![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
איך האָב אַמאָל, שוין אַװדאי מיט אַ דרײַסיק אָדער פֿערציק יאָר צוריק, אַרײַנגעשטעלט אין מײַנעם אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישן זשורנאַל, אין אַ רעמל, דעם סלאָגאַן פֿון דעם פֿרוכטן־מאַרק: "קויף דעם שלום הײַנט, װײַל מאָרגן װעט ער װערן טײַער". אין קעגנזאַץ צו די פֿרוכטן אָדער אַנדערע סחוֹרות אויפֿן מאַרק, איז דער שלום פֿון תּמיד אָן געװען אַ טײַערע סחוֹרה, װאָס האָט אויך נישט געליטן, און לײַדט נישט, פֿון קיין אינפֿלאַציע - חוץ דעם אַבסטראַקטן באַגריסונגס־ און געזעגענונגס־װערטל "שלום", װאָס איז דװקא ביליק און "געניסט" גראָד יאָ פֿון דער אינפֿלאַציע. אָבער אויב עס רעדט זיך װעגן דעם באַגריף "שלום" װי דעם קעגנזאַץ צו מלחמה, און אויב מיר ווילן דאָ אָנווענדן דאָס באַקאַנטע בליצװערטל "בעסער שפּעטער אײדער קײַנמאָל נישט" - איז נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפן צפון און צװײ יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטײט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מזרח, זיך אויפֿגעװעקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען - און איז װידעראַמאָל געװאָרן אַװעקגעשטעלט אויף דער שװעל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געװאָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און און צווײ אַנדערע אויפֿן מערבדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געװאָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ., מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס. און - װי דאָס װאָלט געװען אַן אויטאָמאַטישער אָפּהילך, אַן עכאָ, האָט גלײַך אויפֿן דריטן אָרעם פֿון דעם געאָפּאָליטישן דרײַעק זיך אָפּגערופֿן דער צפֿונדיקער שכן, און קוילן פֿון לבנונישע סנײַפּערס האָבן דערהרגעט אַ ישׂראלדיקן הויכן אָפיציר אין רעזערװיסטן־דינסט און שװער פֿאַרװוּנדעט אַ צװײטן העכערן אָפֿיציר פֿון צה"ל. און דאָס אַלץ - אין אַ טריװיאַלן גרענעץ־קאָנפֿליקט װעגן די צװײַגן פֿון דרײַ בײמער
מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22.630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט װעלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. אײנער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געװאָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", װאָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברײטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום - און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהײַט. צװישן אָט די פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייטן לעבט און אַנטװיקלט זיך די מדינה אין אַ מין גן־עדן פֿון נאַראָנים, װי מען װאָלט נישט אונדז געמײנט, לעבנדיק מיט דער גאװה פֿון דעם זעקסטאָגיקן נצחון און פון דער הצלחה אין אַנטעבע, און אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליערס בעת די בּשותּפֿותדיקע מאַנעװרעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיװער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתּניהו, די ערשטע שׂריפֿה, װאָס איז במילא געװען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו װערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסער־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן װעט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן. צוזאַמען מיטן רויך פֿון דער פֿאַרלאָשענער שׂריפֿה איז אָבער געבליבן דער ריח פֿון דעם שאַרפֿן קאָנפֿליקט, װאס איז אויסגעבראָכן צװישן דעם העכסטן געריכט און דער פּאָליצײ, װעלכע געפֿינט זיך אונטער דער שליטה פֿון ליבערמאַנס פּאַרטײ, און דעם צוזאַמענשטויס צװישן דער עטיק און דער פּאָליטיק.
איך האָב אַמאָל געהאַט באַקרוינט מײַנעם אַ מאמר מיטן קעפּל: "צװישן עטיק, עסטעטיק און קאָסמעטיק", און כ'האָב אויף אַ פּראָװיזאָרישן אופֿן אַרויסגעבראַכט דעם מהות און דעם צוזאַמענהאַנג פֿון די דרײַ קאַטעגאַריעס |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען