| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ניי דערשינענע ביכער
אויף דער ביכער-פאליצע י.ל-ן
רבֿקה באַסמאַן בן-חיים / דער שמייכל פֿון אַ בוים - חיוכו של עץ /דאָס נײַעסטע נאָרוואָס דערשינענע לידערבוך פֿון דער באַגאַבטער דיכטערין.וועלכע שמועסט זיך אויס אינטים מיט דער נאַטור, הויכט אַרײַן אין איר די שענסטע מענטשלעכע זיטן און חלומט אויס אירע אומעטיקע וועלטן אין כולו האָפֿערדיקן, לידערישן ליד. אין איר אייגנאַרטיקן מעטאָד פון לרוב קורצינקע פּאָעמעס, אָפֿטמאָל אַפֿילו פון אַן אײנציקן ביז צװײ-דריי פֿערזן, עפֿנט זיך איר ליד מיט איינציקע כלומרשט פּראָזאַיִשע שורות פֿון געצוימטע מחשבות, און שליסט זיך, ווי מיט אַ קורצן סך-הכל, מיט געציילטע ווערטער, װאָס עפֿענען דעם טויער צו דער וועלט פֿון לויטערער פּאָעזיע. לאָמיר נעמען, ווי אַ בײַשפּיל, דאָס ליד "אין וועג ": כ' האָב געװאָלט זיך אויסבויען אַ װעלט / אָן שטעכערס, אָן װוּנדן./ זיינען אַלע מיטהעלפֿער אין װעג / פֿאַרשװוּנדן. // בין איך שטײן געבליבן פֿון דער זייט / ביי אַ בוים אַ װוּנדערלעך צעבליט, - / האָב איך אויסגעבויט מיין וועלט/ אין אַ ליד//. די 50 קורצע פּאָעמעס אין אָט דער צװײשפּראַכיקער אויסגאַבע פֿאַרלירן נישט זײער רבֿקה-באַסמאַנישן חן אין זייער העברעישן שוועסטער-לשון, מיט וועלכן עס אָטעמט אויך די יידישע פּאָעטין. אין דער רשימה פֿון די טאַלאַנטירטע איבערזעצערס פֿון אירע לידער, צווישן רועי גרינוואַלד, בּני מֶר, שלום לוריא, יהודה גור-אריה און אשר גל. פֿאַרנעמט אַ בּכבֿודדיקן אָרט די דיכטערין גופֿה, רבֿקה באַסמאַן, די איבערזעצערין פֿון אירע אייגענע לידער. האַרטער אײַנבינד, 120 ז"ז,. אויפן שער-טאָוול א געמעל פון מולה בן-חיים;. הויפּט-רעדאַקטאָר: רפֿי ווײַכערט. הוצאת קשב און ה.לייוויק-פֿ"ג;.געשטיצט פון מועצת הפּיס לתרבות ואמנות און נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר יידישער קולטור תל-אבֿיבֿ 2016.
מיכאל פֿעלזענבאַום / אויפֿן הימל אַ יריד. קאָמעדיעס און דראַמעס. מיכאל פֿעלזענבאַום / אַ שאָטן בײַם פֿענצטער. נאָוועלעס און פּיעסעס. אַזוי ווי אין די מערסטע פֿון פֿעלזענבאַומס סאַטירישע שאַפֿונגען איז אויך אין דעם בוך שווער אונטערצושײדן צווישן זיי און זײַנע דראַמעס און קאָמעדיעס, וואָס די ערשטע פֿון זיי, איינע פֿון די 11 נאָוועלעס און פּיעסעס, איז געבויט אויף אַ ווירטועלער באַגעגעניש צווישן איציק מאַנגער און וועלוול זבאַרזשער בײַ אַ טישל אין אַ ווירטועלער קרעטשמע צווישן יאַס און פּאַריז אין תּשע"ב. דאַקעגן די קורצע נאָוועלעס און פּיעסעס ענדיקן זיך גראָד אין אַ נאָסטאַלגישן טאָן. סײַ אין דראַמאַטיש-סאַטירישן און סײַ אינעם נאָסטאַלגיש-דערצײלערישן זשאַנער דערשײַנט דער מחבר ווי אַ פֿיל-זשאַנערדיקער שרײַבער אין בעסטן זין פֿון דעם באַגריף. אברהם נוברשטרן : כאן גר העם היהודי- ספרות יידיש בארצות הברית נישט ווײניק ליטעראַרישע ווערק, אין ייִדיש און אין ענגליש, אַ סך ווינציקער אין העברעיִש, שילדערן דעם אויפֿקום און די אַנטוויקלונג פֿון דעם ברויזנדיקן ייִדישן פֿאָלקס-צענטער אין אַמעריקע, אָנהייבנדיק פֿון דער מאַסן-איבערוואַנדערונג פֿונעם מיזרח-אײראָפּעיִשן ייִדנטום אין די 1880-קער יאָרן. אָבער קיין איינס פֿון די אַלע שרײַבערישע ווערק ברענגט נישט אַרויס די דראַמע פֿון אָט דעם אויפֿקום און אויסוווּקס מיט אַזאַ דראַמאַטישער שפּאַנונג, ווי דאָס נאָרוואָס דערשינענע העברעיִש אַקאַדעמיש בוך פֿון פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן " כאן גר העם היהודי": - דאָ וווינט דאָס ייִדישע פֿאָלק. דער מחבר פֿון דעם בוך דערגרייכט דאָס ווי אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין די ראַמען פֿון זײַן אומפֿאַנגברייטן און טיף אַרײַנדרינגלעכן אַנאַליז פֿון די ליטעראַרישע ווערק און זייערע שאַפֿערס, די זיך בײַטנדיקע שטראָמען און די קאָנפֿליקטן און זייער סאָציאַלן הינטערגרונט אויפֿן פֿאָן פֿון די פֿאַרשידענע תּקופֿות און אויפֿקומענדיקע און פֿאַרשווינדנדיקע דורות, די השפּעות פֿון דרויסן און פֿון אינווײניק, פֿון דער "אַלטער הײם" און דער "נײַער וועלט" אאַז"וו. בקיצור - אַ באַלערנדיק בוך, און כאָטש ווי אַן אַקאַדעמישער אַנאַליז, לייענט זיך עס ווי אַ שפּאַנענדיקער ראָמאַן, אַן עפּאָפּייע פֿון זיך בײַטנדיקע דורות אויפֿן פֿאָן פֿון אַ ביז גאָר דראַמאַטישער עפּאָכע אין דער ייִדישער געשיכטע. עס האָט אויך נישט געקאָנט אויסגעווײלט ווערן קיין בעסערער מאָטאָ פֿאַר דעם בוך, פֿאַר זײַן טעמאַטישן סך־הכּל, ווי די ציטירטע דריי לעצטע שורות פֿון אברהם סוצקעווערס פּאָעמע: דער רויטער האן:"וווּ ברענט בײַנאַכט? סע ברענט, איך קען זיך וועטן: די פּוסטקייט אין ניו-יאָרק - אָן ייִדישע פּאָעטן"... עריכת לשון: אברהם בן-אמתי, 750 ז"ז, האַרטער אײַנבאַנד, אילוסטרירט מיט א בילד פֿון דעם אַמעריקאַנער קינסטלער רפאל סאָ יער : "א טאנץ-לעקציע", 1926. הוצאות ספרים ע"ש י"ל מאגנס, האוניברסיטה העברית, ירושלים.. ליובע וואַסערמאַן / בײַם ים און בײַם טײַך.לידער. ליובע וואַסערמאַן (1907 - 1975), פֿון די געצײלטע סאָוויעטישע פֿרויען דיכטערינס און איז באַצײכנט געוואָרן ווי די דיכטערין פֿון ביראָבידזשאַן, פֿאַר איר נאַיִווער טרײַשאַפֿט צום קאָמוניזם איז זי אָבער געוואָרן דורך אים שווער באַשטראָפֿט. זי האָט געטרײַ געדינט דעם באָלשעוויקישן רעזשים הגם אים פּײַנלעך איבערגעלעבט און איז געשטאָרבן אין יאָר 1975 אין קעשענעוו. געבוירן איז זי אין שטעטל סלאָוואַטיטש, שעדלעצער געגנט, פּוילן, און האָט איבערגעוואַנדערט אין 1925 קיין פּאַלעסטינע-ארץ ישׂראל. דאָ ווערט זי אַ מיטגליד אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און ווי אַזאַ ווערט זי אין 1931 דורך דער מאַנדאַטאָרישער מאַכט דעפּאָרטירט און זי קומט אָן קײן מאָסקווע, האָט חתונה מיטן בינע‾קינסטלער משה בענגעלסדאָרף און קומט דרײַ יאָר שפּעטער צוזאַמען מיט אים קיין ביראָבידזשאַן. אין 1931 דעביוטירט זי מיט איר ערשטן לידער‾בוך "פֿאַרנאַכטן" אין תל‾אַבֿיבֿ. אין ביראָבידזשאַן דרוקט זי זיך אין דעם "ביראָבידזשאַנער שטערנ", אין וועלכן זי דינט אַ געוויסע צײַט ווי דער רעדאַקטאָר, ווי אויך אין די דאָרטיקע ליטעראַרישע אַלמאַנאַכן, אָבער אין 1949, מיטן אויסברוך פֿון די סטאַליניסטישע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות ווערט זי צוזאַמען מיט די אַנדערע ייִדישע שרײַבער אַרעסטירט און שמאַכט אָפּ זיבן יאָר אין די סאָוויעטישע תּפֿיסות און לאַגערן און נאָך איר באַפֿרײַונג אין 1956 קערט זי זיך צוריק אַ שווער קראַנקע קיין ביראָבידזשאַן. נאָכן טויט פֿון איר מאַן אין 1972 באַזעצט זי זיך אין קעשענעוו בײַ איר זון, דעם מוזיקאָלאָג סערגאָ בענגעלסדאָרף וווּ זי לעבט אָפּ אירע לעצטע דרײַ יאָר. צו איר פֿערציקסטער יאָרצײַט האָט איר זון, וועלכער האָט אין די לעצטע יאָרן זיך באַזעצט אין ישׂראל און לעבט אין נהריה, אַרויסגעגעבן די איצטיקע לידער-זאַמלונג "בײַם ים און בײַם טײַך " אין וועלכן עס שפּיגלען זיך אָפּ קינסטלעריש "די פֿאַרשײדענע עפּאָכעס פֿון איר לעבן". יחיאל שיינטוך: טקסטים מספרות יידיש לביצוע תאטרלי - טעקסטן פֿון ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר דער טעאַטער-בינע Yechiel Szeintuch: Between Destruction and Reconstruction- Volume 1: The Correspondence between M. Strigler and H. Leivick 1945-1952, the Dov Sadan Publishing Project, the Hebrew University of Jerusalem, 372 pp .
ישׂראל רודניצקי / אילו החלה מלחמת העולם יום אחד מאוחר יותר. דו-לשוני: עברית - ייִדיש: ווען די וועלט-מלחמה הײבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער. תרגם לעברית: יהודה גור-אריה. "דאָס בינטל זכרונות” - שרײַבט דער מחבר אין זײַן ווידמונג פֿאַר זײַנע אײניקלעך - "איז אַ געוועב פֿון אויטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונגען אויפֿן פֿאָן פֿון דער צווײטער וועלט-מלחמה, אויטענטישע, "נישט אויסגעטראַכטע, נישט פֿאַרבעסערט און נישט פֿאַרשענערט", אָבער אײַנגעוויקלט אין דערציילערישן לשון". ער נעמט זיך נישט אונטער, שרײַבט ער אין זײַן "וואָרט צום סוף", צו דערצײלן די געשיכטע פֿון ייִדישן חורבן, נאָר "ווי אַזוי די מלחמה האָט זיך אַרײַנגעמישט און צעשטערט זײַן פֿאַרטראַכטן סדר-היום" אאַז"וו. פֿון אָט די פּערזענלעכע עפּיזאָדן איז אָבער געבויט די אכזריותדיק שוואַרצע מאָזאַיק פֿון דער ייִדישער חורבן- געשיכטע, און דאָס באַקליידן די עפּיזאָדן אין ליטעראַרישן מלבוש פֿאַרשטאַרקט און דרינגט אַרײַן אַלץ טיפֿער אינעם פערזענלעכן און קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן פֿון אָט דער חיה'שער דערשײַנונג אין דער מענטשלעכער געשיכטע. האַרטער אײַנבינד. הילע אילוסטרירט מיט אַ בילד פֿון דעם קינסטלער משה ראָזענטאַליס. ז"ז 372 דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ מאַפּע פֿון די געטאָס און פּאַרטיזאַנער-פּונקטן אויף דער מערבדיקער גרענעץ פֿון ראַטן"פֿאַרבאַנד אין 1941-1944. הוצאת גוונדה. תל-אביב תשע"ה - 2015.
אברהם סוצקעווער / חרוזים שחורים. תרגום: בני מר.(עברית) פאקטיש האט דאס בוך צוויי מחברים: אברהם סוצקעווער און בני מר. דער טאלאנטפולער איבערזעצער בני מר האט מיט דער הילף פון סוצקעווערס סיסטעמאטיש אויפגעזאמלטער דיכטונג און פראזע, זיינע ארויסזאגונגען, בריוו און עסייען, פראגמענטן פון רעדעס און רעפעראטן און שמועסן, אויפגעבויט די גייסטיקע געשטאלט פון דעם גרויסן דיכטער אין איר גאנצן אינטעלעקטועלן מהות און אים פארגעשטעלט פאר די לייענער אין זיין ווירטועלער ביאגראפיע ווי אן אייגנהענטיקע אויטאביאגראפיע, ווי דער דיכטער אליין וואלט זי געשריבן. אזוי ארום אנטפלעקט זיך בני מר ווי דער מיטמחבר פון דער מייסטערהאפט "צוגעטראכטער אויטאביאגראפיע", ווי ער פרעזענטירט זיך אין דעם אונטערקעפל פון דעם העכסט אינטערעסאנטן בוך "שווארצע קרעלן". בני מר איז דער גרינדער און ביז מיט צוויי יאר צוריק דער רעדאקטאר פון דער העברעישער צייטשריפט "דווקא" געווידמעט יידיש - דער שפראך, קולטור און ליטעראטור, און היינט רעדאקטאר פון "ספרים", די העברעישע וועכנטלעכע ביכער-ביילאגע פון "הארץ".
Efrat Gal-Ed,/ Niemandssprache Itzik Manger - ein europäisher Dichter
אַ ברייט און אַלזײַטיק אַרומנעnענדיק צוויישפּראַכיקע דײַטשיש-ייִדישע ביאָמאָנאָגראַפֿיע פון איציק מאַנגערן דעם "נע-ונדניק מיט דער פּען", ווי עס האָט אים טרעפלעך באַטיטלט מיכאל קרוטיקאָװ אין "פֿאָרװערטס". אַ פֿולע ביאָגראַפֿיע פֿון זײַן לעבנסוועג געפֿלאָכטן מיט אַ גרינטלעכער און פּרטימדיקער אָפּשאַצונג פֿון זײַן לעבנס-ווערק. די צװײ שפּראַכן איינגעשטעלט אזוי ווי אין אויסלייג פֿון יהואשס ייִדישער תּנ"ך-איבערזעצונג, די ייִדישע טעקסטן און מאנגערס לידער װערן געבראַכט לרוב אי אין ייִדישער און אי אין דער לאַטיינישער טראַנסקריפּציע. פּראָפֿ' אפרת גל אד, אַ געבוירענע אין טבריה, און הײַנט פּראָפֿעסאָר אין אינסטיטוט. פֿאַר ייִדישער קולטור-געשיכטע, שפּראַך און ליטעראַטור ביים הײַנריך הײַנע-אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, האָט אין אָט דער ערשטער ערנסטער ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגערן אויפגעשטעלט אַ לעבעדיקן פּאָרטרעט פֿון דעם גרויסן ייִדישן אייראָפּעיִשן דיכטער. 880 ז"ז, האַרטער פּראַכטבאַנד באהילט און אילוסטרירט מיט פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער און מיט אַ רײַכער דאָקומענטאַציע. 2016 Verlag im Suhrkamp Verlag J _ וועלוול טשערנין/ אַרבע-כּנפֿות,לידער. רעדאַקטור און קאָרעקטור - דב בער קערלער. אַרויסגעגעבן מיט דער הילף פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. צייכענונגען און הילע - משה הימיין. ווײכער אײַנבינד. 197 זײַטן. ה.לייוויק-פֿאַרלאַג, ת"א / תּשע"ו - 2015. צוזאַמען מיטן פּרעזענטירן דאָס נײַ־דערשינענע לידער-בוך איז דעם דיכטער געוואָרן צוגעטיילט די רובינליכט-פּרעמיע פֿון דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל פֿאַרן יאָר 2015. משה דוד חייט / די פֿונקען פֿון פֿײַער(דערציילונגען, עסייען, זכרונות און פֿאָלקלאָר (. שוין דאָס 12טע בוך וואָס דער מחבר האָט אַרויסגעגעבן אין די לעצטע 20 יאָר זינט ער האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל, פֿון זיי 8 אויף ייִדיש. אָבער, ווי ער זאָגט עדות וועגן זיך אין זײַן נאָכוואָרט, האָט ער אַ רײַכע שרײַבערישע פֿאַרגאַנגענהייט אין די 91 יאָר פֿון זײַן לעבן, אין וועלכע ער שרײַבט זכרונות און געדאַנקען און אַלץ וואָס א ביכל קען אַרויפֿנעמען אויף זײַנע 156 זײַטלעך. געבוירן אין 1925 אין ראַסיין, ליטע, געלערנט צוו"אַנד אין דער טעלזער ישיבֿה. אונטער דער סאָוויעטישער אָקופּאַציע - אין דער ראַסיינער גימנאַזיע. אין 1941 איז ער מיט זיין גאַנצער משפּחה פֿאַרשיקט געוואָרן קיין צפֿון-אוראל; אין 1950 פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף טורמע, לאַגער און פֿאַרשיקונג,און איז געוואָרן רעהאַביליטירט אין 1956, דאַן זיך באַזעצט אין האָמעל, אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ ער פֿאַרענדיקט זײַן העכערע בילדונג אַלס בוי-אינזשיניער - ווי ער דערציילט אויף דער רוקן-הילע פֿון זײַן ביכל. אין יאָר 1990 באַזעצט ער זיך אין ישׂראל, וווּ ער שיידט זיך מער נישט פֿון זײַן שרײַבערישער פּען, שרײַבנדיק פֿון אַלץ און פֿון אַלעמען און אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס - דערציילונגען און געשיכטע, לידער און עסייען, מיניאַטורן און הומאָרעסקעס, פֿאָלקלאָר - אַפֿילו אַ וויסנשאַפֿטלעכער אַרטיקל איז אײַנגעשלאָסן אין דעם נאָר וואָס דערשינענעם ביכל "די פֿונקען פֿון פֿײַיער". 155 ז"ז, ווייכער אײַנבינד, אַרויסגעגעבן מיט דער הילף פֿון דער נאַצ. אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. רעדאַקטאָר: דניאל גלאי. פֿאַרלאַג ה. לייוויק ירושלים -תל-אביב תשע"ה 2014.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען