![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אויף דער ביכער־פּאָליצע
אַ ר ע ל ע - אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם איינציק־אַרטיקן מעטאָדישן ייִדיש לערנבוך פֿאַר אָנהייבערס און אויך פֿאַר קליין און גרויס. אַ מוסטערהאַפֿטע און זייער אַטראַקטיווע יצירה נישט נאָר אויסצולערנען, נאָר אויך אײַנצולערנען דאָס ייִדישע לשון מיט דער הילף פֿון דעם אילוסטרירטן אַלף־בית. פֿון אַ מין דיאַלאָג צווישן וואָרט און צייכענונג אין זייער איבערוואַנדלונג אין זאַצן, ביז שמועסן. צוזאַמענגעשטעלט פֿון דער לערערין פֿריידל גראַפּאַ סיעלאַק און אַרויסגעגעבן מיט אַ מאַנשאַפֿט פֿון געניטע גראַפֿיקערס און מומחים אין מעקסיקע. נאָך 30 יאָר - אַ נײַע אויפֿלאַגע: שיין, ריין, ציכטיק און זייער וויכטיק. 167 זײַטן, אָלבאָם־פֿאָרמאַט אין דרײַ דיקע העפֿטן. חייקע ברוריה וויגאַנד / צי האָט איר געזען מײַן ציג? - און אַנדערע לידער. - ניין, די ציג האָב איך ניט געזען, אָבער די באַחנטע לידער פֿון דער דיכטערין האָב איך געזען און הנאה געהאַט לייענענדיק זיי אין דעם צוויישפּראַכיקן ייִדיש־ענגלישן לידער־געזאַמל. דאָס זײַנען לידער פֿון געדאַנק, געמיט און אינספּיראַציע, אײַנגעטיילט אין די קאַפּיטלעך: קאָלירן פֿון אַ חלום, אומרויִקע פּאָעזיע, און דורכגעכוואַליעט האָט דער ים מײַן ליד. די דיכטערין חייקע ברוריה וויגאַנד איז אַ לעקטאָר פֿון ייִדיש אויפֿן אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט און אַ ייִדיש־לערערין אין לאָנדאָן. אין פֿאָריקן יאָר איז זי באַלוינט געוואָרן מיטן רובינליכט־פּרײַז בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. 167 ז"ז, אילוסטרירט פֿון דער דיכטערין. ה. לייוויק־פֿאַרלאַג תּל־אַבֿיבֿ תּשע"ב / 2012. באָריס קאַרלאָוו / מיר איז שטאַרק נוגע נישט נאָר דעם דיכטער זײַנען די לידער זײַנע שטאַרק נוגע. זיי זײַנען נישט ווייניקער נוגע דעם לייענער. ווײַל דער מחבר חלומט אויס זײַנע לידער אין די נעכט, ווען אין דער פֿינצטער פֿון דער נאַכט זעט ער אפֿשר קלאָרער דעם ליכטיקן טאָג. "די בעסטע שורות ", שרײַבט ער אין איינעם פֿון זײַנע 70 אויפֿגעזאַמלטע לידער, "קומען ווען דו שלאָפֿסט / בעת איך האַלב־וואַכזאַם / האָרך דײַן מילדן אָטעם / וואָס שאָרכט אַלץ / ריטמיש קלאָר: / דאָס וואַכן איז אַ בלאָף... / ביז איך אַלײַן / ווער דײַן געטרײַער שאָטן". 105 ז"ז, פֿאַרלאַג "אַליין איז די נשמה ריין". ירושלים תּשע"ב. ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן / אַ ווינקל גאַנצקייט לידער און צייכענונגען. כאָטש די ביידע מעדיומס זײַנען אָפּגעטיילט איינער פֿון דעם אַנדערן אין צוויי באַזונדערע טיילן, דערגאַנצן זיך ביידע - די געצייכנטע לידער מיט די געלידלטע צייכענונגען - אַ פּראָדוקט פֿון דער דיכטערינס לירישן און קינסטלערישן טאַלאַנט. 156 ז"ז, דערפֿון 114 ז"ז לידער און 44 ז"ז צייכענונגען. אַרויסגעגעבן פֿון ייִדיש־ליגע און ציק"אָ. ניו־יאָרק 2012. אויטאָפּאָרטרעט גילגולים - נײַע שאַפֿונגען.די נײַע פּאַריזער היים פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַרישער שעפֿערישקייט, אונטער דער רעדאַקציע פֿון זשיל ראָזיע מיט יצחק ניבאָרסקי אַלס שפּראַך־יועץ, אַנטוויקלט זיך און וואַקסט אָן עין־הרע. דער דריטער נומער האָט צוגעצויגן פֿרישע טאַלאַנטירטע כּוֹחות פֿון דעם יונגן אויפֿוווּקס, ווי בֶני מֶר, אורן ראָמאַן, עדי מהלאל, עמיל קאַלין און מאַרינאַ אַלעקסעיעוואַ, בײַ דער זײַט פֿון די שוין לאַנג היימישע יצחק ניבאָרסקי (אין אַ זעלטנהייט אויך ווי אַ דיכטער), חייקע ברוריה וויגאַנד, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט און טאָמאַס סאָקסבערגער. צוזאַמען אַ פּערלדיקע פּרעזענטאַציע פֿונעם שיינעם גאָרטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. נישט פֿאַרשטענדלעך זעען אָבער אויס אין דער זאַמלונג די דרײַ לידער פֿון אַ דיכטער וואָס באַהאַלט זיך אונטערן מיסטעריעזן פּסעוודאָנים קינמאַן־אַגרתּל, אַ. און שאַרזשירט "לויטן נוסח" פֿון די גוט באַקאַנטע דיכטער פֿון דעם פֿאַרמלחמהדיקן דור: מאַני לייב, לייב נײַדוס און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, פֿאַרוואַנדלענדיק, למשל, מאָלאָדאָווסקיס "דאַמע מיטן הינטל" אין אַ "מיידל מיט אַ הינטן"... סאַטיריש - אָבער לויט אונדזער מיינונג נישט פֿאַר די ערנסטע "גילגולים". נומער 3 / 95 ז"ז, אַלבאָם־פֿאָרמאַט. אויף דער הילע - ליטאָגראַפֿיע פֿון אַן גאָרובען. פּאַריז 2012. ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש - דריטע אויסגעברייטערטע אויפֿלאַגע, צונויפֿגעשטעלט פֿון יצחק ניבאָרסקי מיט דער מיטהילף פֿון שמעון נויבערג, אליעזר ניבאָרסקי און נאַטאַליע קריניצקאַ. אַ וויכטיק האַנטבוך פֿאַר ייִדיש־שרײַבערס פֿון אַלע מדרגות און אויף אַלע תּחומים, סײַ פֿאַר אָנהייבערס און סײַ פֿאַר פֿאָרגעשריטענע און פֿאַר וויסנשאַפֿטלער. 512 ז"ז, ווייכער אײַנבינד. מעדעם־ביבליאָטעק, פּאַריז 2012. ירושלימער אַלמאַנאַך - צײַטשריפֿט פֿאַרליטעראַטור, קולטור, שפּראַך און פֿאָרשונג. נומ' 29 . רעדאַקטאָר: דובֿ־בער קערלער , גרינדער און ערשטער רעדאַקטאָר: יוסף קערלער (1918-2000). אַ רײַכע זאַמלונג פֿון ליטעראַרישע און פֿאָרשערישע שאַפֿונגען, מיט וועלכע עס איז באַטייליקט די גרעסטע מערהייט פֿון דעם שרײַבפֿעיִקן שעפֿערישן פּאָטענציאַל אין דער הײַנטיקער ייִדישוועלט. 478 ז"ז. אָרויסגעגעבן אין ירושלים מיט דער הילף פֿון סאָנדראָ און ראָבערט באַרנס־פּראַגראָם פֿאָר ייִדישע לימודים בײַם אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט אין בלומינגטאַן, אינדיאַנאַ (פֿש"אַ) און בּשותּפֿות מיטן ווילנער ייִדישן אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. תּשע"ב. מיכל יאַנקיווסקי / אַ צוריקבליק אויפֿן גוֹרל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום - אַ זאַמלונג פֿון געלעגנהייטלעכע אַרטיקלען אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס אויף כּלערליי טעמעס, מיטן טראָפּ אויף דעם אַמאָל. דער מחבר ברענגט אַ ריי אינטערעסאַנטע דערמאָנונגען און רעטראָספּעקטיווע עצות מיט דער איבערצײַגונג, אַז ווען ייִדישע מנהיגים וואָלטן דעמאָלט זיך צוגעהערט צו די עצות וואָס דער מחבר פֿון דעם ביכל גיט זיי הײַנט, וואָלט אפֿשר דער גוֹרל פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום געווען הײַנט אַן אַנדערער... 267 ז"ז, ווייכער אײַנבינד, פֿאַרלאַג ה. לייוויק, תּל־אַבֿיבֿ תּשע"ב 2012. זכריה טשעסנאָ / די מגיפֿה. אַ טראַגעדיע אין 2 טיילן. געשריבן אין ווילנע אין די 50ער יאָרן בעת דער מחבר, אַ געבוירענער אין בערלין, האָט שטודירט אויפֿן ווילנער אוניווערסיטעט און האָט דאָרטן געזאַמלט דאָקומענטאַציע פֿאַר זײַן היסטאָרישער דראַמע, וואָס איז נאָך ביז הײַנט נישט געוואָרן געדרוקט און נישט אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע. 111 ז"ז ווייכע אילוסטרירטע טאָוולען, פֿאַרלאַג ה. לייוויק, תּל־אַבֿיבֿ.2012. Aron Barenboym / LEBENSZEICHEN אַן אויסוואַל פֿון אַרטיקלען און דערציילונגען, וואָס דער שרײַבער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין ייִדישע צײַטשריפֿטן, דערונטער אויך אין די "לעבנס־פֿראַגן", אַרויסגעגעבן אין דײַטשישער איבערזעצונג אונטערן קעפּל "לעבנסצייכן" אין דער שטאָט וויסמאַר, דײַטשלאַנד. דאָס ביכל איז געוואָרן ספּאָנסירט און עפֿנט זיך מיט אַן אײַנלייטונגס־וואָרט פֿון דעם שרײַבער ראָלאַנד לינאָווסקי, אַן אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, אין וועלכער דער מחבר, הײַנט 92 יאָר, האָט אימיגרירט אין יאָר 1999 פֿון דער שטאָט איזיסלאַוו, אוקראַיִנע. 94 ז"ז, אילוסטרירטע ווייכע הילע. אַרויסגעגעבן דורך דער הילפֿס־פֿונדאַציע בײַ דער שטאָטישער ביבליאָטעק אין וויסמאַר און דער לאַנד־צענטראַלע פֿאַר פּאָליטישער בילדונג, מעקלענבורג־פֿאָרפּאָמערן, 2012. David Slucki / The International Jewish Labor Bund After 1945 TOWARD A GLOBAL HISTORY אַ זעלטענע, אַ ברייטפֿאַרנעמיקע פֿאָרש־אַרבעט וועגן דער דריטער פֿאַזע אין דער געשיכטע פֿון "בונד", וועלכער איז פֿון אַ פּאַרטיי אין איין לאַנד (1897 - 1917 אין רוסלאַנד, 1919 - 1939 אין פּוילן, מיט אַ צוגאָב פֿון די חורבן־יאָרן) געוואָרן אַ וועלט־באַוועגונג. און דאָס גראָד אין איר שקיעה־עפּאָכע פֿון נאָכן חורבן - ווען זי איז געוואָרן קליין אין צאָל, אָבער נאָך אַלץ היפּשלעך גרויס אין איר געזעלשאַפֿטלעכער ראָל אין ייִדישן לעבן. דאָס בוך איז דערשינען אויף ענגליש. דער מחבר, אַ יונגער פֿאָרשער בײַם אויסטראַלישן אַקאַדעמישן צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור־געשיכטע און אין דער שול פֿאַר פֿילאָסאָפֿישע, היסטאָרישע און אינטערנאַציאָנאַלע שטודיעס בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין אויסטראַליע, ברענגט אין דעם בוך אַ גלענצנדיקן טיפֿן אַנאַליז פֿון די אומשטענדן און מאָטיוון, וואָס האָבן געבראַכט צו דער דאָזיקער אומוואַנדלונג. אויף דער וועלט־קאָנפֿערענץ פֿון "בונד", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יאָר 1947 אין בריסל, האָבן די לעבן־געבליבענע בונדיסטן אָנגענומען דעם פּרינציפּ פֿון ייִדישן פֿאָלק ווי אַ וועלטפֿאָלק. דער עמיגראַנטישער כאַראַקטער פֿון דער בונדישער טעטיקייט האָט אָבער נישט דערמעגלעכט דאָס אַנטוויקלען אַ יוגנטלעכן המשך. די איינציקע בונדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט מצליח געווען צו אַנטוויקלען אַ פֿאַרייִנגערטן אַקטיוון "בונד" מיט אַ קינדער־אָרגאַניזאַציע ("סקיפֿ") - איז די בונדישע אָרגאַניזאַציע אין מעלבורן, אין וועלכער עס איז אויפֿגעוואַקסן דער יונגער מחבר פֿון דער גלענצנדיקער פֿאָרשונג וועגן דעם נאָכמלחמהדיקן "בונד". וואָס שייך אָבער דער בונדישער גרופּירונג אין ישׂראל, וועלכע האָט, טראָץ דעם ספּעציפֿישן געזעלשאַפֿטלעכן באָדן און די נאַטירלעכע שוועריקייטן, דאָך צו פֿאַרצייכענען גאַנץ היפּשע דערגרייכונגען אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע בונדישע אָרגאַניזאַציעס אויף דער וועלט - האָט זי אין דעם זייער באַלערנדיקן בוך באַקומען אַן אַנעמישע באַהאַנדלונג. עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק ווי די געשיכטע וואָלט בײַם מחבר געהאַט זיך פֿאַרענדיקט אין 1955 - אין דער צײַט ווען די היגע בונדישע טעטיקייט האָט אָנגעהאַלטן לענגער פֿון אַלע אַנדערע בונדישע אָרגאַניזאַציעס אויף דער וועלט - חוץ דער אויסטראַלישער, און האָט "איבערגעלעבט" אַפֿילו אַלע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס אין דעם ייִדיש־סעקטאָר אין ישׂראל. 265 ז"ז האַרטער אײַנבינד מיט אילוסטרירטער הילע RUTGERS UNIVERSITY PRESS, New Brunswick, New Jersey, and London, 2012 Kay Schweigmann-Greve / Chaim Zhitlowsky - Philosoph, Sozialrevolutionär und Theoretiker einer säkularen nationaljüdishen Identität אַ ברייטפֿאַרנעמיקע דיסערטאַציע (אויף דײַטש) איבער דעם פילפֿאַרביקן גײַסטיקן לעבנסוועג און ברויזנדיקער פּערזענלעכקייט פֿון חיים זשיטלאָווסקי. אַן אומאָפּהענגיקער דענקער, אַ קאָנסעקווענטער גראָדליניקער ייִדישיסט, אָבער זיגזאַגיש אין זײַנע אידעאָלאָגישע אויפֿפֿאַסונגען, האָט ער געשטרעבט צו אַ סעקולערער נאַציאָנאַלער אידענטיטעט פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק. אין זײַן יוגנט איז ער געווען נאָענט צו דער טאָלסטאָיאַנישער, דערנאָך צו דער עס־ערישער (סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערער) וועלט־אויפֿפֿאַסונג, אין די שפּעטערע יאָרן צו די סאָציאַל־דעמאָקראַטן אין עסטרײַך און נאָכן עמיגרירן קיין אַמעריקע אין די 30ער יאָרן געווען גענייגט צום קאָמוניזם, געשריבן אין דער קאָמוניסטישער ייִדישער פּרעסע. אָבער אין 1938 איז ער אַרויסגעקומען מיט אַ שאַרפֿער קריטיק קעגן לענינס קאָמוניסטישער מאָראַל, טענהנדיק, אַז אָן דעמאָקראַטיע קען נישט געמאָלט זײַן קיין סאָציאַליזם. דערנאָך ווידער באַרעכטיקט די פֿירונגען פֿון דעם סטאַלין־רעזשים אין רוסלאַנד. געבוירן אין וויטעבסק, ווײַסרוסלאַנד, דעם 19טן אַפּריל 1865, געשטאָרבן אין קאַנאַדע דעם 8טן מײַ 1943, גענוי צוויי יאָר פֿאַר דעם נצחון איבער היטלער־דײַטשלאַנד. דער יונגער קאַי שווײַגמאַן־גרעווע, דער מחבר פֿון דער ביז גאָר אינטערעסאַנטער פֿאָרשונג, איז פֿון פֿאַך אַ יוריסט און געזעלשאַפֿטלעך דער אָנפֿירער פֿון די יונג־סאָציאַליסטישע "ראָטע פֿאַלקן" אין האַנאָווער, באַזוכט אָפֿט גרופּעסווײַז מיט זײַנע דערצויגלינגען אין ישׂראל און אינטערעסירט זיך זייער מיט דער געשיכטע פֿון דעם בונדישן קינדער־פֿאַרבאַנד "סקיפֿ", ווי אויך מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. 465 זײַטן, האַרטער אײַנבינד מיט זשיטלאָווסקיס פּאָרטרעט אויף דער הילע. Wehrhahn Verlag 2012 אַ טאָגבוך פֿון דעם מחבר, אין וועלכן עס ווערט געשילדערט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין די פּליטים־לאַגערן פֿון די "אויסגעוואָרצלטע" איבערלעבערס פֿון דעם היטלערישן גיהנום צווישן סוף 1946 און אָנהייב 1952 אין איטאַליע און אין ציפּערן, און זייער אײַנוואַנדערן און אײַנלעבן זיך אין דער אין יענער צײַט אויפֿגעקומענער מדינת־ישׂראל. 460 ז"ז האַרטער אילוסטרירטער אײַנבינד, מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿישער דאָקומענטאַציע, אַן אינדעקס, בריוו פֿון חבֿרים אדג"ל. מעלבורנער בלעטער - Melbourne Chronicle לכּבֿוד 100 יאָר "קדימה". דער אויסגעברייטערטער נומער דערציילט די געשיכטע פֿון דעם ייִנגסטן ייִדישן ייִשובֿ מיט זײַן דינאַמישער אַנטוויקלונג. די הילע און דער אינעווייניק זענען אילוסטרירט מיט בילדער און צייכענונגען פֿון דעם ישׂראלדיקן קינסטלער יאָסל בערגנער, וועלכער האָט 15 יאָר געלעבט אין אויסטראַליע. 130 זײַטן ענגליש, רעדאַקטאָר Arnold Zable ; 30 זײַטן ייִדיש - רעדאַקטאָר: משה אײַזענבוד. מעלבורן 2012. דער פּאַקנטרעגער. אויסגאַבע פֿון דעם ייִדישן ביכער־צענטער (געגרינדעט פֿון אַהרן לאַנסקי) אין אַמהערסט, פֿאַראייניקטע שטאַטן. ענגלישע (און אויך ייִדישע) טעקסטן מיט אַ ייִדישן טעם און אַ יונגן גײַסט, אָנגעפֿירט פֿון יונגע מענטשן און באַהאַנדלט די פּראָבלעמען און אופֿנים ווי אַזוי אײַנצופֿלאַנצן ייִדיש אין די הערצער און מײַלער פֿון ייִדישן פֿאָלק. אַרטיקלען פֿון אַהרן לאַנסקי א"אַ וועגן דעם פּראָיעקט פֿון דעם ביכער־צענטער איבערצוזעצן די ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. 48 זײַטן, Amherst The Yiddish Book Center, זומער 5772 / 2012 אויפֿן שוועל געזעלשאַפֿטלעך־ליטעראַרישער זשורנאַל , אָרגאַן פֿון דער ייִדיש־ליגע אין אַמעריקע. די צענטראַלע טעמע פֿון דעם נומער - ייִדיש אין ישׂראל: נעכטן, הײַנט און מאָרגן, באַהאַנדלט פֿון פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. הייבט זיך אָן מיטן ביז גאָר אינטערעסאַנטן אַרטיקל פֿון בנימין מר מאירסדאָרף א"ק "מיר איז גוט: איך האָב אַ צעשפּאָלטענע ייִדישע פּערזענלעכקייט". מיט אַ בינטל ארץ־ישׂראל־לידער - פֿון זלמן שזר ביז רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. ![]() 56 זײַטן, זומער-האַרבסט 2012, נומ' 357-356 ניו־יאָרק די צוקונפֿט - אָרגאַן פֿון דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, איז הײַנטיקס יאָר געוואָרן 120 יאָר און איז ממשיך די לעצטע יאָרן זיך אָנצוהייבן מיט דער סעריע "ייִדישע געשטאַלטן אויפֿן אַמעריקאַנער פּייזאַזש". דאָס מאָל ווערט אויפֿן ערשטן אָרט פֿון דער סעריע אינטערוויויִרט דער לינגוויסט ד"ר הערשל גלעזער, דער מיטדעקאַן פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ אין ניו־יאָרק. מיט אַ בילדערישן ליטעראַרישן עסיי פֿון דעם פֿילזײַטיקן פּען־מײַסטער, דעם רעדאַקטאָר פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער, דערשײַנט אין דעם נומער מיט אַ לענגערן אַרטיקל דער באַגאַבטער שרײַבער מישע לעוו. אין דעם נומער באַטייליקן זיך אויך מיט אַרטיקלען גענאַדי עסטרײַך וועגן מאַקס ווײַנרײַכן און דעם ייִוואָ, און כוליאָ בן־שמואל (זעט אויס פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך) וועגן דער נאָענטקייט צווישן חיים גראַדע און דעם חזון איש. מיט אַ קורצער דערציילונג דערשײַנט אין דעם נומער דער יונגער שרײַבער עמיל קאַלין. 48 זײַטן, ניו־יאָרק. ווינטער 2011. דער באַחנטער און באַטעמטער ייִדישער טעם־טעם דאָס פּעריאָדישע בלעטל פֿאַר ייִדיש־לערנערס, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, האָט אָנגעהויבן דערשײַנען מיט דרײַ־שפּראַכיקע פֿוסנאָטן - לטובֿת די ישׂראלדיקע ייִדיש־לערנערס, וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו דער לייענערשאַפֿט פֿון דעם באַלערנדיקן בלעטל.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען