| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַלטע ליבע ראָסטעט נישט
וועלט-פרעסע
אַן אַלטע פֿרוי פון 92 יאָר, װאָס איז נעלם געװאָרן פון איר עלטערהיים אין נאָרװעגיע און האָט באַאומרוּיִקט די אָרטיקע פּאָליצײ, האָט זיך אָפּגעפֿונען אין אַן אַנדער לאַנד מיט איר געליבטן, אַ יונגערמאַן פֿון 87 יאָר. קײן װוּנדער נישט, װאָס די באַאַמטע און די באַדינערס פון דער עלטערהיים אין דער נאָרװעגישער שטאָט עידעסוואַלד אויף צפֿון פֿון אָסלאָ, זײַנען געװאָרן באַאומרויִקט און האָבן אַלאַרמירט די פּאָליצײ ווען זיי האָבן זיך אַרומגעזען, אַז די 92-יאָריקע פֿרוי איז פֿאַרשװוּנדן פֿון איר צימער. צוזאַמען מיט איר איז אויך פֿאַרשװוּנדן איר קאַר. דער פֿאַרדאַכט האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקטװען איר הילוך-מכשיר איז געפֿונען געװאָרן אַ פֿאַרלאָזטער אויף דעם פּאַרקינג-פּלאַץ פֿון דער עלטערהײם און די פּאָליצײ האָט אונטערגענומען ברייט-פֿאַרמאָסטענע זוכענישן. נאָך עטלעכע טעג האָט אָבער די פּאָליציי אירע זוכענישן אויפֿגעהערט נאָך דעם ווי ס'האט זיך אַרויסגעװיזן, אַז די אַלטיטשקע האָט באַשלאָסן צו פֿאַרװירקלעכן איר ראָמאַנטישן חלום און צו פֿאַרברענגען מיט איר 87‾יאָריקן געליבטן, וועלכער לעבט אין אַן עלטערהיים אין שוועדן. דער דאָזיקער פֿאַקט האָט איר נישט געשטערט זיך אַרײַנצוזעצן אין איר אויטאָ און אַדורכצומאַכן די נסיעה פֿון אַן ערך 550 קילאָמעטער, כּדי אַרײַנצופֿאַלן אין די אָרעמס פֿון איר געליבטן. דאָרט האָט מען די 92-יאָריקע יונגפֿרוי געפֿונען אַ שטראַלנדיקע פֿון גליק און פֿרײד. װײַזט זיך אַרויס, אַז אַלטע ליבע ראָסטעט נישט, און אַז ליבע אַנערקענט נישט קיין גרענעצן: זי איז שטאַרקער פֿון מרחקים און רוימען און לאָזט זיך פֿון קיינעם נישט צוימען. די יונגע נאָרװעגישע יוליאַ האָט מגלה געװען, אַז זי האָט באַקענט איר געליבטן נאָך איידער זי איז אַריבער וווינען אין דער עלטערהיים, און איר געװאַגטע עקסקורסיע האָט דערוואַרעמט די הערצער און די האָפֿענונג בײַ יעדן ראָמאַנטיקער אויף דער װעלט. אין אַן אינטערװיו פֿאַר אַן אָרטיקער צײַטונג האָט די פֿאָרװאַלטערין פון דער עלטער-הײם געזאָגט: "שטעלט אייך פֿאָר אַ סיטואַציע, אין וועלכער איר קענט זיך נישט דערלויבן אויף קיין ראָמאַנטישן אוירלויב נאָר דערפאַר װײַל איר האָט שוין אָפּגעצײכנט אייער נײַנציק-יאָריקן געבוירנטאָג און ווײַל איר װוינט אין אַן עלטערהיים", האָט די פֿאַרװאַלטערין געזאָגט. די פֿאַרװאַלטערין האָט אבער נישט מװתר געװען אויף איר קליינעם "נו-נו-נו" דער שטיפֿערישער אַלטיטשקע. "די מאַדאַם איז אָבער נישט עובֿר געװען אויפֿן געזעץ אין קיין שום פֿאָרם. אָבער אונדז האָט זי פֿאַרשאַפֿט גרויס עגמת נפש דערמיט וואָס זי האָט קיינעם נישט געזאָגט, אַז זי לאָזט זיך אַרויס אויף אַזאַ אַװאַנטורע. דערװײַל האָט זיך דער "האָניק-חודש" פֿון איר צוויי‾װאָכיקן ראָמאַנטישן אורלויב פֿאַרענדיקט. און װען די ידיעה און איר אינטערוויו זײַנען דערשינען אין דער סקאַנדינאַװישער פּרעסע, ווי אויך אין די תל-אביבער "ידיעות אחרונות", איז די העלדין פֿון דער געשיכטע שוין געװען אויף איר צוריקוועג צו איר עלטערהיים. איצט וועט זי ווייניקסטנס שוין האָבן גוטע זיכרוֹנות, װאָס וועלן איר פֿאַרזיסן דאָס לעבן אויף דער רעדער-שטול, דאָס שטריקן - און די טעגלעכע מאַנע-קאַשע.. . 17.07.2015
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען