![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
אונדזער מאַגאַזין ברענגט צום אויסדרוק אַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו די פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט און פֿון מדינת ישראל, וועגן איר אָרט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע, װי אויך פֿון די גרויסמאַכטן, די איסלאַמישע וועלט, די גלאָבאַליזאַציע-פּראָצעסן אדג"ל.
אין אַ ידיעה, װאָס איז דערשינען אין לאָנדאָנער "גאַרדיען" װערט איבערגעגעבן, אַז אין אַטען, די הויפּטשטאָט פֿון גריכנלאַנד, איז אין חודש אַפּריל ד"י אַנטהילט געװאָרן אַ דענקמאָל צום זכר פֿון דער שואה. דער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן נישט װײַט פֿון דעם צענטראַלן בית כנסת פֿון דער שטאָט, אין װעלכער עס זענען געװאָרן פֿאַרשפּאַרט די ייִדן פֿון אַטען און פֿון דאָרט אַװעקגעפֿירט צום אומקום אין די טויט־לאַגערן. גריכנלאַנד איז אַזויאַרום די לעצטע מדינה פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע, װאָס האָט אויפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל נאָך אירע 70 טויזנט ייִדישע בירגער, װאָס 65 טויזנט פֿון זײ זענען דערמאָרדעט געװאָרן אין אוישװיץ. ...די רעאַקציע פֿון דער װעלט אויף דער פּרשה פֿון דער פֿלאָטיליע קײן עזה האָט געקענט דינען װי אַ דערמאַנונג פֿאַר די ישׂראלים װאָס האָבן געלעבט מיט דער אילוזיע, אַז "עס איז נאָך קײנמאָל אונדז נישט געװען אַזוי גוט װי עס איז אונדז הײַנט". מיט אַזאַ צײַטונגס־קאָפּ, ציטירט פֿון דעם מיניסטער משה יעלון, דעם געװ. שעף פֿון גענעראַל־שטאַב, איז אַרויס דער ניו־יאָרקער ייִדישער " פֿאָרװערטס" (מיי 14-20 2010). דאָס זעלבע האָבן די ייִדן אויף דער וועלט געהערט פֿון דעם ישׂראלדיקן אויסער־מיניסטער און דאָס האָבן זיי אויפֿגענומען פֿון דער זעלבסטצופֿרידענער עופֿאָריע, װאָס עס האָט לעצטנס פֿון זיך אַרויסגעשטראַלט די רעגירונגס־ביוראָ, פֿאַרהוילנדיק פֿאַר אירע בירגער װאַס פֿאַר אַ קאָשמאַרנע זאַװערוכע עס גרייט זיך אויסטראַליע איז אַ פֿאָרגעשריטענע דעמאָקראַטישע מדינה, אין װעלכער די הערשנדיקע לייבאָר־פּאַרטיי האָט אײַנגעפֿירט אַ סיסטעם פֿון באַטײַטפֿולע סאָצ־ יאַלע רעפֿאָרמען. דאָס ריזיקע לאַנד מיט אַ קליינער באַפֿעלקערונג װײס נישט פֿון קיין מלחמות, הגם איר אַרמײ באַטייליקט זיך מיט קלײנע מיליטערישע אײַנהײטן אין די מלחמות פֿון אירע אײראָפּעיִשע פֿאַרבינדעטע, אין די מלחמות פֿון נאַט"אָ אין אַזיע.דאָך האָט די נײַע לידערין פֿון דער אויסטראַלישער אַרבעטער־פּאַרטיי געמאַכט געשיכטע, װערנדיק די ערשטע פֿרוי, װאָס איז אויסגעקליבן געװאָרן צו זײַן די פּרעמיער־מיניסטאָרין פֿון דעם לאַנד. זי איז אַלט 49 יאָר, געבוירן אין ענגלאַנד און צו פֿיר יאָר געקומען מיט אירע עלטערן קיין אויסטראַליע. נאָך דעם װי דער פֿריִערדיקער פּרעמיער קװין דאר האָט פֿאַרלוירן דעם חסד בײַם פֿאָלק, האָט זײַן אָרט איבערגענומען די פּאָפּולערערע דזשוליאַ גילאַרד. עס איז שוין איבער פֿופֿציק יאָר װי דער אַמעריקאַנער מיטלקלאַס לײַדט פֿון ענדערונגען אין דעם עקאָנאָמישן און פּאָליטישן לעבן פֿון אַמעריקע: נײַע עמיגראַציע־געזעצן האָבן אַרײַנגעבראַכט ביליקע אַרבעטס־קראַפֿט, װעלכע קאָנקורירט מיט די אָרגאַניזירטע אַרבעטער, װאָס זענען אַ גרויסער באַשטאַנדטייל פֿון דעם מיטלקלאַס; די קאָמפּיוטער־רעװאָלוציע האָט געשאַפֿן אַרבעטס־באַדינגונגען, אין װעלכע איין קאָמפּיוטער האָט פֿאָרטראָטן צען אַ רבעטער; די גלאָבאַלע עקאָנאָמיע האָט אַריבער געפֿירט גרויסע פֿאַבריקן אין לענדער, װוּ די לוינען זענען נישטיקע און מיליאָנען מיטלשטאַנד־אַרבע־ טער מוזן זוכן אַרבעט פֿאַר קלענערע לוינען; ריזיקע האַנדלס־צענטערס האָבן אַרויסגעשטויסן קלענערע געשעפֿטן; גרויסע אַגריקולטור־אונטער־ נעמונגען האָבן גוֹרם געװען באַנקראָטן פֿון קליינע לאַנדװירטשאַפֿטן און, דער פֿינאַנס־סעקטאָר, װאָס איז געװען דער גרעסטער עקאָנאָמישער סעקטאָר אין אַמעריקע, האָט באַקומען פֿרײַע הענט צו ספּעקולירן אויפֿן חשבּון פֿון די בירגער און האָט גוֹרם געװען, אַז משפּחות פֿון מיטלקלאַס האָבן פֿאַרלוירן זײערע הײַזער אָדער אָפּשפּאָרונגען, און נאָך אַנדערע פּלאָגן. אין פֿאַרלויף פֿון די איבער פֿופֿציק יאָר האָט דער מיטלקלאַס אויסגעדריקט זײַן אומצופֿרידנקייט דורך שטימען פֿאַר פּאָליטיקער פֿון דער אָפּאָזיציע. דאָס האָט אָבער װײניק געהאָלפֿן צוליב דעם, װאָס בײדע פּאַרטײען איינע פֿון די לעצטע פּאָליטישע סענסאַציעס אין װאַשינגטאָן איז געװען פּרעז' אָבאַמאַס באַזײטיקן פֿון זײַן פּאָסטן דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון די געמײנ־ זאַמע אַרמײען אין אַפֿגאַניסטאַן, דעם גענעראַל מאַקריסטאַל. די אַמעריקאַנער האָבן ליב זײערע גענעראַלן - אָבער נאָך דעם װי זיי װערן אויס גענעראַלן און װערן באַקאַנטע פּאָליטישע פֿיגורן. נאָך דעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג צװישן די צפֿונדיקע און דרומדיקע שטאַטן איז גענ' גראַנט, פּרעזידענט לינקאָלנס זיגרײַכער גענעראַל, אויסגעװײלט געװאָרן װי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז גענ' אײַזענהאַוער, דער באָזיגער פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, געװאָרן דער װען האָט די ייִדישע טראַגעדיע אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים אין ראַטנפֿאַרבאַנד זיך אַנט־ פּלעקט פֿאַר דער מערבֿדיקער װעלט, פֿאַר דעם מערב־ייִדנטום, אין איר פֿולן דעמאָנישן פֿאַרנעם, און פֿון װען איז דעם סאָװיעטישן ייִדנטום אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים דערלויבט געװאָרן צו באַװײנען איר טאָפּלטן חורבּן? עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע װערסיעס װעגן דעם, און חילוקי־דעות צװישן די סאװיעטאָלאָגן ביזן הײַנטיקן טאָג, מיטן אויפֿדעקן די אַרכיװן און מיטן געפֿינען יעדן טאָג אַלץ נײַע און נײַע דאָקומענטן, װאָס דעקן אָפ די מאַסקעס פֿון דעם פֿאַרשטעלטן קאָמוניסטישן טײַװל. דער שװערער אײַזערנער פֿאָרהאַנג, װאָס האָט זיך אַ ר אַפּגעלאָזט צװישן סטאַלינס אימפּעריע און דער מערבֿדיקער װעלט, האָט נישט צוגעלאָזט קיין פֿרײַע אינפֿאָרמאַציע צװישן בײדע װעלטן, און אויב עס האָט זיך אויסגעדאַכט אין די יאַרן פֿון דער ה יטלער־מלחמה און אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָך איר - האָט זיך אָבער די איזאָלאַציע פֿון דעם סאָװיעטישן ייִדנטום נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זינט דעם יאָר 1948, מיטן פֿאַרפֿעסטיקן זיך פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים אין די סאַטעליטן־לענדער אין מזרח־אײראָפּע. דעמאָלט האָט אויך, מיטן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס, זיך אָנגעהויבן די צװײטע כװאַליע פֿון די אַנטי־ייִדישע רדיפֿות אין דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. גענוי אַזוי װי די ייִדן אין דער מערבֿדיקער װעלט האָבן זייער װײניק געװוּסט װאָס עס קומט פֿאָר הינטער דעם |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען