילטיקער. באַשטעטיקט-זשע מיט אײַער חתימה, אַז איר זײַט מיט אים באַקאַנט". פּרץ מאַקישן האָט אַרומגעכאַפּט אַ קאָנװוּלסיװער שוידער. פון די צעקאָרבטע פינגער איז אַרויסגעפאַלן די פּען. מיט ציטערנדיקע פינגער האָט ער אַװעקגעשטעלט עטלעכע צעקרומטע אוֹתיות. צװײ װעכטער האָבן אים אָנגעכאַפּט פעסט אונטער די פּאַכ װעס. ער האָט ניט געקענט זיך באַװעגן. בלײַבנדיק הענגען אויף זײערע אונטערגעשטעלטע הענט האָט ער זיך אונטערגעגעבן דעם צװאַנג פון די אונטערפירערס. ער האָט זיך אויפגעכאַפּט אין חלשות אין דער קאַמער פאַר די פאַמישפּטע צום טויט. אויפגעװעקט האָט אים... זײַן מאַמע. אויף זײַן פראַגע: זאָג מיר, מאַמע, װער שטייט איצט הינטער מײַן טיר? - האָט זי אים געענטפערט: דער מלאך המוות, זונעניו, אוי, װײ און װינד איז מיר...". פון יענער נאַכט האָט ער ניט אויפגעהערט צו האַלוצי נירן. די ספּעציעלע אויפזייערס, די "װערטוכײַען" װעלכע האָבן פון אים ניט אַראָפּגעלאָזט קיין אויג, האָבן אין זײערע באַריכטן געשריבן, אַז "דער נומער 7 רוט נישט". ער גייט אַרום מיט אויפגעהויבענע הענט און רעדט צו זיך, שטעלט זיך אָפט מיטן פּנים צו דער װאַנט, קלאַפּט זיך מיט דער פויסט אין דער ברוסט. אָט מורמלט ער, און אָט װאָיעט ער, קלאַפּט אין טירל און פרעגט: "װוּהין זענען אַװעק די אַנדערע?" - זײ זענען דאָך נאָרװאָס געװען דאָ מיט אים און זענען אַנטרינען... עס איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער ריכטער האָט אין דער אײנצלקאַמער געלייענט זײַנע לידער, פאַרפאַס טע אין סאַמען אָנהייב, אין װעלכע ער האָט געזען זײַן אײגענעם סוף: ...זע איך מײַנע פון: "װײַט פון קברים, װײַט פון צאַמען שלאָפט אַ קבר אָן אַ נאָמען" אהרן װערגעליס "(די ייִדישע גאַס"נומ' 2ז, ז' 5, 15 1993)
די דאָזקע פערזן זענען נישט בלויז אַ חזון פןן דעם דיכטערס טויט, די "אַרײַנגעװאָר- פֿענע אין אָפּגרונט און צעזײַטע אפשר הונדערט-טויזנט קעפּ" זענען אַ זעוּנג פון אַ נביא, װאָס װאָרנט װעגן באַבי יאַר און װעגן די נאָמענלאָזע קברים אין סטאַלינס לאַגער. * * * ס'איז דער 11-טער אויגוסט האַלבע נאַכט. ס'קומט אָן דער "קאָמענדאַנט" - איינער פון די אויפזייערס, װאָס פירן אויס דעם אורטייל. מיט אים צוזאַמען - דער דאָקטער. ס'איז שוין באַלד צװײ, אויגוסט, 12. דער װערטוכאַי הײסט מאַרקישן אַרויסגיין. מען פירט אים דורך דעם אונטערערדישן טונעל, װעלכער פאַראייניקט די טורמע מיטן דערשיסונגס-קעלער (קיראָװ-גאַס נומ' 23). װײַטער װערט דער טונעל פאַרשמעלערט, קוים זיך אַדורכצושטופּן צװישן די װענט. עס אַנטפּלעקט זיך אַן אײַזערקנע טיר. מאַרקיש שטעלט זיך אָפּ. דער װערטוכאַי שטופּט אים אונטער. די טיר עפנט זיך אויף אויטאָמאַטיש. צװײ שפּאַן װײַטער - נאָך אַן אײַזערנע טיר, און װידער אַן אָפענע, און אַ דריטע אײַזערנע טיר. מאַרקיש עפנט מיט זײַנע הענט די דריטע טיר. דאָרט איז אַ גרויסע, פּוסטע קאַמער װי אַ הײל. אין דער זעלבער רגע באַװײַזט זיך הינטער זײַןֹ רוקן דער "קאָמענדאַנט" מיט אַ פּיסטאָלעט אין דער האַנט, און עטװאָס אין אַ זײַט - דער דאָקטער. מאַרקיש פּרובירט אויסדרייען דעם קאָפּ, אַ קוק טאָן, װער עס באַגעגנט אים דאָ הינטער די דרײַ טירן. און... אין דעם זעלבן מאָמענט שיסט אויס פון הינטן דער "קאָמענדאַנט"... "פּרץ מאַרקיש האָט אַ שװים געטאָן אין דער נידער און מיט אַ לאַנגזאַמער, צעצויגענער װי אין שלאָף באַװעגונג אַרײַנגעדרייט אין זײַן שװער געװאָרענעם גוף אין אַ צעמענטענעם פּאָל". (די ייִדישע גאַס נומ' 1, ז' 75, 1994). די קוילן, װאָס האָבן דערהרגעט מאַרקישן און די אַנדערע הרוגי מלכות-הרשע, האָבן אײנצײַטיק ממיתדיק פאַרװוּנדעט דעם עץ החיים פון דער ייִדישער קולטור. פון דעם בוים זענען געװאָרן אָפּגעהאַקט זײַנע פרוכטיקסטע צװײַגן. די װוּנד בלוטיקט עד היום. זי האָט פאַרװאַנדלט דעם זאַפטיקן בוים אין אַ דאָרן, װאָס ניט געקוקט אויף אַלע בײזע װינטן און אינערלעכע מכשולים, ברענט און ברענט ואיננו אוכּל.- - - - - - - - - - - - - - - - - - דעם 22-סטן נאָװעמבער 1955 איז די סאָװיעטישע רעגירונג געװען געצװוּנגען צו פאַרעפנטלעכן אַ מיטטײ לונג, אַז "דער אורטייל איבער פּרץ מאַרקישן, װי איבער אַלע אַנדערע פאַרמיִשפּטע איז 'אַדאַנק אויפסנײַ אויפגעדעקטע אומשטענדן' אַנולירט געװאָרן. די קרבּנות, װאָס זענען פאַרמשפּט געװאָרן אויף טויט, און די הונדערטער צו לאַנגיאָריקע לאַגער-טערמינען, זענען פולקאָם רעהאַביליטירט." אײנצײַטיק איז געמאָלדן געװאָרן, אַז דער הויפּט-אויספאָרשער, "דער געפערלעכער פּראָװאָקאַטאָר פּאָלקאָװניק ריומין, האָט געצװוּנגען די אַרעסטירטע, אָנװענדנדיק פאָרבאָטענע מיטלען, זײַ זאָלן װאַרפן אויף זיך אַליין און אויף אַנדערע די שולד פאַר נישט באַגאַנגענע פאַרברעכנס". דאָס אויבערגעריכט האָט אים פאַרמישפּט צו דער העכסטער שטראָף - דערשיסן. "דער אורטייל איז געװאָרן אויסגעפירט". אין נאָמען פֿון דער סאָ װ עטישער יוסטיץ...
_________________ געווען געדרוקט אין "לעבנס-פֿראַגן" פון סעפט.- נאָוו' 2011
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען