![]() | ||||
| ||||
|
יולי - אױגוסט ,2010
|
פֿאַקטן, דאָקומענטן און זכֿרוֹנות וועגן דעם אומקום און גבורה פֿון ייִדישן פֿאָלק אונטער דער הערשאַפֿט פֿון דער נאַצישער בעסטיע און אירע מיטהעלפֿערס בּעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. די וויכטיקע ראָלע וואָס עס האָבן אין די געטאָס, לאַגערן און אין ווידערשטאַנד געשפּילט די יונגע קעמפֿערס, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן, אין סקיף, צוקונפֿט און דער בונדישער באַוועגונג,
אין אַ ידיעה, װאָס איז דערשינען אין לאָנדאָנער "גאַרדיען" װערט איבערגעגעבן, אַז אין אַטען, די הויפּטשטאָט פֿון גריכנלאַנד, איז אין חודש אַפּריל ד"י אַנטהילט געװאָרן אַ דענקמאָל צום זכר פֿון דער שואה. דער דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן נישט װײַט פֿון דעם צענטראַלן בית כנסת פֿון דער שטאָט, אין װעלכער עס זענען געװאָרן פֿאַרשפּאַרט די ייִדן פֿון אַטען און פֿון דאָרט אַװעקגעפֿירט צום אומקום אין די טויט־לאַגערן. גריכנלאַנד איז אַזויאַרום די לעצטע מדינה פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע, װאָס האָט אויפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל נאָך אירע 70 טויזנט ייִדישע בירגער, װאָס 65 טויזנט פֿון זײ זענען דערמאָרדעט געװאָרן אין אוישװיץ. צום יאָרטאָג פֿון סטאַלינישן קולטור־פּאָגראָם 1. שלמה לאָזאָווסקי 8. דוד האָפֿשטיין
2. איציק פֿעפֿער 9. בנימין זוסקין. 3. יוסף יוזֿעפֿאָוויטש 10. יאַסאָן טאַלמי. 4. באָריס שימעליאָוויטש. 11. עמילי טעאומין 5. לייב קוויטקאָ 12. טשאַיקאַ וואַטענבערג-אָסטראָווסקי 6. פרץ מאַרקיש 13. אַליהו וואַטענבערג 7. דוד בערגעלסאַן
דאָס זײַנען די קרבּנות פֿון דעם סאָװיעטישן יוסטיץ־ מאָרד איבער דער קרוין פֿון דער ייִדישער קולטור אין דעם געװעזענעם קאָמוניסטישן ראַטנפֿאַרבאַנד - דעם נעכטיקן "לאַנד פֿון מאָרגן", אין װעלכן עס זײַנען אין יענער היסטאָריש־טראַגישער נאַכט באַגראָבן געװאָרן אַלע האָפֿענונגען אונטער דעם אָפּנאַרעריש־פֿאַרפֿירערישן דעספּאָטיזם פֿון דעם "פֿאָטער פֿון די פֿעלקער ". אין יענעם פֿאַרטאָג פון דעם 12־טן אויגוסט 1952 איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל פֿון דער מיליטערישער קאָלעגיע פֿונעם העכסטן געריכט אין ראַטנפֿאַרבאַנד איבער 13 פיֿרנדיקע טוערס פֿון דעם יידישן די ערשטע אַלאַרמען זינט דעם אָנהײב פֿון די סטאַליניסטישע אַנטי־ייִדישע רעפּרעסיעס מצד דער קאָמוניסטישער מאַכט מיטן פֿאַבריקירטן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלסן אין יאַנואַר 1948, האָט מען אין ראַטנפֿאַרבאַנד נישט געטאָרט באַװײנען דעם חורבּן פֿון ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע און דעם ביטערן גורל פֿון דעם ייִדישן קולטור־װעזן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. שפּעטער האָט מען נישט געטאָרט באַװײנען די קרבּנות פֿון דעם גרויזאַמען פֿאַ ר־ ברעכן פֿון דער סאָװיעטישער מאַכט: די קרבּנות פֿון דעם יוסטיץ־מאָרד פֿון 12־טן אויגוסט 1952. מיר ברענגען דאָ דעם "רוף צו דער ייִדישער עפֿנטלעכקייט", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין יאָר 1961 דורך דעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין אַמעריקע (פֿאַראייניקט מיט ציק"אָ) װעלכן מיר ציטירן פֿון דער צײַטשריפֿט "היימיש" פֿון יענעם יאָר: "אַ רוף צו דער ייִדישער עפֿנטלעכקייט" "מיט 9 יאָר צוריק, דעם 12־טן אויגוסט 1952, האָט די סאָװיעטישע רעגירונג פֿאַרמישפּט צום טויט 24 * ייִדישע שרײַבער, אַקטיאָרן, אינטעלעקטואַלן און איינעם פֿאַראורטיילט אויף לעבנסלאַנגער תּפֿיסה. מיט דעם אכזריותדיקן אַקט האָט דער סאָװיעטישער רעזשים דערגרײַכט דעם הויכפּונקט פֿון זײַן קאַמפּאַניע װען האָט די ייִדישע טראַגעדיע אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים אין ראַטנפֿאַרבאַנד זיך אַנט־ פּלעקט פֿאַר דער מערבֿדיקער װעלט, פֿאַר דעם מערב־ייִדנטום, אין איר פֿולן דעמאָנישן פֿאַרנעם, און פֿון װען איז דעם סאָװיעטישן ייִדנטום אונטער דעם קאָמוניסטישן רעזשים דערלויבט געװאָרן צו באַװײנען איר טאָפּלטן חורבּן? עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע װערסיעס װעגן דעם, און חילוקי־דעות צװישן די סאװיעטאָלאָגן ביזן הײַנטיקן טאָג, מיטן אויפֿדעקן די אַרכיװן און מיטן געפֿינען יעדן טאָג אַלץ נײַע און נײַע דאָקומענטן, װאָס דעקן אָפ די מאַסקעס פֿון דעם פֿאַרשטעלטן קאָמוניסטישן טײַװל. דער שװערער אײַזערנער פֿאָרהאַנג, װאָס האָט זיך אַ ר אַפּגעלאָזט צװישן סטאַלינס אימפּעריע און דער מערבֿדיקער װעלט, האָט נישט צוגעלאָזט קיין פֿרײַע אינפֿאָרמאַציע צװישן בײדע װעלטן, און אויב עס האָט זיך אויסגעדאַכט אין די יאַרן פֿון דער ה יטלער־מלחמה און אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָך איר - האָט זיך אָבער די איזאָלאַציע פֿון דעם סאָװיעטישן ייִדנטום נאָך מער פֿאַרשטאַרקט זינט דעם יאָר 1948, מיטן פֿאַרפֿעסטיקן זיך פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים אין די סאַטעליטן־לענדער אין מזרח־אײראָפּע. דעמאָלט האָט אויך, מיטן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס, זיך אָנגעהויבן די צװײטע כװאַליע פֿון די אַנטי־ייִדישע רדיפֿות אין דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. גענוי אַזוי װי די ייִדן אין דער מערבֿדיקער װעלט האָבן זייער װײניק געװוּסט װאָס עס קומט פֿאָר הינטער דעם באגעגעניש פֿון איבערלעבערס פֿון ה.ק.פּ. עטלעכע הונדערט װילנער פֿון דער שארית הפּליטה און צענדליקער געסט, און בראש פֿון זיי דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ליטע אין ישראל, ה' דאַריוס דעגאָטיס, האָבן זיך באַטייליקט אין דעם װעלט־ צוזאַמענפֿאָר פֿון װילנער, װאָס איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון 6־טן יוני און האָט געדויערט ביז דעם 11־טן יוני ד"י. די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דעם צוזאַמענפֿאָר איז פֿאָרגעקומען אין "בּית װילנא" אין תל־אבֿיבֿ. צװישן די פֿאַרזאַמלטע פֿון דער ייִדישער צעשפּ־ רײטונג זענען געװען די איבערגעלעבטע פֿון דעם אַרבעט־לאַגער ה.ק.פּ., װעמען עס איז געװען געװיד־ מעט דער כינוס, |
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען