| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ב×ַבי ×™×ַר
צום הײליקן אָנדענק נאָך 65 יאָר יעװגעני יעװטושענקאָ
קיין דענקמאָל איז נישטאָ אין באַבי יאַר.
אַלײן דער אָפּריס איז דאָ די מצבֿה. װי ס'ייִדיש פֿאָלק כ'װער אַלט פֿון גרויל און צער - צװײ טויזנט יאָר כ'בין אַלט בײַ אָט דעם קבֿר... מיר נעמט זיך דוכטן, איך בין דאָס דער ייִד, װאָס דורך דעם אוראַלטן מצרים װאָגלט און מײנע װוּנדן פֿון די טשװעקעס נאָגן - דאָס האָט מען מיך צום צלם צוגעשמידט. מיר דוכט זיך אויס אַז דרײַפֿוס - דאָס בין איך. די מוסרים שטעלן מיך פֿאַרן געריכט... אָט בין איך הינטער קראַטעס, דורך די שונאים דערנידעריקט, באַלײדיקט און באַשפּיגן. די דאַמעלעך, זיי האָבן זיך צושריגן און טיטשען מיט די שירעמס מיר אין פּנים. ...מיר דוכט, איך בין אַ קינד פֿן ביאַליסטאָק, כ'באַקום אַ זעץ און קאָרטשע זיך אין קראַמפן. פֿון די צעיושעטע שיכּורים טראָגט אַ מין געשטאַנק פֿון ציבעלעס און בראָנפֿן. אָט האָט אַ װאָרף געטאָן זיך אויף מײַן מוטער אַ זשלאָב אַ פֿינצטערער, אַ װילדע בריאה... און װי אַרײַן איז זײ װאָלט דער ניטגוטער, זײ שרײַען: - ביעי זשידאָװ, ספּאַסײַ ראַסיִו! מײַן רוסיש פֿאָלק! ביסט אינטערנאַציאָנאַל. נאָר די װאָס פֿלעגן מאַכן די פּאָגראָמען - זײ פֿלעגן שמוציק האַנדלען װי דער כּלל דאַן מיט דײַן שײנעם, זויבער - ריינעם נאָמען. כ'קען אויסגעצײכנט זי, מײַן גוטע ערד. אַזאַ מין חוצפּה איז דאָך אומדערהערט! "פֿאַרבאַנד פֿון פֿאָלק פֿון רוסישן" צו האָבן דערװעַגט זיך אָנרופֿן די יודאָפֿאָבן. ...מיר דוכט זיך אויס אַז איך בין אַננאַ פֿראַנק - אַ דורכזיכטיקע װי אַ פֿרילינג - צװײַגל. מיט איר מיר האָבן איין געפֿיל און איין געדאַנק, מיר קוקן איינער אויפֿן צװײטן און מיר שװײַגן. ס'איז אַלץ פֿאַרװערט אונדז. מיר זײַנען פֿאַרשפּאַרט. צעשײדט מיט לופֿט, מיט דופֿט, מיט גרינס, מיט פֿאַרבן נאָר ס'איז אין אונדזער מאַכט אַרומנעמען זיך צאַרט אין דער בוידעם-שטוב אַ רגע פֿאַרן שטאַרבן. מע גייט אַהער? אָן שרעק!... פֿאַראַנען קלאַנגען, אַז װעסנע - צײַט אונדז װאַרטן גוטע נײַס. נו קום צו מיר, די הענט דײַנע דערלאַנג מיר! ...מע ברעכט די טיר? נײן, נײן! דאָס פּלאַצט דער אײַז... דער באַבי יאַר אין װילדן גראָז דורכאויס. די שטרענגע ביימער קוקן מיט באַדויער. אַלץ שרײַט דאָ שטומערהייט, מײַן קאָפּ כ'אַנטבלויז. כ'װער גרוי. מיט יעדער רגע גרויער, גרויער. איך װער אַלײן אַ שטומער אויסגעשרײ פֿון טײַכן בלוט װאָס זײַנען דאָ פֿאַרגאָסן, מיט קינד און קייט איך פֿאַל דאָ ריי נאָך ריי און יעדעס מאָל איך װער אויפֿסנײַ דערשאָסן... לויט מײַע בלוטן בין אין ניט קײן ייִד. נאָר, אָנגעפֿילט מיט שנאה מיט גערעכטער, בין איך אַ ייִד פֿאַר דעם אַנטיסימיט. און אָט דערפֿאַר בין איך אַ רוס אַן עכטער. פון רוסיש: זיאַמע טעלעסין
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען