| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
װען גאונים זענען נישט בײַ די קלאָרע געדאַנקען
איציק בלימאַן - פ-טס
הײַיאָר האָב איך געהאַט די געלעגנהײט - און דאָס זיצפֿלײש! - צו קוקן זעקס פֿון די אַכט „אָסקאַר־נאָמינאַטן פֿאַרן „בעסטן פֿילם פֿון יאָר“. די צװײ, װאָס האָבן אױף מיר געמאַכט דעם גרעסטן רושם, באַהאַנדלען די ביאָגראַפֿיעס פֿון באַרימטע ענגלישע װיסנשאַפֿטלער: „די טעאָריע פֿון אַלץ“ מאָלט דעם פּאָרטרעט פֿונעם פֿיזיקער סטיװען האָקינג אין די 1960ער יאָרן, װען מע האָט אים געשטעלט דעם ALS ־ דיאַגנאָז, און אין די 1990ער, װען ער האָט זיך צעשײדט מיטן ערשטן װײַב דזשײן. „ די אימיטאַציע־ שפּיל“ גיט איבער די געשיכטע פֿונעם טעאָרעטיקער פֿון דער קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט אַלען טיורינג, װאָס האָט בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה באַװיזן צו אַנטפּלעקן דעם דײַטשן „עניגמאַ“־קאָד, אָבער שפּעטער שטאַרק געליטן פֿון זײַן האָמאָסעקסואַליזם, װאָס אין ענגלאַנד האָט מען עס געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרברעכן קעגן דער געזעלשאַפֿט. די דאָזיקע פֿילמען זענען בלױז די נײַסטע װאַריאַנטן פֿון אַ לאַנגאָניקן זשאַנער - פֿילמען, װאָס שילדערן דאָס טראַגישע לעבן פֿון אַ געניאַלן אַקאַדעמיקער. דער באַקאַנטסטער פֿילם אין דעם זשאַנער קען זײַן A Beautiful Mind [. אױף ייִדיש װ אָלט איך פֿאָרגעלײגט דאָס װערטל: „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“, װאָס איז געװען „דער בעסטער פֿילם“ פֿון 2001. דער פֿילם שילדערט די ביאָגראַפֿיע פֿונעם מאַטעמאַטיקער דזשאָן נעש, װאָס צוליב זײַנע חידושים װעגן מיטאַרבעט און קאָנקורענץ, האָט ער געװוּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר עקאָנאָמיע אין 1994. דער פֿילם שילדערט אױף אַ מײַסטערהאַפֿטן אופֿן, די שפּאַנונג צװישן גאונות און סכיזאָפֿרעניע, און די נאָכװײענישן פֿון אַ פּסיכישער קראַנקײט אױף דעם צוזאַמענלעבן צ װ ישן מאַן און װײַב. װאָס קען מען זיך אָפּלערנען פֿון „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“, װי דער מוסטער פֿון אַ לױבװערדיקן פֿילם וועגן אַ גאון? װאָס זענען די הױפּט־אינגרעדיענטן דערפֿון? ערשטנס, דאַרף מען געפֿינען אַ פֿעיִקן אַקטיאָר, װאָס זאָל קענען לעבעדיק אױסשפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָפּמענטש. צװײטנס, דאַרף דער סצענאַר מאַכן דעם רושם, אַז דער העלד איז טאַקע אַ גאון; ס׳איז אָבער גאָר נישט נײטיק אַרײַנצוגײן אין די האַרבע פּרטים פֿון זײַן טעאָריע. אין דעם זינען איז זײער עפֿעקטיװ, למשל, אַז מע הערט װי דער העלד װערט געלױבט פֿון זײַנע קאָלעגן, אָדער נאָך בעסער, צו װײַזן, װי ער שטײט פֿאַר אַ טאָװל און שרײַבט אַ רײ מאַטעמאַטישע גלײַכונגען מיט גריכישע סימבאָלן. דריטנס, און דאָס סאַמע װיכטיקסטע: דער העלד מוז זײַן אַזױ פֿאַרזונקען אין די אײגענע געדאַנקען, אַז ער קען זיך פֿון זײ נישט אַװעקרײַסן. צוליב זײַנע טעאָריעס װערט ער אַ שבֿר־כּלי, אַ צעבראָכענער נפֿש. אין די אַלע פּרטים זענען אי „די טעאָריע פֿון אַלץ“, אי „די אימיטאַציע־שפּיל“ ממש געראָטן אין „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט “. דער עולם, װאָס גײט אין קינאָ צו זען דעם אָדער יענעם פֿילם, װאָלט אפֿשר געמײנט, אַז אַזעלכע טראַגעדיעס זענען דװקא אױסנאַמען; אָבער דער טרױעריקער אמת איז, אַז כּמה־וכּמה לעבנס־געשיכטעס װאָלטן זיך געלאָזט פֿילמירן אין גײַסט פֿון „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“. איז װעמען װאָלט איך נאָמינירט װי דעם בעסטן קאַנדידאַט פֿאַרן קומעדיקן ביאָגראַפֿישן פֿילם? צװישן די אינטערעסאַנטסטע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון מענטשלעכן װיסן איז זיכער געװען דער עסטרײַכער לאָגיקער קורט געדעל (1906-1978). צו 25 יאָר איז דערשינען זײַנס אַן אַרבעט, אין װעלכער ער האָט פֿאָרמולירט דעם „אומפֿולקײטס־ טעאָרעם“: אױף אַ מאַטעמאַטיש פּינקטלעכן אופֿן האָט דער פֿאָרשער באַװיזן, אַז ס ’ איז אוממעגלעך צו פֿאָרמולירן אַ לאָגישע סיסטעם, װאָס אירע עצם־אַקסיאָמען זאָלן זײַן דערװײַזלעך אױפֿן סמך פֿון אינערלעכע מיטלען. פּשוט גערעדט, די גאַנצע אונטערנעמונג, װאָס מיר רופֿן זי „מאַטעמאַטיק“ צי „לאָגיק“, װעט קײנמאָל נישט דערפֿירן צו קײן געשלאָסענער, פֿולשטענדיק לאָגישער סיסטעם. געדעלס טעאָרעם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ממש אַן איבערקערעניש אין דער װעלט פֿון מאַטעמאַטיק. אין די 1930ער, װען אַ נאַצישער סטודענט האָט דערשאָסן זײַנס אַ לערער, האָט בײַ געדעלן זיך אַנטװיקלט אַ פּאַראַנאָיע און ער איז אַנטלאָפֿן קײן אַמעריקע. אין פּרינסטאָן האָט ער זיך באַקענט מיט אַלבערט אײַנשטײנען. די װיכטיקײט פֿון קורט געדעלס דערגרײכונגען קען מען אָפּשאַצן דורך אײַנשטײנס אַן אויסדרוק, אַז דער הױכפּונקט פֿון זײַן טאָג איז געװען „די גרױסע זכיה צו באַגלײטן געדעלן אַהײם“. צום באַדױערן, האָט געדעלס פּאַראַנאָיע זיך װײַטער אַנטװיקלט אין אַמעריקע. ער האָט שטענדיק מורא געהאַט, אַז אַנדערע פּרוּװן אים אָפּסמען, דעריבער האָט ער געהײסן זײַן װײַב פֿאַרזוכן יעדע זאַך, װאָס ער האָט נאָר אַרײַנגעלײגט אין מױל. װען זײַן װײַב האָט געדאַרפֿט ליגן אין שפּיטאָל זעקס חדשים לאַנג, איז געדעל געשטאָרבן פֿון הונגער. נאָך אַ סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט אין דער פֿאָרמעלער לאָגיק איז געװען דער ייִד משה שײנפֿינקל (1888-1942). איך האָב זיך באַקענט מיט שײנפֿינקלס חידושים אויף אַ גראַדויִר־קורס װעגן סעמאַנטיק. ס׳איז שװער איבערצוגעבן די װיכטיקײט פֿון זײַנע געדאַנקען אין אַן אַרטיקל, װאָס זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר נישט־ספּעציאַליסטן. אָבער זאָל זײַן גענוג צו זאָגן, אַז װען די סעמאַנטיקער אַנאַליזירן זאַצן דורך קאָמבינירן פֿאַרשײדענע לאָגישע סימבאָלן, איז פֿאַראַן אַ פּראָצעס, װאָס מע רופֿט אים (דװקא אָן געלעכטער) - די „שײנפֿינקליזאַציע“. מע זאָגט, אַז צו 39 יאָר איז ער געװאָרן גײַסטיק קראַנק און האָט געדאַרפֿט װױנען אין אַ סאַנאַטאָריע. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער אױסגעלעבט אין ביטערער אָרעמקײט, און אין 1942 געשטאָרבן אין אַ מאָסקװער שפּיטאָל. מיט אײניקע יאָר שפּעטער האָבן שײנפֿינקלס געװעזענע חבֿרים געמוזט, צוליב נױט, פֿאַרברענען זײַנע פּאַפּירן אױף הײצונג. דאָ האָב איך אױסגעקליבן בלױז צװײ װיסנשאַפֿטלער, װאָס זײער גאונות איז געװען ענג פֿאַרבונדן מיט זײער משוגעת. מע װאָלט געקענט מאַכן גאָר פֿאַרכאַפּנדיקע פֿילמען װעגן נאָך צענדליקער גאונים: למשל, דעם פֿאָטער פֿון דער סכומען־טעאָריע געאָרג קאַנטאָר, דעם פֿיזיקער און פֿילאָסאָף לודװיג באָלצמאַן, דעם פֿריִיִקן אַסטראָנאָם טיכאָ בראַהע און נאָך און נאָך. פֿון אײן זײַט, איז עס אַ האַרץ־רײַסנדיקער פֿאַקט, װיפֿל געניאַלע װיסנשאַפֿטלער האָבן געליטן פֿון גרױס עגמת־נפֿש, פֿון פּסיכישע קראַנקײטן, װאָס מע װאָלט הײַנט שױן בעסער פֿאַרשטאַנען און דיאַגנאָזירט. פֿון דער אַנדערער זײַט װאָלט געװען אַ מיצװה צו מאַכן פֿילמען װעגן אַנדערע װײניקער באַקאַנטע גאונים, װײַל נאָר אַדאַנק זײער מסירת־נפֿש האָט די מענטשהײט געקענט דערגרײכן אַזױ פֿיל אין פֿאַרשידענע װיסנשאַפֿטן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען