| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
שלום אַש – 135 יאָר
גענאַדי עסטרײַך, פֿ-טס
מיט אײניקע חדשים צוריק האָב איך שוין געשריבן וועגן שלום אַשן. דעמאָלט האָב איך אַרויסגעזאָגט מײַן האָפֿענונג, אַז מע וועט הײַיאָר ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן זײַן 135סטן געבוירן־טאָג - דעם 1טן נאָוועמבער. די רייד גייט דאָך ניט וועגן אַבי וועמען, נאָר וועגן ממש אַ ריז, איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע מײַסטערס פֿון ליטעראַרישן וואָרט. ס׳איז אַ שאָד, וואָס מען איגנאָרירט אַשן אין דער הויפּטשטראָמיקער פּרעסע. זײַנע ווערק און זײַן לעבנס־וועג קענען דאָך דינען ווי אַ מין ברייטע טיר, דורך וועלכער מע קען אַרײַנגיין, אָדער לכל־הפּחות, אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ליטעראַרישן, און ניט נאָר ליטעראַרישן, ייִדישן לעבן אין 20סטן יאָרהונדערט. אין דעם האָב איך זיך איבערגעצײַגט, פֿאָרשנדיק זײַן נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, די ראָל, וואָס ער האָט געשפּילט בעת דער אַמעריקאַנער רײַזע פֿון דער סאָוועטישער דעלעגאַציע (שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער) אין יאָר 1943, ווי אויך אַנדערע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן . שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ווי אַ פּערזענלעכקייט, אַ טוער איז אַש בלי־ספֿק אינטערעסאַנטער פֿון, למשל, יצחק באַשעוויס־זינגערן . דערווײַל האָב איך ניט באַמערקט, מע זאָל דעם דאָזיקן, ניט זייער קײַלעכדיקן יוביליי ברייט אָפּמערקן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועמענס בירגער איז דער שרײַבער געווען, דאַכט זיך, זינט 1920. זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן אויף דער מאַפּע פֿון ניו־יאָרק, אין דעם בראָנקסער קאָאָפּ־סיטי. אונדזער צײַטונג מאַכט ניט קיין גרויסן טראַסק אַרום דער דאַטע, אָבער, ווי אָט דער אַרטיקל באַווײַזט, פֿאַרגעסט זי עס ניט אָפּצומערקן. שלום אַש האָט דאָך אין דער צײַטונג אָפּגעאַרבעט ניט איין יאָרצענדליק און אַ צאָל זײַנע גרעסערע ווערק זײַנען קודם אַרויס אין אָט דער צײַטונג און דערנאָך, שוין ווי ביכער, אונטער דער מאַרקע פֿון „פֿאָרווערטס ‟ . כ׳האָף אַז די ענגלישע צײַטונג וועט עס אויך, אַזוי אָדער אַנדערש, דערמאָנען, וואָס איז באַזונדערס וויכטיק: דער לייענער פֿון ייִדישן „פֿאָרווערטס ‟ נייטיקט זיך אין אַן „אויפֿקלערערישער אַרבעט ‟ , בדרך־כּלל, ניט צו פֿאַרגלײַכן ווייניקער איידער דער לייענער פֿון דער ענגלישער אויסגאַבע . לויט אַלע סימנים נאָך, איז דאָס איינציקע אָרט וווּ מע פֿאַרגעסט ניט הײַנט צו פּראַווען ווי עס דאַרף צו זײַן שלום אַשס קײַלעכדיקע און ניט קײַלעכדיקע געבוירן־טעג, איז זײַן פּוילישע היימשטאָט קוטנע, וווּ ער האָט דערזען די ליכט פֿון דער וועלט אין יאָר 1880. פֿון דעם 8טן ביזן 11טן אָקטאָבער איז אין קוטנע דורכגעפֿירט געוואָרן דער 9טער פֿעסטיוואַל, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום אַש . איך בין אין קוטנע ניט געווען - ניט הײַיאָר, ניט די פֿריִערדיקע אַכט מאָל. ווי איך פֿאַרשטיי, ווערט דער אַש־יום־טובֿ אָרגאַניזירט איין מאָל אין צוויי יאָר. פֿונעם לייענען די ידיעות, וואָס זײַנען צוטריטלעך אין דער אינטערנעץ, שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז ס’איז ניט קיין אינטערנאַציאָנאַלע געשעעניש, כאָטש עס זײַנען דאָרטן געווען געסט פֿון ענגלאַנד (בתוכם דוד מאַזאָווער - אַן אור־אייניקל פֿון שלום אַשן און אַ קענער פֿון ייִדישער קולטור־געשיכטע) און אפֿשר, פֿון אַנדערע לענדער. אָבער אין תּוך אַרײַן, איז עס אַ לאָקאַלע, אַ קוטנער און בכלל אַ פּוילישע אונטערנעמונג, וואָס מאַכט עס ניט ווייניקער וויכטיק און אוניקאַל. איך בין גאָר ניט זיכער, צי עפּעס אַזוינס קומט פֿאָר אין די היימשטעט פֿון אַנדערע גרויסע ייִדישע שרײַבער. און טאָמער טאַקע עס קומט אַזאַ זאַך פֿאָר, איז עס ווידער אין פּוילן - ווי דאָס פֿײַערן פֿון י. ל. פּרצעס 100־יאָריקן יוביליי אין זאַמאָשטש. צוריק גערעדט, ווייס איך ניט, ווי גרעסער ס‘ווערט, אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿעסטיוואַל, די צאָל לייענער, וואָס נעמען אין די הענט שלום אַשס ביכער. מײַן סקעפּטישקייט איז באַזירט אויף דעם פֿאַקט, וואָס דער קאַטאַלאָג פֿון דער פּוילישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק ווײַזט נאָר געציילטע ביכער פֿון אַשן, וועלכע זײַנען אַרויס אין דעם יאָרהונדערט. צי הייסט עס, אַז דער פֿעסטיוואַל ציט צו עפּעס אַן עולם בלויז אין משך פֿון די עטלעכע טעג פֿון זײַנע אַקטיוויטעטן, און דערנאָך פֿאַרגעסט מען בכלל אין פּוילן אין דעם ייִדישן לאַנדסמאַן, כּדי זיך ווידער דערמאָנען אין אים נאָר אין צוויי יאָר אַרום? איך האָף, אַז דער רעאַלער מצבֿ איז, פֿון דעסטוועגן, אַ בעסערער . עס פֿאַרדריסט, וואָס דער רובֿ הײַנטיקע אַמעריקאַנער, און ניט נאָר אַמעריקאַנער, ייִדן, בפֿרט יונגע לײַט, האָבן קיינמאָל ניט געהערט דעם דאָזיקן נאָמען. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין קאַטאַלאָגן פֿון עטלעכע ביבליאָטעקן, און זיי ווײַזן, אַז אין דעם לעצטן יאָרצענדליק זײַנען אַשס ביכער אַרויס איבערגעזעצט אויף רוסיש, דײַטש, רומעניש; אָבער ענגלישע אויסגאַבעס זעט מען כּמעט ניט. סײַדן, די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מכּוח דעם שרײַבער, וואָס האָט בשעתּו דאָמינירט אויף דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט. אַזאַ קונץ - צו פֿאַרשיטן זײַן נאָמען מיט שטויב - האָט מיט שלום אַשן אָפּגעטאָן די געשיכטע. שולדיק זײַנען אין דעם דאָזיקן עם־הארצות אי די לערנשולן, אי די זשורנאַליסטן. די צרה איז, אָבער, אַז איך בין ניט זיכער, צי אַלע הײַנטיקע ייִדישע לערער און זשורנאַליסטן האָבן אַן אַנונג, ווי ממשותדיק איז געווען שלום אַשס השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן, און ווי וויכטיק זײַנען געווען די סקאַנדאַלן אַרום זײַנע ווערק און זײַנע אַרויסזאָגונגען. וויכטיק, ווײַל זיי האָבן אַנטפּלעקט די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען. נאָך זײַענדיק גאָר אַ יונגער שרײַבער, האָט אַש זיך אַרויסגעזאָגט קעגן ברית־מילה. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן. אמת, אין די 1960ער יאָרן האָט מען זײַנע ווערטער געלויבט אין אַ סאָוועטישער רעצענזיע ווי אַ באַווײַז פֿון אַשס פּראָגרעסיווקייט. אין די 1920ער יאָרן האָט ממש אַ טאַראַראַם געמאַכט אַן ענגליש־ שפּראַכיקע אויפֿפֿירונג, אין ניו־יאָרק, פֿון זײַן פּיעסע „דער גאָט פֿון נקמה ‟ , ווײַל מע האָט געהאַלטן, אַז פֿאַר אַ לײַטישן עולם טאָר מען ניט שפּילן קיין ספּעקטאַקל וועגן אַ שאַנדהויז און לעסביאַנישער ליבע. די ייִדישע פּרעסע האָט געזשומעט אויך וועגן אַשס נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך וועגן זײַן באַשלוס אָנצונעמען אַ פּוילישן אָרדער. אָבער דעם גרעסטן סקאַנדאַל האָט מיט דרײַ־פֿערטל יאָרהונדערט צוריק אַרויסגערופֿן זײַן בוך „דער מאַן פֿון נצרת ‟ , וואָס איז תּחילת אַרויס אויף ענגליש אונטערן טיטל. The Nazarene. ווי אַ שטענדיקער - און דער סאַמע באַוווּסטער - שרײַבער פֿון „פֿאָרווערטס ‟ , האָט אַש צוערשט געבראַכט דעם כּתבֿ־יד אין דער רעדאַקציע. אָבער אַב. קאַהאַן, דער הויפּט־רעדאַקטאָר, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן דעם „קריסטלעכן ‟ ראָמאַן און איז געוואָרן אויסער זיך, ווען די ענגלישע איבערזעצונג איז זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן דורך די לייענער. די פּרעסע האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס בוך, וואָס איז אַרויס סוף 1939, האָט שוין אין עטלעכע חדשים אַרום געפֿונען מער פֿון אַ פֿערטל מיליאָן קונים. דער האָנאָראַר האָט דערמעגלעכט אַשן צו קויפֿן אַ הויז איז סטעמפֿאָרד, קאָנעטיקוט. דער „פֿאָרווערטס ‟ האָט געמאַכט אַשן ממש מיט דער בלאָטע צו גלײַך. מע האָט אים באַשולדיקט אין פֿאַרראַטן די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. די מלחמה קעגן אים האָט מען געפֿירט אין משך פֿון אַ סך יאָר. אַ חוץ אַב. קאַהאַנען, האָט אין דער דאָזיקער קאַמפּאַניע זיך באַזונדערס אַקטיוו באַטייליקט דער זשורנאַליסט חיים ליבערמאַן, וואָס איז צו יענער צײַט געוואָרן פֿרום. אויך אַנדערע מחברים, אַרײַנגערעכנט יצחק באַשעוויס־זינגערן, האָבן ביטער - און אָפֿטמאָל ניט לײַטיש און ניט באַרעכטיקט - קריטיקירט אַשן. וואָס זשע האָט אַזוי אויפֿגערייצט דעם עולם פֿון דער צײַטונג, אין דעם יסוד פֿון וועלכער זײַנען געלעגן דורכויס וועלטלעכע, סאָציאַליסטישע טראַדיציעס? אַ קינאת־סופֿרים האָט בלי־ספֿק געשפּילט דאָ אַ ראָליע; אָבער עס זײַנען געווען אויך אידעאָלאָגישע מאָטיוון. ווי עס טענהן אייניקע פֿאָרשער פֿון אָט דעם ענין, איז קאַהאַן און די אַנדערע „פֿאָרווערטס ‟ ־לײַט בייז געוואָרן צוליב דעם פֿאַקט אַליין, וואָס אַש האָט אַרויסגעגעבן זײַן ראָמאַן אויף ענגליש נאָך איידער ער איז אַרויס אויף ייִדיש. מיר שײַנט, אַז דעם ענטפֿער אויף דעם קאָנפֿליקט אַרום אַשן און זײַנע „קריסטלעכע ‟ ווערק דאַרף מען זוכן אין דער אַטמאָספֿער, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין יענער צײַט אין דער סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס ‟ און אויף דער אַמעריקאַנער „ייִדישער גאַס ‟ בכלל. הגם די צײַטונג האָט נאָך אַלץ אָפּגעהיט אַ היפּש ביסל רעטאָריק פֿון סאָציאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם, איז זי אין דער אמתן אַלץ מער געוואָרן קאָנסערוואַטיוו. ס’רובֿ, לכל־הפּחות אַ סך, לייענער און שרײַבער זײַנען געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער גלײַכצײַטיק - קאָנסערוואַטיוו אין דעם זין, וואָס זיי האָבן ניט געקענט פֿאַרטראָגן דעם אַמעריקאַנער, קודם־כּל רעפֿאָרמיסטישן נוסח פֿון ייִדישקייט. דער עלטער פֿון דעם עולם איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אויך אַ פֿאַקטאָר אין דעם ענין. קאַהאַן גופֿא, אַ שטייגער, איז שוין געווען אַ בן־שמונים. די רעפֿאָרמיסטישע ייִדישקייט האָט זיי אויסגעזען ווילד־פֿרעמד און פּשוט אַסימילאַטאָריש - „גוייִש ‟ . מיט חוזק און סתּם שׂינאה צו רעפֿאָרמיסטן - זייערע טעמפּלען און זייערע מינהגים (למשל, פֿון מאַכן אַ לאָנטש־הפֿסקה אויף יום־כּיפּור) - זײַנען דורכגעזאַפּט די נומערן פֿון „פֿאָרווערטס ‟ , געדרוקט אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. די זעלבע נומערן זײַנען פֿול מיט אַרטיקלען און בריוו פֿון לייענער, אין וועלכע אַש ווערט באַפֿאַלן און באַשמוצט.
(פֿראַגמענטן) Published October 30, 2015
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען