| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
איך, אַ טאָכטער פֿון אַ יידישן שרייבער
בעלאַ בריקס-קלײַן, פ-טס
ווען די הייליקע "ימים הנוראים" דערנענטערן זיך, קומט אויף מיר אַ שווערע שטימונג. ווייל אין אָט דער צייט זיינען אַוועק אין דער אייביקייט ביידע מײַנע עלטערן. מײַן טאַטע, דער חורבן שרײַבער ירחמיאל בריקס איז נפֿטר געוואָרן חול המועד סוכות ט"ז תשרי תשל"ח מיט 41 יאָר צוריק, מײַן מאַמע, הינדע אתיה (פֿון דער היים - וואָלף), איז באַערדיקט געוואָרן ערב ראש השנה תשס"א מיט 15 יאָר צוריק. ביידע ליגן אין ירושלים, אויפֿן הר הזיתים. אין דער דאָזיקער טרויעריקער צײַט, טראַכט איך זיך טיפֿער אַרײַן אין מײַנע קינדער-יאָרן. איך דערמאָן זיך אין אונדזער וואַרעמער יידישער היים, ווי אָזוי מײַנע עלטערן האָבן אונדז דערצויגן, אין דעם חילוק צווישן זיי ביי זײַער אויסבליק צום לעבן. ביידע האָבן זיי איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום און על-פי-נס געבליבן לעבן. מײַן טאַטע, אַ פוילישער ייד, האָט געהונגערט פֿיר יאָר אין דעם לאָדזשער געטאָ, דערנאָך געווען אין אוישוויץ און אין אַרבעטס-לאַגערן. מײַן מאַמע, אַ רומענישע, האָט איבערגעלעבט אוישוויץ און בערגען-בעלזען. ביידע האָבן פֿאַרלוירן כמעט די גאַנצע משפחה. זיי האָבן זיך באַקענט נאָך דער מלחמה. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיי זיך געטראָפֿן אין שוועדן, ווו דער "רויטער קרײַץ" האָט זיי אריבערגעפֿירט פֿון פֿאַרשידענע ערטער.. זיי האָבן חתונה געהאַט אין דער גרויסערן שיל אין שטאָקהאָלם. מײַן שוועסטער מרים-סערל און איך, בײַלע, זענען דאָרט געבוירן געוואָרן. מײַן טאַטע האָט געפֿירט אַ קאָרעספאָנדענץ מיט מאַקס ווײַנרײַכן און די משפחה האָט עמיגרירט קײַן אַמעריקע דורכן "הײַאַס", ספאָנסירט פֿון ייוואָ. מיר זײַנען געווען אַ משפחה פֿון פליטים, נײַ געקומענע "גרינע" אינעם גאָלדענעם לאַנד, ווײַט פֿון די מזרח-אייראָפעישע שורשים. פֿאַרן טאַטן איבערהויפט איז געווען זייער וויכטיק אַז זײַנע טעכטער זאָלן קענען יידיש. אין דער היים האָבן מיר גערעדט נאָר יידיש. דער טאַטע איז זייער שטרענג געווען מיט דעם און פֿאַרבאָטן מיר זאָלן רעדן ענגליש אין דער היים. איך האָב ענגליש געלערנט נאָר אין קינדערגאָרטן, אָבער דער טאַטע אַלייו האָט ניט געוואָלט זיך לערנען ענגליש. ער האָט געוואָלט אפּהיטן זיין יידישן שפּראַך-אוצר. ווען כ'האָב אים אַמאָל געפֿרעגט וועגן דעם, האָט ער מיר דערקלערט, אַז ער האָט מורא, אַז עס וועט זיך אויסמעקן בײַ אים זײַן יידיש ווערטער-אוצר. ער האָט געגלייבט, אַז יעדעס ענגלישע וואָרט וואָס גייט אַרײַן אין זיין מוח, שטויסט אַרויס אַ יידיש וואָרט. מײַן מאַמע, להיפוך, האָט יאָ געוואָלט זיך לערנען ענגליש און זיך "אַמעריקאַניזירן". איך געדענק אַז אין די ערשטע יאָרן איז זי אין אָוונט געגאַנגען זיך לערנען אין "נײַט סקול", מיט אַנדערע נײַ-געקומענע דערוואַקסענע אימיגראַנטן. זי האָט זיך גיך צוגעפאַסט צו דער נײַער געזעלשאַפֿט. מײַן טאטע - נישט. נאָך דער מלחמה, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער האָט געלעבט און געשאַפֿן 29 יאָר אין ניו יאָרק, מײַן איך, אַז דער טאַטע איז קיינמאָל נישט אַרויס פֿונעם געטאָ. עס האָט אויף אים אַזוי שטאַרק געווירקט דאָס איבערגעלעבטע, אַז די געדאַנקען האָבן אים באַהערשט אַ גאַנץ לעבן ביז זײַן לעצטן טאָג. איך געדענק אין 1972, זומערצײַט, זענען מיר געווען אין מאָנטיסעלאָ אין די בערג אויף צפֿון פֿון ניו יאָרק און געוואַרט אויף אַן אויטאָבוס, איך זאָל צוריקצופֿאָרן אין שטאָט. ס'איז געווען אַ פרעכטיקער טאָג. די זון האָט געשײַנט, די בלומען האָבן געבליט, אַלץ אַרום האָט געאָטעמט מיט רו. פלוצעם גייט דער טאַטע אַוועק אין אַ זײַט, רײַסט אַראָפ אַ צווײַגעלע פֿון אַ בוים, ברענגט עס מיר און זאָגט, "זעסט, בײַלע, דאָס האָט מען געגעסן אין געטאָ!", איך געדענק, אַז זיצנדיק שוין אין אויטאָבוס עטלעכע מינוטן שפעטער נאָך דעם ווי מיר האָבן זיך צעשיידט, האָב איך זיך שטילערהייט צעוויינט. כ'האָב ערשט דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט ניט געקאָנט הנאה האָבן פון לעבן. אַפֿילו אין אַזאַ שיינעם טאָג האָט אים ניט געקאָנט באַפֿרײַען פון די שווערע געדאַנקען, און אים ארויסשלעפן פֿונעם געטאָ. 2 פֿאַר ביידע עלטערן איז געווען זייער וויכטיק ניט איבערצורײַסן די דורות-קייט. מײַן מאַמע האָט אײַנגעפֿירט אַ טראַדיציאָנעלע יידישע היים. מיר האָבן געהאַט אַ כשרע קיך: פֿרייטיק איז געווען בײַ אונדז קבלת שבת, מײַן מאַמע האָט אָנגעצונדן די שבת-ליכט, מײַן טאַטע האָט געמאַכט קידוש אויף אַ המוציא איבער די צוויי חלות. דערנאָך האָבן מיר געגעסן די גאָלדענע יויך מיט לאָקשן אָדער מיט רײַז און פֿאַרענדיקט מיט אַ קאָמפאָט. אָבער דער קבלת שבת האָט ניט געשטערט, אַז נאָך דעם זאָלן מיר עפֿענען די טעלעוויזיע אָדער צומאָרגנס שבת אין דער פֿרי זאָל מײַן טאַטע גיין קויפֿן אַ יידישע צייטונג פֿון קיאָסק אויף בראָדוויי. מוצאי-שבת האָט די מאַמע אונדז אַרומגענומען און צוזאַמען האָבן מיר געזונגען "גאָט פֿון אברהם". אונדזער משפחה-לעבן האָט זיך געדרייט אַרום דעם טאַטנס שרײַבן. כמעט יעדן טאָג איז ער געזעסן אין וווין-צימער בײַם גרויסן טיש און דאָרט איבערגעפֿירט זײַנע שאַפֿונגען אויף פאַפיר, איבערלעבנדיק מיט טרערן און יסורים דער צער פֿון זײַנע העלדן אין אוישוויץ און אין לאָדזשער געטאָ. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ קאַפיטל, האָט ער אונדז צוזאַמענגערופֿן און פֿאָרגעלייענט. אפֿילו ווען איך בין נאָך גאַנץ קליין געווען, האָב איך זיך שטילערהייט צוגעהערט און פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז עפעס וויכטיק. מײַן טאַטע האָט כסדר גערעדט און דערציילט וועגן הונגער, קלעפ און אַנדערע שוידערלעכע עפיזאָדן. מײַן מאַמע האָט כמעט בכלל ניט דערמאָנט אירע שווערע איבערלעבונגען אין אוישוויץ און אין בערגען-בעלזען. אַמאָל, ווען דער טאַטע האָט עפעס דערציילט, האָט די מאַמע אים געזאָגט, אַז מיר זײַנען צו יונג צו הערן אַזײַנע גרוילעכע מעשיות. האָט מײַן טאַטע פֿעסטגעשטעלט, "נײַן! זיי מוזן וויסן!" חינוך איז געווען זייער וויכטיק אין מײַן טאַטנס אויגן און מיר האָבן געלערנט אין די בעסטע ישיבות: מײַן שוועסטער אין ראַמאַז, און איך אין ישיבת אור תורה, ווו מײַן טאַטע האָט אַראַנדזשירט פֿאַר אונדז סטיפענדיעס. אַלע יאָרן האָב איך געלערנט מיט אַמעריקאַנער קינדער פֿון מאַנהאַטאַן און זיך דערפֿילט "אַנדערש", ניט אַזוי ווי זיי. יענע האָבן געהאַט טאַטעס, וואָס האָבן געאַרבעט מיט פֿוטער-מאַנטלען, מיט בריליאַנטן, אאַ"וו. מײַנע עלטערן זײַנען געווען אָרעם, גאָרניט פֿאַרמאָגט, געקומען מיט לײַדיקע הענט קײַן אַמעריקע, זײַ האָבן ניט געקענט גוט רעדן ענגליש. מײַן מאַמע פֿלעגט מיך אָנגעטאָן ווי אַ מזרח-אײַראָפעיש מיידעלע, איך האָב אפֿילו געהאַט צוויי לאַנגע צעפלעך. די מאַמעס פֿון די אַנדערע קינדער זײַנען געווען אויסגעפוצט מיט "מייק-אַפ", זיינען באַצירט געווען מיט גאָלד און דיאַמענטן, געטראָגן נײַע מלבושים. מײַן מאַמע - ניט. זי איז געווען אַ צניעותדיקע און אַחוץ ליפסטיק און אַ ביסל רוזש, האָט זי זיך נישט געפֿאַרבט. יעדן אָוונט איז מײַן טאַטע געזעסן מיט מיר און מיט גרויס געדולד, מיך געלערנט שרײַבן און לייענען יידיש פֿון וואַרשאַווסקיס אלף-בית ביכעלע, און אויך געזונגען מיט מיר יידישע לידער. אין די שפעטערדיקע יאָרן, האָב איך אים ארויסגעהאָלפֿן מיט זײַן ענגלישער קאָרעספאָנדענץ. ער האָט אָפגעהיט יעדעס שטיקעלע פאַפיר, יעדעס בריוועלע געזאַמלט, און מיר געזאָגט "דאָס איז אַ דאָקומענט. דאָס איז געשיכטע". הײַנט געפֿינען זיך אַלע די בריוו אין ייוואָ-אַרכיוו. אַחוץ זײַן שרײַבן און לייענען אַ יידישע צייטונג, האָט מײַן טאַטע ניט געהאַט קיין אַנדער צייטפֿאַרברענג. ווען ער האָט נישט געשריבן אָדער געלייענט, פֿלעגט ער זיך צוגעהערן צו דער יידישער ראַדיאָ-סטאַציע דאָבל-יו-אי-ווי-די. מײַן מאַמע האָט פֿאַרמאָגט גאָלדענע הענט און האָט אויסגענײַט טישטעכער, געשטריקט, געגרייט אַלערליי האַנטאַרבעט. הײַנט, פֿונעם קוק-ווינקל פֿון אַ דערוואַקסענער פֿרוי, גלייב איך, אַז די אײַגנשאַפֿטן פֿון ביידע מײַנע עלטערן האָבן זיך איבערגעגעבן צו מיר. פֿון איין זײַט, בין איך ממשיך מײַן טאַטעס מיסיע אָפצוהיטן די יידישע שפראך, ליטעראַטור און קולטור, פֿאַראייביקן דעם זכרון פֿון די אומשולדיגע קרבנות, ניט צולאָזן די וועלט זאָל פֿאַרגעסן דעם חורבן, וואָס די נאַציס האָבן געבראַכט אויפֿן יידישן פֿאָלק. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך איבערגענומען מײַן מאַמעס ווילן צו לעבן אויף ס'נײַ, דינאַמיש צו גיין ווײַטער, תמיד צו געפֿינען גוטס אין אַלע מענטשן, געבן צדקה,זיך אויפֿפֿירן ווי זי - מענטשלעך מיט יידן און מיט ניט-יידן, מיט איין וואָרט, צו זיין אַ "מענטש". פֿאָרווערטס - 18 סעפטעמבער 2015
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען