| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
צי איז פּאָלאַרדס באַפרײַונג "גוט פֿאַר ייִדן"?
נתן גוטמאַן (Forward)
הגם אַ סך ייִדן זענען צופֿרידן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג קלײַבט זיך אַרויסצולאָזן פֿון טורמע דעם פֿאַרמישפּטן שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד, באַמערקן אַ טייל קריטיקער, אַז די מעשׂה מיט זײַן שפּיאָנאַזש האָט אַ צווייפֿלהאַפֿטן טעם. זײַן שפּיאָנירן לטובֿת ישׂראל האָט קאַליע געמאַכט די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דער אַמעריקאַנער רעגירונג. דערצו, איז עס אַ קלאַפּ פֿאַרן מאָראַלישן אימאַזש פֿון ייִדן. למשל, דוד שאַפּיראָ, אַ וואַשינגטאָנער אַדוואָקאַט, וועלכער רעפּרעזענטירט די ציווילע לײַט, װ אָס האָבן נישט געקאָנט באַקומען אַ דערלויבעניש מיטצואַרבעטן מיטן אַמעריקאַנער מלוכישן געהײם-דינסט, האָט זיך באַקלאָגט, אַז צוליב דער מעשׂה מיט פּאָלאַרדן זענען די זיכערהייט־ אינסטאַנצן חושד, אַז צווישן די ייִדן טרעפֿן זיך ישׂראלדיקע שפּיאָנען. הגם פּאָלאַרד איז אַרעסטירט געוואָרן מיט 30 יאָר צוריק, בלײַבט דער דאָזיקער חשד אַן ערנסטע שטערונג פֿאַר די, וואָס שטרעבן זיך אויפֿצוהייבן אויף די „טרעפּ ‟ פֿון דער זיכערהייט־היעראַרכיע. וואָס שייך דעם מאָראַלישן אימאַזש פֿון דער ייִדישער קהילה, האָט דער וואַרעמער קבלת־פּנים און ענטוזיאַסטישע שטיצע לטובֿת פּאָלאַרדן אין ישׂראל און אין די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אַן אומאָנגענעמען אײַנדרוק. מיכאל שורקין, אַ געוועזענער פֿאָרשטייער פֿון די מלוכישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן, וועלכער אַרבעט איצט ווי אַ פּאָליטאָלאָג בײַ דער קאָרפּאָראַציע RAND האָט געטענהט, אַז ווען מע שילדערט אַ בפֿירושן שפּיאָן ווי אַ העלד, איז מען דערמיט גורם צרות די מתפּללים אין די וואַשינגטאָנער שילן, וואָס אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע געהיימע אַגענטורן. דעם 28סטן יולי האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער תּפֿיסה, וווּ פּאָלאַרד איז געזעסן, באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם 21סטן נאָוועמבער, נאָך 30 יאָר אַרעסט. זײַענדיק אַן אויסשפּירער פֿונעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט, האָט ער צוגעגנבֿעט געהיימע דאָקומענטן און זיי איבערגעגעבן זײַנע ישׂראלדיקע ווערבירער. ווען דער שפּיאָן איז געזעסן אין טורמע, האָט מדינת־ישׂראל אים צוגעטיילט איר בירגערשאַפֿט און כּסדר געבעטן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אים צו באַפֿרײַען. אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע האָבן אויך געקעמפֿט פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג און שטאָלצירן איצט, אַז זייער טעטיקייט האָט געהאָלפֿן אַרויסצולאָזן פּאָלאַרדן פֿון תּפֿיסה נאָכן אָפּזיצן דרײַסיק יאָר. פֿאַר פּאָלאַרדס אַרעסט, האָבן די אַמעריקאַנער שוץ־אינסטאַנצן חושד געווען, אַז געוויסע ייִדן פֿאַרנעמען זיך מיט שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל. צום ערשטן מאָל האָט מען אָבער קלאָר באַשטעטיקט, אַז אין דעם פֿאַל איז עס טאַקע געווען אמת און נישט קיין אַנטיסעמיטישע אויסטראַכטעניש. שורקין האָט זיך דערמאָנט, אַז נאָך דער מעשׂה מיט פּאָלאַרדן האָט מען אים כּסדר פֿאַרהערט וועגן דעם, ווען ער האָט געדאַרפֿט באַקומען אַ צוטריט צו געהײמע מלוכישע אָרגאַניזאַציעס. פֿאַר טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן איז געוואָרן שווער מיטצואַרבעטן אַפֿילו מיט די נידעריקסטע „שטאַפּלען ‟ פֿון געהיימע אַגענטורן. וואָס מער ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן פֿאַרטיידיקט פּאָלאַרדן און געטענהט, אַז ער האָט קיין שלעכטס נישט געטאָן, אַלץ שטאַרקער האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין די אַמעריקאַנער מלוכישע אינסטאַנצן דער חשד, אַז די ייִדן טאָר מען נישט פֿאַרטרויען קיין סודות, בפֿרט אויב זיי האָבן פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל. שאַפּיראָ האָט געזאָגט, אַז דאָס איז אַן ערנסטע פּראָבלעם. דובֿ זאַקהיים האָט פֿאַרנומען אַ הויך־ראַנגיקע שטעלע אינעם אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטאַמענט, ווען די מעשׂה מיט פּאָלאַרדן איז אויסגעבראָכן. הגם ער פּערזענלעך האָט זיך נישט אָנגעטראָפֿן אויף קיין ערנסטע שוועריקייטן, האָט ער באַמערקט, אַז אַרום אַ סך אַנדערע ייִדן האָט זיך געשאַפֿן אַן אומאָנגענעמע אַטמאָספֿער. פֿונדעסטוועגן, האָט זאַקהיים צוגעגעבן, דאַרף די ייִדישע קהילה זײַן צופֿרידן, אַז אין אַמעריקע האָט מען גענוג רויִק רעאַגירט אויף פּאָלאַרדס טעטיקייט און אויף דעם, אַז אַ סך ייִדן האָבן אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ העלד; אין אַן אַנדער לאַנד וואָלט אַזאַ מעשׂה געקאָנט גורם זײַן ערנסטע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען