| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ראַסיסטשער חסידישער קינדער־זשורנאַל
פ-טס
עס גייען הײַנט אַרויס אין ניו־יאָרק זייער אַ סך קינדער־זשורנאַלן פֿון פֿאַרשידענע קוואַליטעט־ניוואָען. צוליב דער קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער פֿרומער סבֿיבֿה קען מען, אַפֿילו אין די בעסטע חסידישע קינדער־זשורנאַלן, לייענען אַמאָל אַרטיקלען, וואָס זענען ניט אין גאַנצן „פּאָליטיש־קאָרעקט ‟. אין די גאָר שוואַכע זשורנאַלן, אָבער, דרוקט מען צומאָל גאַנץ עקלדיקע אַרטיקלען, וואָס וואָרענען קעגן דער „געפֿערלעכקייט ‟ און אַפֿילו דער „נאַרישקייט ‟ פֿון די גויים. אַזאַ ראַסיזם קעגן גויים בכלל איז ניט קיין גרויסער חידוש פֿאַר די, וואָס לייענען פון מאל צו מאל די חסידישע פּרעסע. לעצטנס, האָט זיך די סיטואַציע דראַסטיש פֿאַרערגערט. אויפֿן חסידישן אינטערנעץ־פֿאָרום „קאַווע־שטיבל ‟האָט דער באַניצער„ראובֿן‟ זיך באַקלאָגט אויף אַ גאָר ראַסיסטישן אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אינעם זשורנאַל „הגיבורים ‟, וואָס איז געצילט אויף בחורים. „ראובֿן האָט געשריבן: „כ׳בין אויפֿגעשוידערט געוואָרן בײַם נעמען דעם לעצטן נומער אין האַנט, צו לייענען ווילדע אַטאַקעס קעגן דעמאָקראַטיע און קעגן שוואַרצע, מיט עקלהאַפֿטן ראַסיזם, נישט קיין סך אַנדערש ווי דער טרײַב־קראַפֿט פֿון דער נאַצישער אידעאָלאָגיע‟. צום באַדויערן, איז ראובֿנס טענה אין גאַנצן באַרעכטיקט. ווען דער אַרטיקל וואָלט ניט געווען אָנגעשריבן אויף ייִדיש און ניט געהאַט רעפֿערענצן צו ייִדישקייט, וואָלט מען גרינג געקענט מיינען, אַז עס שטאַמט פֿון עפּעס אַ נעאָ־נאַציסטישן אָדער KKK וועבזײַטל. אָט איז אַן עקלדיקער בײַשפּיל פֿונעם אַרטיקל: „ בקיצור, צוריק וווּ מיר האָבן געהאַלטן! - קומען צוגיין אַ פּאָר נאַרישע דעמאָקראַטישע אידעאָלאָגן, און זאָגן אַז עס איז ניט ’מענטשלעך‘ צו האַלטן די בני־חם פֿאַרשקלאַפֿט ווי נידעריקע קנעכט, מען דאַרף זיי באַפֿרײַען און געבן ’מענטשלעכע רעכטן‘!… רבונא דעלנוא כולא!!! - מען רעדט דאָך פֿון נידעריקע פּאַרשוינען! וואָס ’מענטשלעך‘? ווען ’מענטשלעך‘?!… - ווי קען מען צוגלײַכן די נידעריקע פּאַרשוינען צו ציוויליזירטע מענטשן ?!.. ‟ דער אַרטיקל דערקלערט ווײַטער, אַז דער אופֿן ווי אַזוי מע האָט געבראַכט די אַפֿריקאַנער קיין אַמעריקע ווי שקלאַפֿן, איז ניט געווען „באַרעכטיקט ‟, אָבער אַז מע האָט זיי ניט געדאַרפֿט באַפֿרײַען אַזוי ווי מע דאַרף ניט באַפֿרײַען בעלי־חיים פֿון אַ שטאַל. דער אַרטיקל לייענט זיך ווײַטער, אַז דאָס „באַפֿרײַען פֿון די בני־חם ‟ האָט „ניט אַרויפֿגעברענגט צו מער מענטשלעכקייט ‟, און אויף דעם איז דער באַווײַז „ווער עס איז אונדזער פּרעזידענט ‟. דער אַרטיקל גיט צו פֿאַרשטיין, אַז ס׳רובֿ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זיינען „נישט מער ווי בהמות אויף צוויי, וואָס דרייען זיך אין דרויסן פֿון שטאַל ‟. מער פֿון דעם עקלדיקן ווילד־ראַסיסטישן אַרטיקל איז ניט כּדאַי איבערצוגעבן, כּדי צו וויסן פֿון זײַן גיפֿטיקן טעם. פֿון דעסטוועגנס זאָל מען דערמאָנען, אַז אַ סך אָרט אינעם אַרטיקל ווערט אָפּגעגעבן דער אַלטער באָבע־מעשׂה, אַז די אַפֿריקאַנער זענען נידעריקע מענטשן, צוליב דעם וואָס זיי זענען כּלומרשט „בני־חם ‟. יענער געדאַנק איז פּאָפּולער געוואָרן לכתּחילה ניט אין דער ייִדישער טעאָלאָגיע, נאָר אין דער אַמעריקאַנער קריסטלעכער טעאָלאָגיע, ווי אַ „באַווײַז ‟, אַז די ווײַסע האָבן דאָס רעכט צו האַלטן שקלאַפֿן. דאָס איז געווען, פֿאַקטיש, אַן אַרגומענט, וואָס איז געוואָרן פּאָפּולער אין די דרומדיקע שטאַטן האַרט פֿאַרן אַמעריקאַנער בירגערקריג. די איראָניע איז, אַז דער עקלדיקער חסידישער אַרטיקל, וואָס באַשמוציקט אויך „ווײַסע גויים ‟ אָבער דערקלערט אַז זייער קולטור איז „עפּעס בעסער ‟ ווי בײַ די שוואַרצע, נעמט אַליין זײַן גיפֿטיקן האַס פֿון דער גוייִשער טעאָלאָגיע.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען