| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס און ייִדישקייט...
Gravitational Waves and Judaism פֿון יואל מאַטוועיעוו, פ-טס
גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס און ייִדישקייט... Gravitational Waves and Judaism קאָסמישערצוזאַמענשטויס פֿון צוויי שוואַרצע לעכער.. Published April 27, 2016, issue of May 13, 2016 · די אַנומלטיקע אַנטדעקונג פֿון גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע סײַ אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, סײַ אין דער פּאָפּולערער פּרעסע. הונדערט יאָר נאָך אַלבערט אײַנשטײַנס טעאָרעטישער פֿאָרויסזאָגונג אינעם יאָר 1916, האָט זיך דער וויסנשאַפֿט אײַנגעגעבן צו דעטעקטירן אַ מעכטיקן אימפּולס פֿון גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס, וואָס צוויי שוואַרצע לעכער האָבן אויסגעשטראַלט בײַ זייער צוזאַמענשטויס אויף אַ מהלך פֿון איבער אַ מיליאַרד ליכט־יאָר פֿון דער ערד. אין מאָמענט פֿונעם צוזאַמענשטויס, האָבן די קאָסמישע אָביעקטן אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקן סכום גראַוויטאַציע־ענערגיע, 50 מאָל גרעסער ווי דאָס ליכט פֿון אַלע שטערן אינעם זעיִקן טייל פֿונעם אוניווערס. דעם 11טן פֿעברואַר האָבן צוויי באַקאַנטע אַסטראָפֿיזישע לאַבאָראַטאָריעס אומאָפּהענגיק איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן דעטעקטירט דעם מעכטיקן אימפּולס אין סעפּטעמבער 2015. די אַנטדעקונג ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט אין דער פּרעסע (אַרײַנגערעכנט פֿרומע ייִדישע וועבזײַטן), וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט טשיקאַווע און חידושדיקע אָפּטײַטשן פֿון די גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס. הרבֿ צבֿי פֿרידמאַן האָט דערקלערט אויף דער ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org, וווּ ער דינט ווי איינער פֿון די הויפּט־רעדאַקטאָרן, אַז ער האָט אָפּגעלערנט אַ גאַנצע ריי ענינים פֿון דער אַנטדעקונג. די שוואַרצע לעכער, דערקלערט פֿרידמאַן, ווערן געוויינטלעך באַטראַכט ווי פֿינצטערע אָביעקטן, וואָס „פֿאַרדייען ‟ די ענערגיע און אינפֿאָרמאַציע. הײַנט זעען מיר דאָך, אַז צומאָל קאָן פֿונעם גרעסטן חושך אַרויסקומען דער שטאַרקסטער ליכטיקער אימפּולס. דערצו, האָבן די וויסנשאַפֿטלער דעטעקטירט דעם ענערגיע־אימפּולס ראָש־השנה, דעם 14טן סעפּטעמבער - אַ סימן, אַז אַלץ אין דער וועלט טרעפֿט זיך בהשגחה־פּרטית. אַזוי ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, וואָס מוז שטרענג איבערקוקן די רעזולטאַטן פֿון עקספּערימענטן, כּדי צו באַשטעטיקן אַ נײַע אַנטדעקונג, מוזן נײַע חידושי־תּורה שטימען הונדערט פּראָצענט מיט דער ייִדישער טראַדיציע. פֿרידמאַנס אַרטיקל איז אַ טיפּישער מוסטער פֿון פּאָפּולערע קירובֿ־פּובליקאַציעס. אָן קיין ממשותדיקע חידושים, באַנוצט ער זיך מיט אַ נײַער וויסנשאַפֿטלעכער אַנטדעקונג, כּדי איבערצוחזרן אַ צאָל באַקאַנטע טראַדיציאָנעלע ענינים מיט אַ ליובאַוויטשער טעם. פֿרידמאַן באַמערקט, אַז די דעטעקטירטע גראַוויטאַציע־כוואַליעס זענען געקומען פֿון גאָר אַ ווײַטן מהלך - 1.3 מיליאַרד ליכט־יאָר. די ליובאַוויטשער גלייבן אָבער אָפֿיציעל, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בוכשטעבלעך מיט 5776 יאָר צוריק. ווי אַזוי זשע זענען די כוואַליעס געפֿלויגן מער ווי 200,000 מאָל לענגער לאַנג ווי די גאַנצע עקזיסטענץ פֿון דער וועלט? דאָס ווערט נישט דערקלערט אינעם אַרטיקל. ס׳איז אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז די שוואַרצע לעכער זענען, אין דער אמתן, נישט אינגאַנצן פֿינצטער און באַהאַלטן. אדרבה, דווקא צוליב זייער ריזיקן גראַוויטאַציע־פֿעלד בייגן זיי די פֿאַרבײַפֿליִענדיקע ליכט־שטראַלן, דינענדיק אַזוי אַרום ווי ריזיקע לינדזן. דער באַרימטער פֿיזיקער סטיווען האָקינג האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז פֿון אַ שוואַרצן לאָך שטראַלט יאָ אַרויס אַ ביסל שײַן, צוליב דעם קוואַנטן־פּרינציפּ פֿון „אומבאַשטימטקייט ‟. אינעם יאָר 1973 האָט האָקינג באַזוכט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין באַטראַכט דעם דאָזיקן פֿענאָמען. אַלכּסנדר פּאָלטאָראַק, אַ רוסישער פֿרומער ייִד, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי אַרטיקלען וועגן גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס אויף זײַן וועבזײַט Quantumtorah.com. פּאָלטאָראַק פֿירט אָן מיט אַ פֿירמע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּאַטענטן און אויטאָרן־רעכט. לויט זײַנע ווערטער, האָט ער אַמאָל באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין טעאָרעטישער פֿיזיק אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכן מע האָט בײַ אים אָפּגענומען, ווען ער האָט אימיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. באַנוצנדיק זיך מיט קבלה־טערמינען, דערקלערט פּאָלטאָראַק, אַז די שוואַרצע לעכער רעפּרעזענטירן די סיטרא־אחרא און שטעלן מיט זיך פֿאָר, מעגלעך, פּאָרטאַלן צו פֿרעמדע וועלטן פֿון די קליפּות. פּאָלטאָראַקס אַרטיקל פֿאַרלאָזט זיך אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע אָפּטײַטשן און קבלה, אויסגעמישט מיט פֿאַנטאַסטישע טעאָריעס, וואָס בלויז אַ קליינע צאָל וויסנשאַפֿטלער נעמען אָן. הגם סטיווען האָקינג האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק טאַקע געשטיצט די טעאָריע, לויט וועלכער די שוואַרצע לעכער שטעלן מיט זיך פֿאָר טונעלן אין אַנדערע אוניווערסן, בלײַבט עס אַ מאַרגינאַלער היפּאָטעז. אַזוי צי אַנדערש, אויב מע וויל באַטראַכטן גראַוויטאַציע בּכלל און גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס בּפֿרט פֿון דער ייִדישער פּערספּעקטיוו, דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען די קלאַסישע ספֿרים, וווּ די דאָזיקע טעמע ווערט באַטראַכט. די היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון פֿאַרשיידענע אַמאָליקע באַהאַנדלונגען אויף דער דאָזיקע טעמע איז גאַנץ ממשותדיק און באַלערנדיק. אינעם 14טן יאָרהונדערט, האָט דער פּראָמינענטער ספֿרדישער חכם הרבֿ חסדאי קרשׂקשׂ (קרעסקאַס) באַמערקט אין זײַן קלאַסישן פֿילאָסאָפֿישן ספֿר „אור השם ‟, אַז די אַנדערע פּלאַנעטן קאָנען פֿאַרמאָגן אַן אייגענעם צוצי־כּוח, צוליב וועלכן די באַשעפֿענישן, וואָס וווינען דאָרטן, פֿאַלן נישט אַרויס אינעם קאָסמאָס. קרשׂקשׂ איז געווען איינער פֿון די ערשטע דענקער, וואָס האָבן בפֿירוש באַטראַכט די מעגלעכקייט פֿון לעבן אויף אַנדערע פּלאַנעטן. אויפֿן סמך פֿון גמרא, באַטאָנט ער, אַז דעם באַשעפֿערס השגחה פֿאַרשפּרייט זיך אויף 18,000 וועלטן. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז אינעם אוניווערס זענען פֿאַראַן טויזנטער פֿאַרשיידענע ציוויליזאַציעס. „ אור השם ‟ ווערט אָפֿטמאָל ציטירט אין די ווערק פֿונעם באַרימטן איטאַליענישן קריסטלעכן מיסטיקער דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ. ער איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן און האָט געלערנט קבלה מיט פּראָמינענטע רבנים. אַ טייל הײַנטיקע היסטאָריקער האַלטן, אַז ר׳ חסדאי קרשׂקשׂס השפּעה אויף די קריסטן האָט געווירקט אויף ניוטאָנס גראַוויטאַציע־טעאָריע און קאָפּערניקס חידושים. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „לקוטי מוהר״ן ‟, אַז די צדיקים פֿאַרמאָגן דעם כּוח פֿון גײַסטיקער גראַוויטאַציע, אויפֿן סמך פֿונעם פּסוק „צדיק יסוד עולם ‟ אינעם ספֿר־משלי. אַזוי ווי די ערד, וואָס ציט צו זיך צו אַלע אָביעקטן פֿון אַלע זײַטן, ציט דער „כּוח־המושך ‟ פֿונעם צדיק צו זיך צו אַלע נשמות. ווען אַבֿרהם אָבֿינו האָט געזאָגט, אַז ער איז „עפֿר ואפֿר ‟ - שטויב און אַש - מיינענדיק זײַן ביטול פֿאַרן באַשעפֿער, האָט ער דערמיט מרמז געווען, אַז ברוחניות רעפּרעזענטירט ער דעם יסוד־העפֿר, דעם ערד־עלעמענט, זײַענדיק אַ צענטער פֿון דער גײַסטיקער צוצי־קראַפֿט. צוליב דער זעלבער סיבה, האָט דער משכּן געטראָגן אַזאַ נאָמען, זײַענדיק אַ וועלט־צענטער פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „המשכה" ‟. הרבֿ נחמן טשערינער, איינער פֿון די גרעסטע פֿריִיקע בראַצלעווער חסידים אינעם 19טן יאָרהונדערט, איז מפֿרש רבי נחמנס ווערטער און גיט צו, אַז כּדי דער גײַסטיקער כּוח־המושך זאָל נישט פֿאַרברענען דעם מענטש אינעם הימלישן פֿײַער, שטעקט אינעם מענטשלעכן גוף אויך דער פֿאַרקערטער אָפּשטויסנדיקער „כּוח־המכריח ‟. דווקא צוליב דער אינערלעכער וויבראַציע־דינאַמיק צווישן דעם גוף און נשמה, קאָן מען זיך דערנענטערן צום באַשעפֿער. הגם דער טשערינער רבֿ רעדט וועגן רוחניותדיקע ענינים, באַנוצט ער זיך בפֿירוש מיטן אימאַזש פֿון אַ מין מעטאַפֿיזישע גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס. ענלעכע אימאַזשן זענען אויך באַקאַנט אין חב״ד־חסידות. דער ענין פֿון „רצוא ושובֿ ‟ - קאָסמישע וויבראַציעס - איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער חסידישער מעטאַפֿיזיק און וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ יסוד פֿון ערנסטע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס וועגן די איצטיקע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען. עס באַקומט זיך דעמאָלט אָבער, אַז די שוואַרצע לעכער זענען מרמז אויפֿן רבונו־של־עולם, דעם אַבסאָלוטן צוצי־כּוח. Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196404/gravitational-waves-and-judaism/?p=all#ixzz473pZHDj3
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען