| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
געשטאָרבן ראָזאַ גראָסמאַן
די אַלמנה פֿון דעם שרײַבער משה גראָסמאַן פֿון: לאה גראָסמאַן מרום
מײַן מאַמע ראָזאַ גראָסמאַן, די אלמנה פֿון דעם באַוווּסטן ייִדישן שרײַבער משה גראָסמאַן (1904 - 1961), איז אַוועק פֿון דער וועלט אין עלטער פֿון 94 יאָר און איז געבראַכט געוואָרן צו קבורה אין תל-אבֿיבֿ דעם 3-טן אַפּריל 2016 - אינעם יאָרטאָג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, מײַן טאַטן, וועלכער איז פֿאַר דער היטלער-מלחמה געווען אַ מיטאַרבער אין וואַרשעווער "הײַנט". ער האָט זיך גאָר באַזונדערס קונה-שם געווען מיט זײַנע צווײ ביכער "אַ וידוי פֿון אַ רעוואָלוציאָנער" און "אין פֿאַרכּישופֿטן לאַנד פֿון דעם לעגענדאַרן דזשוגאַשווילי", אין וועלכע ער האָט אויפֿגעדעקט דעם אמתדיקן פרצוף פֿון קאָמוניזם און די פֿאַרברעכנס פֿון דעם סטאַליניסטישן רעזשים אין ראַטנלאַנד. מײַן מוטער, ראָזאַ, געבוירן אין יאָר 1922 אין קעשענעוו, בעסאַראַביע, האָט מצליח געווען בעת דער היטלער-מלחמה צו אַנטלויפֿן מיט אירע עלטערן קיין סאַמאַרקאַנד, אוזבעקיסטאַן. דאַרט האָט זי באַקענט מײַן פֿאָטער, וועלכער איז געקומען אַהין מיטן פּליטים-שטראָם פֿון אָקופּירטן ווארשע. נאָכן סוף פֿון דער מלחמה האָבן בײדע געהײַראַט און אָנגעהויבן זײער וואַנדער-וועג איבער אייראָפּע - דורך פּוילן, שוועדן און פּאַריז ביז זיי האָבן איינגוואַנדערט אין יאָר 1950 קיין ישׂראל. סײַ אויף זייער וואַנדערוועג און סײַ אין זייער משפחה-לעבן האָט מיין מאַמע געדינט דעם טאַטן ווי אַן איבערגעגעבענער געהילף בײַם צוגרייטן און אַרויסגעבן זײַנע ביכער, ווי אויך בײַם אָפּדרוקן און פֿאַרשפּרײטן זײַן ליטעראַרישע מאָנאַט-שריפֿט "הײמיש". ראָזאַ גראָסמאַן איז אים געווען אַ געטרײַער עזר לצדו אין אַלע באַדערפענישן פֿאַר זײַן ליטעראַרישן דערפֿאָלג און זי האָט דאָס געטון מיט פֿולן מסירת נפש אויך נאָך זײַן טויט אין 1961, ווי אַ יונגע פֿרוי פֿון 39 יאָר האט זי ממשיך געווען אַרויסצוגעבן נאָך עטלעכע נומערן פֿון זיין איין פערזאניקער ליטעראריש-געזעלשאפטלעכער צייטשריפט "היימיש". מײַן מוטער ראָזאַ איז געווען די אלמנה פֿון משה גראָסמאַן אין משך פֿון 54 יאָר. זי האָט אויפגעהאָדעוועט מיט גרויס ליבע איר איינציקע טאכטער, מיך, און דרײַ געראָטענע אייניקלעך.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען