| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
דאָראָטעאַ גרעווע (שעוועלע) נישטאָ
דניאל גלאי, יצחק לודען
פֿון האַמבורג איז אונדז אָנגעקומען די ביטערע בשׂורה וועגן דער פּטירה פֿון דאָראָטעאַ גרעווע אין עלטער פֿון 61 יאָר, פֿון אַ קאַנסער. אין דער ייִדישוועלט האָט זיך דאָראָטעאַ קונה־שם געווען ווי אַן ערשטקלאַסיקע ייִדיש־לערערין און אויך ווי אַן איבערזעצערין אויף דײַטש פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור,. ווי אַ יונגע ניט־ייִדישע דײַטשין האַט דאָראָטעאַ גאָר פרי דערפילט אַ באַגײַסטערטן דראַנג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זי איז געווען צווישן די גרינדער און אָנפֿירערס פֿון דער "סאַלאָמאָ בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש" אין האַמבורג, צום אָנדענק נאָך דעם ייִדישן געלערנטן, וואָס האָט פֿאַר דער ווילדער נאַצישער מגפֿה געהאַט אויפֿגעשטעלט אין 1922 אַ ייִדיש־קאַטעדרע בײַם האַמבורגער אוניווערסיטיט. אין זײַן אָנדענק איז מיט 20 יאָר צוריק געגרינדעט געוואָרן דורך דאָראָטעאַ און אירע חבֿרים, די האַמבורגער סאַלאָמאָ בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. אין איר אַלזײַטיקער איבערגעגעבענער טעטיקייט פֿאַר אויפֿריכטן דאָס ייִדישע לשון, האָט דאָראָטעאַ געגרינדעט מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען, רעקאָרדירט קאָמפּאַקטלעך און זיך אויסגעצייכנט ווי אַ זינגערין וואָס ברענגט אַרויס קלאָר און דײַטלעך ייִדישע טעקסטן און פֿאַרטיפֿט אין דער זעלבער צײַט אירע קענטענישן אין דער שפּראַך און ליטעראַטור. זי האָט פֿאַרפֿולקומט אירע אַקאַדעמישע לימודים אין דײַטשלאַנד, אַמעריקע און ישׂראל און גאַנץ יונג געוואָרן אַ הויך געשאַצטע לערערין פֿון הונדערטער סטודענטן און סטודענטינס. זי האָט אָפֿט באַזוכט ישׂראל און געפֿונען דאָ אַ וואַרעמען ווינקל אין די הערצער פֿון אַקטיווע ייִדיש־ליבהאָבערס און האָט אָנגעבונדן אַ פּערזענעלכן קאָנטאַקט מיט אַ סך אַקטיוויסטן און שרײַבער. דאָ מוז מען דערמאָנען אונדזער פֿאַרשטאָרבענעם פֿרײַנד מישע לעוו פֿון רחובֿות, זייער נאָענטע באַפֿרײַנדטשאַפֿט און אירע אויפֿטריטן אין אָרטיקן ייִדיש־קלוב. דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל אָרגאַניזירט דורכן המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש אין נווה אילן־רעסאָרט, מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ גרויסער גרופּע פֿון האַמבורג בראָש מיט דאָראָטעאַ, און איר אויפֿטריט בראָש פֿון אַ גרופּע מיטגלידער פֿון דער האַמבורגער סאַלאָמאָן בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש פֿאַרן קולטור־קרײַז פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אַבֿיבֿ מיט אַן אָריגינעלער פֿאָרשטעלונג צום הונדערטסטן יאָרטאָג פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ. אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן איז איר שם געוואַקסן ווי אַן אויסגעצייכנטע ייִדיש־לערערין און איר שטערן האָט אויפֿגעלויכטן אויף זומערקורסן אין פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער. דאָראָטעאַ האָט זיך קיין מאָל ניט אַרויסגעשטעלט ווי אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם יונגן דור אין דײַטשלאַנד, וואָס האָט געוואָלט מכפּר זײַן אויף די פֿאַרברעכערישע טאַטן פֿון די עלטערן, מ'קאָן זיך אָבער משער זײַן, אַז אויך דאָס איז געווען אַ באַהאַלטענער מאָטיוו זיך אַרײַנצוטאָן מיט לײַב־און־לעבן אין דער ייִדיש־וועלט און אויך געניסן פֿון איר רײַכער ליטעראַטור. אָבער ניט היסטאָרישע טעמים און מאָטיוון פֿון געוויסן־האָבן אונדז מיט איר פֿאַרבונדן, נאָר די אָנגייענדיקע געמיינזאַמע באַשעפֿטיקונג אין רעדן, שרײַבן און שאַפֿן אין ייִדיש. איר איבערגעגעבענע שליחות איז פֿאַר איר געווען אַ נאַטירלעכע באַשטימונג, אַ מאָראַלישע פֿונקציע פֿון איר געוויסן. ס'טוט וויי, אַז אַזאַ נשמה־טהורה, פֿול מיט שיינקייט און דערהויבנקייט, איז אַוועק פֿון אונדז אין אַזאַ פֿריִען עלטער. מיר טאָרן זי קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. דניאל גלאי. יצחק לודען
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען