| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
פֿאָרשונג וועגן בונדישע זומער־לאַגערן אין פּוילן
פ-טס
שטודיעס וועגן די ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, קען מען הײַנט געפֿינען גאָר אַ סך, אָבער ביז איצט האָט מען ווייניק אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די נישט־ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען. די טעג איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן די אידעאַלן, געשטיצט פֿון די גרינדער פֿון סאָציאַליסטישע זומער־לאַגערן פֿאַר דער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן. דער אַרטיקל, Wandering Jews: Camping Culture and Jewish Socialist Youth in Interwar Poland וואַנדערנדיקע ייִדן: די זומער־לאַגער־קולטור און די -ייִדישע סאָציאַליסטישע יוגנט אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן) גיט איבער די שטעלונגען פֿון יענע צײַטן, וואָס שייך דער נאַטור, היגיענע, שפּיל, באַציִונגען צווישן בחורים און מיידלעך, און צו דער יוגנט בכלל. די מחברטע פֿון דער אייגנאַרטיקער שטודיע איז מאַגדאַלענאַ קאָזלאָווסקאַ, פֿונעם „אינסטיטוט פֿון ייִדישע שטודיעס“ אינעם יאַגעלאָנישן אוניווערסיטעט אין קראָקע, פּוילן. צום מערסטן גיט קאָזלאָווסקאַ זיך אָפּ מיט די „סקיף“־ און „צוקונפֿט“־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון דער בונדישער קינדער- און יוגנט־באַוועגונג. דער „סקיף“ (סאציאליסטישער קינדער-פארבאנד) האָט געפּרעדיקט דרײַ אידעאָלאָגישע פּרינציפּן: 1) חבֿרשאַפֿט; 2) דאָיִקייט (די ייִדן זאָלן קעמפֿן פֿאַר זייערע רעכט אינעם לאַנד וווּ זיי לעבן, און - 3) ייִדישקייט (אַנטוויקלען אַ ייִדישע אידענטיטעט דורך דער ייִדישער קולטור. נאָכן חורבן זענען מער נישט געווען קיין „סקיף“ זומער־לאַגערן אין פּוילן. (באמערקונג פון ל"פראגן: דאָס איז נישט ריכטיק. נאָכן חורבן האָבן די די לעבן-געבליבענע בונדיסטן וואָס האָבן זיך צוריקגעקערט געראַטעוועטע פֿון די דײַטשישע קאָנצענטראַציע-לאַגערן און סאָװיעטישע גולאַגס, אויפֿגעשטעלט צוויי זומער-לאַגערן אין נידער-שלעזיען אין די יאָרן 1946 און 1947. אין 1948 האָט די קאָמוניסטישע דיקטאַטור ליקווידירט דעם בונד און פֿאַרװערט זײַן זעלבשטענדיקע טעטיקייט). צווישן 1957 און 1976 האָט דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד אָנגעפֿירט מיט אַ בונדישן זומער־לאַגער אין ניו־יאָרק, „קעמפּ המשך“, און אין 1950 איז געגרינדעט געוואָרן אַ צווײַג פֿון „סקיף“ אין מעלבורן, אויסטראַליע, וואָס בלײַבט אַקטיוו ביזן הײַנטיקן טאָג.
דערווײַל איז קאָזלאָווסקאַס שטודיע צוטריטלעך בלויז פאר אַבאָנענטן פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Taylor & Francis Online, אָבער אַנדערע קענען געפֿינען דעם אַרטיקל אין די ביבליאָטעקן, וואָס אַבאָנירן דעם זשורנאַל.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193209/a-study-of-bundist-summer-camps-in-poland/#ixzz3uQQIt0U0
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען