![]() | ||||
![]() | ||||
| ||||
![]() | ||||
![]() |
![]() |
![]() |
![]() |
||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
יוסף טונקלס ירושלים
יעד ביראַן
"פֿאַרוואָס איז ירושלים תּמיד צוויי?"- האָט דער דיכטער יהודה עמיחי געפֿרעגט אין אַ ליד זײַנעם און אַרויסגעזאָגט דעם באַגער צו וווינען אין "אַ ירושלים פֿון מיטן", אָבער שוין יאָרן פֿאַר אים האָט דער ייִדישער הומאָריסט יוסף טונקל דיאַגנאָזירט די פּראָבלעם פֿון דער ירושלימדיקער טאָפּלטקייט און האָט געשריבן וועגן דעם אַזוי: "ירושלימס זענען פֿאַראַן צוויי: נײַ־ירושלים און אַלט־ירושלים. נײַ־ירושלים איז נײַ און אַלט־ירושלים איז אַלט און אין ביידע קאָן מען נישט וווינען. אין ערשטן - ווײַל עס איז צו נײַ און אין צווייטן - ווײַל עס איז צו אַלט" (פֿאָרט אַ ייִד קיין ארץ־ישׂראל, ז' 149). יוסף טונקל, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער טונקעלער", איז געווען אַ שעפֿערישער הומאָריסט און אַ שאַרפֿער סאַטיריקער. אין יאָר 1931 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און געשיקט פֿון דאַנען אַרטיקלען צום וואַרשעווער "מאָמענט" און שפּעטער האָט ער זיי אויך אײַנגעזאַמלט אין אַ בוך. ווי אַזוי האָט אַ ייִד אַ סאַטיריקער פֿון וואַרשע געזען די ווירקלעכקייט אין פּאַלעסטינע? פֿאַרשטייט זיך מיט אַ סך הומאָר ווי אויך מיט ערנסטער קריטיק... קיין ירושלים איז ער געפֿאָרן נאָך זײַן באַזוך אין תּל־אַבֿיבֿ. די ערשטע העברעיִשע שטאָט זעט אויס גיכער אין זײַנע אַרטיקלען ווי אַ ייִדישע שטאָט אין ייִדישלאַנד און נישט דווקא אַ ריינע העברעיִשע שטאָט. אפֿשר איז דערפֿאַר געווען אַזוי שווער פֿאַר אים צו פֿאָרן פֿון דאָרטן צו דער הייליקער ירושלים. די פּראָבלעם מיט ירושלים איז אַז דער מיטאָס וואָס איז צוגעבונדן מיט איר איז אַזוי גרויס אַז די ווירקלעכקייט קאָן זײַן אַנטוישנדיק: "איך בין נישט געלאָפֿן תּיכּף קיין ירושלים. דאָס באַוווּסטזײַן אַז אין איין שעה רײַזע קאָן איך זײַן אין אָט דער אייביקער שטאָט, נאָר איך וויל נישט - האָט מיר שטאַרק הנאה געטאָן. איך האָב מיך אַליין געהאַלטן אין דער זיסער שפּאַנונג. דאָ בײַ מײַן שוועל שטייט דאָס גרויסע ירושלים און פֿאַר אַכט פּיאַסטער קאָן מען אַהין צופֿאָרן. וויפֿל מענטשן קאָנען באַווײַזן אַזאַ זאַך? נישט פֿאָרד, אַפֿילו נישט ראָקפֿעלער קאָנען נישט מניה־וביה אין אַ שעה צײַט אַרײַנכאַפּן זיך קיין ירושלים. איר פֿאַרשטייט? אין ירושלים! ניין, איר פֿאַרשטייט עס נישט. איר קאָנט עס נישט באַגרײַפֿן. איך וועל מוזן דאָס וואָרט 'ירושלים' צעוואַרפֿן, אָדער ווי דער בחור־הזעצער רופֿט עס: 'לאָזן די אוֹתיות שפּאַצירן': י־ר־ו־ש־ל־י־ם! איצט פֿאַרשטייט איר שוין! איך בין דאָ בײַם טויער פֿון דער עיר־חמדתנו, די שטאָט וואָס איז אַזוי אַלט, אַזוי היסטאָריש און אַזוי אייביק! [...] איצט האָב איך די מעגלעכקייט אָנצוקוקן דאָס גרויסע וווּנדער, נאָר איך וויל נישט. איך האָב צײַט" (ז' 140). ווי מיט אַלץ וואָס דער טונקעלער האָט געשריבן וועגן ארץ־ישׂראל קאָן מען כּמעט טראַכטן, אַז ער מיינט דאָס ערנסט. זײַן דערקלערונג קלינגט כּמעט לאָגיש, אפֿשר נאָר אַ ביסל קאָמיש, אָבער ניצן פֿאָרד און ראָקפֿעלער און דאָס וואָרט "י־ר־ו־ש־ל־י־ם" כּדי צו דערקלערן פֿאַר וואָס ער וויל נישט באַזוכן ירושלים איז אָן ספֿק סאַטיריש און האָט צו טאָן מיט דעם גרויסן תּהום צווישן מיטאָס און וואָר. ווען טונקל איז סוף־כּל־סוף אָנגעקומען קיין ירושלים האָט ער אַנטדעקט, ווי געזאָגט, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי ירושלימס. ער האָט געוווינט אין האָטעל וואַרשאַווסקי אויף כּיכּר ציון, האָט פֿאַרבראַכט די צײַט אין קאַפֿע ווין אין אָט דעם בנין, און די דאָזיקע נײַע ירושלים האָט בכלל נישט געהאַט קיין טעם פֿון אַ י־ר־ו־ש־ל־י־ם. נאָך אַלץ איז עס געווען זייער ענלעך צו אַ סך אַנדערע שטעט אין דער וועלט: "נײַ ירושלים האָט אַ נאַטור, מען קאָן זײַן אין ירושלים און נישט וויסן אַז מען איז אין ירושלים. מען קאָן וווינען אין האָטעל 'וואַרשאַווסקי' וואָס דערמאָנט שטאַרק אַ האָטעל אין טאָמאַשאָוו; זיצן אין קאַפֿע 'ווין', טרינקען פֿראַנצויזישע קאַווע און הערן אַ ניו־יאָרקער דזשאַז־באַנד, בלעטערן די זשורנאַלן 'גראַפֿיק', 'אוהו', 'לאַ ווי פּאַריזיען', 'די עלעגאַנטע וועלט', 'קינאָ זשורנאַל', 'בערלינער אילוסטרירטע', רעדן וועגן וואַרשעווער פּליאָטקעס און נודיען און נודיען זיך ווי אומעטום אין אַ וועלכער־עס־איז שטאָט פֿון אייראָפּע. אַזוי טוען מיר טאַקע. [...] נאָר פּלוצלינג קוק איך אַרויס פֿון פֿענצטער און דערזע די ריזיקע מויערן־ווענט וואָס רינגלען אַרום די אַלטע שטאָט מיט דעם גרויסן טורעם פֿון מצודת־דוד און די רויִנען פֿון הורדוס־פּאַלאַץ מיטן שפּיץ פֿון אָמאַר־מעטשעט. דערמאָנט מען זיך אַז אָט דאָ בײַ דער זײַט איז דאָך דאָס גרויסע אַלטע ירושלים און מען זאָגט צו זיך אַליין: בטלן! טיפּש! צוליב דעם ביסטו געקומען קיין ירושלים, דאָס קאָנסטו דאָך טאָן אין וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין. געגאַנגען זאָל ווערן!!!" (ז' 150). איז טונקל אַרויסגעגאַנגען זוכן די אמתע ירושלים אין דער אַלטער שטאָט, אָבער דאָרט האָט ער אַנטדעקט אַז זי איז... צו אַלט. די מאָלערישע געסעלעך פֿון דער אַלטער שטאָט זענען אפֿשר אַ גן־עדן פֿאַר קינסטלערס (און אין איין ווינקל האָט ער טאַקע געטראָפֿן שאַגאַלן וואָס איז אויך געווען אין לאַנד דעמאָלט) אָבער ס'איז זייער שווער צו לעבן אַ נאָרמאַל לעבן דאָרט. נאָך זײַן באַזוך אין דער אַלטער שטאָט האָט טונקל פֿאַרשטאַנען אַז דער כּוֹח פֿון ירושלים און דער סוד פֿון איר חן איז דווקא אירע חורבֿות: "ס'איז ווירקלעך אַן אַנטיק פֿון אַ שטאָט. אַזוי אַלט און אַזוי חרובֿ און אַזוי וויסט אַז עס פֿאַרנעמט אַן אויג. פֿאַראַן שטעט וואָס זענען שיין מיט זייערע אויפֿבויונגען און פּאַלאַצן. אַלט־ירושלים איז הערלעך מיט אירע חורבֿות און רויִנען. אַלט־ירושלים וואָלט געווען זייער העסלעך ווען זי זאָל געווען אויסזען אַזוי שיין ווי פּאַריז. אַלט־ירושלים איז אָבער אַלט, חרובֿ, גרוי, און דערפֿאַר האָט זי דעם זיבעטן חן און טויזנטער טעמים. [...] נישט אַזוי לײַכט אָבער איז אָנגעקומען צו מאַכן ירושלים פֿאַר אַזאַ אַלטער חרובֿער שטאָט. קוֹדם־כּל האָט געהאָרעוועט די צײַט אַליין בכבֿודה ובֿעצמה; אפֿשר דרײַ טויזנט יאָר האָט די צײַט געאַרבעט אַז ירושלים זאָל אַלט ווערן 3000 יאָר. נאָכדעם האָבן געהאָרעוועט פֿאַרשידענע מלכים און חיילות, הונדערטער טיראַנען, האָרדעס און באַנדעס; דוֹרות האָבן געשטראָכן, געברענט, געצונדן, ווער מיט מער דערפֿאָלג, ווער מיט ווייניקער, ווער עס האָט חרובֿ געמאַכט ביזן יסוד, ווער - פֿון אויבן־אויף; אַ מאָל - פֿרעמדע, אַ מאָל - אייגענע, אַ מאָל אויך בשותּפֿות מיט אַנדערע, אַ מאָל צווישן זיך [...] און אַלע צוזאַמען האָבן אויפֿגעשטעלט דאָס גראַנדיעזע ווערק, דאָס וווּנדערבאַרע געטלעך־רויִנירטע ירושלים" (ז' 153). טונקלס אַרטיקלען פֿון ירושלים שטעלן צוזאַמען די דערציילונג פֿון אַ דורכפֿאַל: אַן אוממעגלעכקייט צו לייגן אַ בריק איבער דעם תּהום צווישן דעם אַלטן מיטאָס און דער מאָדערנער ווירקלעכקייט. אין זײַן לעצטן אַרטיקל פֿון ירושלים האָט טונקל געשריבן וועגן זײַן באַזוך בײַם כּותל־מערבֿי. עס דאַכט זיך אַז דאָס אָרט האַלט אין זיך די גאַנצע שפּאַנונג פֿון ירושלים. ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט שטרעבן נאָך דעם כּותל, אָבער אין דער זעלבער צײַט איז זײַן אָרעמער אָנבליק מיט די קבצנים און ווייניקע אַלטע ייִדן געווען זייער פֿרעמד פֿאַר אַ סך מאָדערנע ייִדן. דער פֿראַגמענט וואָס טונקל האָט אָנגעשריבן וועגן דעם איז קאָמיש און רירנדיק צו גלײַך און שפּיגלט אָפּ גענוי די מאָדערנע ייִדישע איבערלעבונג: "עס ווערט מיר טרויעריק אויפֿן האַרצן: איז דאָס אַלץ וואָס איך זע אַ רעאַל בילד, נישט קיין חלום... און דאָס אַלץ איז דאָך מײַנס. מײַן וואַנט, מײַנע ברידער; און אָט די וויינער זענען דאָך נישט פֿון קיין אַנדער פֿאָלק, נאָר מײַנע ייִדן. און ווי בין איך מקנא די פֿרעמדע אייראָפּעיִשע צושויער, אָט די טוריסטן וואָס קומען פֿון זייערע לענדער, שטייען בײַ דער זײַט מיט זייערע קאָדאַק־אַפּאַראַטן, 'באַאָבאַכטן' דורך לאָרנעטקעס, פֿאָטאָגראַפֿירן - ווי ייִדן וויינען. איך קאָן אַזוי נישט. איך בין טאַקע אַן אייראָפּעער אין ברילן און מיט אַ קראַוואַט, אָנגעפּאָמפּעט מיט ציוויליזאַציע און אָנגעזופּט מיט קולטור און וועלטלעכקייט און מאָדערניזם, אַ מיטגליד פֿון דער פֿרײַנטלעכער ציוויליזירטער וועלט־משפּחה, מיט אַלע מײַנע אויסגעקעמפֿטע גליקן, נאָר עפּעס זאָגט מיר ווער אין האַרצן: נישקשה, דו אייראָפּעיִשער טונקל, מעגסט אויך צופֿאַלן צו דער וואַנט, מעגסט אויך לאָזן אַ טרער צוזאַמען מיט דײַנע ייִדן. די בראָך איז גרויס... מיט אַ שווער געמיט פֿאַרלאָז איך דעם פּלאַץ. אַ מערכה מײַן באַקאַנטער, דער אַמעריקאַנער האַרי קאָהען, דער מאַנופֿאַקטשערער פֿון פֿילאַדעלפֿיע גייט אויך מיט מיר. ער און זײַן מיסעס און זײַן ייִנגעלע מיטן 'קאָדאַק'. ער הײַטערט מיך אויף: געפֿינען אַן אָרט - זאָגט ער - וווּ אַוועקצושטעלן אַזאַ טײַערע זאַך ווי דעם כּותל־מערבֿי. אַזאַ זאַך האָט מען באַדאַרפֿט אַוועקצושטעלן בײַ אונדז אין אַמעריקע אין קוני־אײַלאַנד. מיר וואָלטן דערפֿון שוין איינמאָל געמאַכט אַ צאַצקע! מיר וואָלטן עס אָפּגעשמירט מיט גאָלדענער פֿאַרב, אַרומגעפּוצט מיט קאָלירטע עלעקטרישע לעמפּלעך. איך וואָלט עס דער ערשטער גענומען אין אַרענדע! דער צוגאַנג זאָל זײַן אויף בילעטן. איך וואָלט אפֿשר געמאַכט אַ פֿאַרמעגן!" (ז' 175) טוט אַ קוק אויך אויף מײַן וועבזײַטל:
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען