| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אויפֿן גענשער בית־עוֹלם
צבי אײַזנמאַן / (1920 – 2014), צו זײַן ערשטן יאָרטאָג
װילסטו זיך טרעפֿן מיט ייִדן - גײ אויפֿן גענשער בּית־עוֹלם. קײנער אויף קײנעם באַקלאָגט זיך ניט. קײנער אויף קײנעם האָט ניט קײן פֿאַראיבל. דער מיט גרינעם פּליוש פֿאַרװאָקסענער אוֹהל פֿון אַ גוטן־ ייִדן (אויסגעפֿילט מיט קװיטלעך און מיט זיפֿצן), האָט שוין פֿון לאַנג שלום געמאַכט מיט די פּוילישע אויסגעקריצטע נעמען פֿון די מאַלגאָ־ זשאַטעס, מאַטילדעס רעבעקעס, איזידאָרס, האָראַציס, אַלויזיס. ער דרײט ניט אַװעק זײַן אוֹהלדיק פֿענצטערל און די זשאַװערנדיקע טיר פֿון די אָפּגעפֿרעמדטע ניפֿטרים. זײ זענען סײַ־װי ייִדן. מער װי די נײַן אײלן פֿאַרמאָגט קײנער ניט. דאָס זעלביקע פֿאַרן גבֿיר און פֿאַרן קבּצן, פֿאָרן גנבֿ און פֿאַרן ערלעכן, פֿאַרן יונגן און פֿאַרן אַלטן. אַלע איבערגעבעטן און אויסגעלײַטערט, אַלע - באַרויִקט. אַ רו, װאָס ציט זיך, װעבט זיך און שפּינט זיך - פֿון שורה צו שורה, פֿון מצבֿה צו מצבֿה, ביסטו פֿאַראינטערעסירט אין דענקערס, שרײַבער, פּאָעטן, רעדאַקטאָרן, קאָמפּאָזיטאָרן, אַרטיסטן, זינגערס, פֿידלער, מאָלער, סקולפּטאָרן, היסטאָריקערס, שפּראַכפֿאָרשערס, שפּראַכ ־ שאַפֿערס, פּאַרטײ־מנהיגים, רעדנערס, רעציטאַ־ טאָרן, טרובאַדאָרן, אָרטאָדאָקסן און פֿרײַדענקער, אַסימילאַטאָרן, יאַהודים און פּאָליאַקן פֿון משהס גלויבן מיט פֿראַק און צילינדער צו דער שבּת־ דיקער תּפֿילה אין דער סינאַגאָגע, אַנאַרכיסטן, קאָמוניסטן, בּיתּריסטן, בונדיסטן און פּועלו־ ציוניסטן - פֿאַר זײ איז אויך פֿאַראַן דאָ פּלאַץ, קענסט אָנרירן מיט דײַן הײסער האַנט זײער קאַלטן שטײן. זײ װעלן דיך ניט אָפּשטויסן, ניט דערװײַטערן. ס'איז אַן אײגענער צו אייגענע געקומען. זײ װאָלטן צו דיר אַ שמײכל געטאָן, אָפּגעגעבן אַ ברײטן שלום־עליכם, נאָר די שטײנפּלאַסטן דערלאָזן עס ניט. זײ װײסן אַז מחוץ די מויערן פֿונעם בּית־הקבֿרות װעל איך זיך פֿילן עלנטער, פֿרעמדער, פֿאַרשטוי־ סענער. אַז פֿון יענער זײַט מויער איז דאָס ייִדישע לעבן - טויט, און בלויז דאָ איז דאָס אײנציקע אָרט, װוּ די טויטע לעבן. אײַל איך זיך ניט. זעץ זיך צו אויף אַ באַנק, שפּאַר זיך אָן אין אַ בוים. בײג זיך אַראָפּ איבער אַ שטיין. באַהעפֿט אַן אות צו אַן אות - און עס באַקומט זיך עמיצנס אַ נאָמען. דער, װעמענס נאָמען כ'האָב נאָרװאָס אַרויסגעבראַכט אויף מײַנע ליפּן, ענטפֿערט מיר יאָ און ענטפֿערט מיר ניט. אַלץ אײנס. עס איז מיר גוט מיט אים. מיט זײ. זײ זענען אין מיר און אַרום מיר. כאָטש אַלץ איז דאָ אַזוי שטום. אַלץ איז דאָ אַזוי אומבאַװעגלעך. ניטאָ מער קײן לװיות. ניטאָ װער עס זאָל שטאַרבן. ניטאָ מער קײן באַגרעבערס, קײן טהרה־שטיבל, קײן באַגלײ־ טערס, קײן באַװײנערס. קראָען מיט אַ פֿינצטערן געשרײ פֿליִען פֿון בוים צו בוים. בלויז זײ זענען אין שטענדיקן בֿאַװעג. אין שטענדיקן געדרײ. און איך שטײ. און איך װאַרט. אויף װאָס װאַרט איך? איך װײס ניט. עס איז שוין באַלד נאַכט. באַלד װערט דער טויער פֿון בית החײם מיט אַ שלאָס פֿאַרמאַכט. גײ איך. אײן שורה גיט מיך איבער צו אַן אַנדערער שורה. אײן בוים צו אַן אַנדערן. דער טויער פֿאַרמאַכט זיך אָן רויש און אָן רעש. פֿונעם טונקל געװאָרענעם בּית־הקבֿרות באַגלײט מיך אַ ליכטזײַל און די העל באַלויכטענע גאַס װיקלט מיך אַרום און אַרום מיט חוֹשך...
(פֿון א ײַזנמאַנס בוך "בלעטער פֿון אַ פֿאַרסמאַליעטן פּנקס") ----------------------------
* אויפֿן ייִדישן בית-עולם אין וואַרשע
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען