![]() | ||||
| ||||
|
מײַ - יוני ,2010
|
אינפֿאָרמאַציעס וועגן דער אָנגייענדיקער קולטור-טעטיקייט פֿונעם "אַרבעטער-רינג" אין תּל-אבֿיבֿ, די רעגולערע באַגעגענישן, די פֿײַערונגען, דעם קלעפּפֿיש=כאָר , קינסטלער און פּרעלעגענטן וואָס טרעטן אויף פֿאַר דעם פּובליקום אויף די קולטור-. פֿרימאָרגנס און אונטערנעמונגען פֿון "אַרבעטער-רינג".
דער אָנדענק פֿון ד"ר מאַרעק עדעלמאַן, װעלכער איז געשטאָרבן דעם 2־טן אָקטאָבער 2009 אין װאַרשע, איז אויך געװאָרן אָפּגעמערקט אין דעם רעפֿעראַט פֿון ח' יצחק לודען אויף דער אײַנדרוקספֿולער און װירדיקער אָנדענק־אַקאַדעמיע צום יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה, װאָס איז אָפּגעריכט געװאָרן אין דעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון אַרטור זיגעלבוים בײַם אַרבעטער־רינג אין תל־אָבֿיבֿ. אין אַן ערנסטער שטימונג פֿון יראת הכּבֿוד פֿאַר די העלדן און מאַרטירער פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד און פֿון דעם גיהנום־לעבן אין די געטאָס און אין די לאַגערן פֿון פּײַן און אומקום, זענען אַ װאַרעמהאַרציקער סאַליוט פֿון ליבשאַפֿט און הויכער אָנערקענונג איז אויסגעדריקט געװאָרן דורך דעם קולטור־קרײַז פֿון אַרבעטער־רינג צוזאַ מען מיטן טעאַטער־שבט דעם מיטגליד פֿון אונדזער קרײַז, דעם דיכטער, איבערזעצער און קינסטלער משה סחר - פֿאַר זײַן שעפֿערישקייט אויף די אַלע שטחים, מיט דער פּען און מיטן פּענזל. אַ היפּשער עוֹלם חברים, פֿרײַנד און פֿאַרערערס האָט אויסגעפֿולט דעם זאַל אויף דעם סאַליוט־פֿרימאָרגן, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 28־סטן אַפּריל און אין װעלכן עס זײַנען לכּבוד אים אויפֿגעטראָטן די באַליבטע אַקטיאָרן פֿון דער
נישט באַװוּסטע עפּיזאָדן און פּרטים אין לעבן פֿון יוסף טרומפּעדאָר און זײַן "ראָמאַן" מיט ייִדיש, האָט אין זײַן גלענצנדיקער לעקציע פֿאַר דעם קולטור־קרײַז דעם 24.3.2010 אַרויסגעברענגט ד"ר בער (באָריס) קאָטלערמאַן פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט., װעלכער האָט באַגלייט זיין לעקציע מיט ליכט־בילדער און מאַפּעס. ער האָט צװ"אַנד דערצײלט, אַז טרומפּעלדאָר און זײַן חבֿר יצחק סערעבראָ האָבן אין יאָר 1905 אַרויסגעגעבן א רוסיש־ייִדישע אויסגאַבע א"נ "דער יודישער לעבן" אין טאַקײַשי, יאַפּאַן.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען