![]() | ||||
| ||||
|
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2010
|
מיט אייניקע חדשים צוריק האָט פּוילן אָפּגע־ געבן דעם העכסטן כּבֿוד ד"ר מאַרעק עדעלמאַנען, דעם יידישן העלד פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. די העכסטע אָנפֿירערס פֿון דער פּוילישער רעגירונג, מיטן מדינה־פּרעזידענט בראש, האָבן זיך באַטייליקט אין זײַן לוויה, געהאַלטן רעדעס, אַ מיליטערישע איינהייט האָט אים סאַלוטירט מיט דרײַ ערן־סאַלװעס אויפן װאַרשעװער ייִדישן בית־עוֹלם אד"ל. ווײַל מאַרעק עדעלמאַן האָט פֿאַרשאַפֿט כּבֿוד סײַ דעם ייִדישן פֿאָלק און סײַ דער פּוילישער מדינה. דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער איז מיט בערך 25 יאָר צוריק געװאָרן באַלוינט מיטן " פּרס ישׂראל", װאָס איז די העכסטע אויסצייכענונג אין מדינת־ישׂראל - װײַל ער האָט מיט זײַן שאַפֿערישן טאַלאַנט פֿאַרשאַפֿט כּבֿוד דעם ייִדישן פֿאָלק װער איז שולדיק אין דעם שאַרפֿן קריזיס אין דער ישׂראלדיקער דערציִונג? װער איז שולדיק אין דער דראַסטישער הינטערשטעליקייט פֿון דער בילדונג אין ישראל און אין דעם, װאָס די תּלמידים פֿון די שולן אין ישׂראל זײַנען אין די לעצטע יאָרן אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די ערשטע ערטער און פֿאַרנע־ מען איצט די פֿערציקער ערטער אין די װעלט־ עקזאַמענס פֿון די שילער אין מאַטעמאַטיק און אין די רעאַלע לימודים. אין די זוכענישן פֿון אַ באַשײד פֿאַר אָט דעם רעטעניש װאָס זאָל אויפֿקלערן פֿאַר דער װעלט אָט דעם נײַעם נוסח פֿון "מציון תצא תורה" - איז ענדלעך אַרויסגעברענגט געװאָרן די אמתדיקע סיבּה פֿון דעם דאָזיקן פֿענאָמען: שולדיק זײַנען פֿאַרװאָס? װײַל דער זײער נידעריקער לערן־ ניװאָ אין די שולן פֿון דער אַראַבישער און נאָך מער פֿון דער בעדויִנישער באַפֿעלקערונג נידערט נאָך מער אַראָפ דעם אַלגעמיינעם דורכשניט פֿון דער בילדונג אין ישראל, און דאָס נאָך דעם עס איז נאָך קײנמאָל, דאַכט זיך, נישט געװען אַזוי טרעפֿלעך, אַזוי אַקטועל און צוגעפּאַסט צו דער פּאָליטישער װירקלעכקייט פֿון מדינת־ישׂראל דאָס װערטל, אַז "װען אַ נאַר װאַרפֿט אַריין אַ שטײן אין װאַסער, קענען אים צען חכמים פֿון דאָרט נישט אַרויסבאַקומען"- װי אין פֿאַל מיטן "דיפּלאָמאַטישן כּבוד־שפּיל" פֿון אבֿיגדור ליבערמאַנס פֿאַרטרע־ טער, דעם װיצע־אויסערן־מיניסטער דני אילון, און דעם בענקעלע, װאָס ער האָט אונטערגעשטעלט דער מדינה. דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט האָט געװאָלט די טערקן "אָפּטאָן אויף טערקיש" און "אָנלערנען" זײ פֿאַר דער אַנטיסעמיטישער העצע און אַנטי־ישׂראלדיקער פּאָליטיק פֿון זײער רעגירונג. אויספֿירנדיק די אינסטרוקציעס פֿון זײַן "באָס" דעם אויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבער־ מאַן זיך נישט צו לאָזן מער דערנידעריקן, האָט
דני אילון באַשלאָסן אַװעקצוזעצן דעם אַרויס־ גערופֿענעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר אויף אַ "נידעריק בענקעלע", דהיינו - אויף דער סאָפֿע, װאָס איז נידעריקער פֿון די פֿאָטעלן, אויף װעלכע עס װעלן זיצן קעגנאיבער דעם דיפּלאָמאַט דער ישראלדיקער װיצע־מיניסטער און זײַנע צװײ געהילפֿן. אויפֿן ליידיקן טישל צװישן דעם גאַסט און זײַנע גאַסטגעבערס װעט נישט זיין קיין כּיבּוד און אין מיטן אויפֿן טישל װעט פֿלאַטערן בלויז אַ מיט איר עפֿעקטיװער הילף פֿאר דער מוראדיק געשלאָגענער באַפֿעלקערונג פֿון האַיטי, דעם סאַמע אָרעמסטן לאַנד אויף דער װעלט אין איר גרויסן אומגליק, האָט מדינת־ישׂראל באַװיזן דער װעלט די ליכטיקע באַק פֿון איר פּנים, װאָס איז אַזוי װי די ליכטיקע זײַט פֿון דער לבֿנה. אמת, די הומאַניטאַרע הילף, װאָס די מדינה איז געװען אין שטאַנד צו דערלאַנגען דעם אומגליקלעכן פֿאָלק, איז געװען װי אַ מיקראָסקאָפּיש קליינטשיקער טראָפּן אין דעם אומגעהויערן ים פֿון די לײַדן, װאָס די נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע האָט פֿאַרשאַפֿט אָט דעם אומגליקלעכן פֿאָלק, װאָס לעבט מעבֿר לים, אויף אַ מהלך פֿון טויזנטער קילאָמעטערס װײַט, אויף יענער זײַט פֿונעם אָקעאַן. אויב די רעגירונג פֿון ישׂראל האָט געשטרעבט מיט אָט דער הילף צו געװינען כאָטש אַ טראָפּן פֿון דער פֿאַרלוירן געגאַנגענער סימפּאַטיע אין דער אַרומיקער װעלט אַ מין סאַטיספֿאַקציע, אַ שטיקל פֿאַרגיטיקונג פאר דעם גרויסן פּאָליטישן שאָדן, װעלכן זי לײַדט דער נאָמען בּאַראַק איז געװאָרן באַרימט אין ישׂראל זינט ער האָט זיך "אַנגעהאָנגען" אויך אויף עטלעכע באַרימט געװאָרענע מלוכישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע פּערענלעכקייטן. איינע פֿון זײ איז דער זײער געשאַצטער און בּכּבֿודיקער געװע־ זענער (ביז פֿאַראַיאָרן) פּרעזידענט פֿון בג"ץ - דעם העכסטן געריכט פֿאַר גערעכטיקייט, אהרון בּרק; דער צװײטער איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם עפֿנט־ לעכן באַװוּסטזײַן דער מנהיג פֿון דער ישראלדיקער אַרבעט־פּאַרטײ ("מפֿלגת העבֿודה''), געװעזענער פּרעמיער־מיניסטער און איצטיקער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, אהוד בּרק. צו די בײדע ישׂראלים האָט מיט איבער אַ יאָר צוריק זיך אַנגעשלאָסן אַ דריטער, דער העכסטראַנגיקער באַראַק, און דאָס איז - כוסײן באַראַק אָבאַמאַ, זינט אַ יאָר דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע און למעשה דער "באָס" פֿון דער הײַנטיקער װעלט. דער ערשטער פֿון די דרײַ, דער העכסטער ריכטער אהרן בּרק, װעלכער האָט מיט איבער אַ יאָר צוריק פּענסיאָנירט פֿון זײַן הויכן אַמט, צײכנט זיך אויס מיט זײַן עקשנותדיקן און קאָנ־ סעקווענטן קאַמף פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט פֿון דעם געריכטװעזן װען דער שלום־פּראָצעס "שטרײַקט" און געפֿינט זיך אין אַ צושטאַנד פֿון לעטאַרגיע, זעצט פֿאָר זײַן נישט־קאָנװענ־ ציאָנעלע מויל־מלחמה דער "הפֿקר־יונג פֿון מיטעלן מזרח", דער ויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבערמאַן. נאָך דעם שפֿלדיקן דערנידעריקונגס־צערעמאָניאַל פֿון זײַן געהילף־מיניסטער דני אילון קעגן דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר, פֿאַר װעלכן ער האָט געמוזט זיך צװײמאָ־ ליק אַנטשולדיקן, און נאָך זײַנע
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען