| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
אַ קער אויף לינקס אין אמעריקע?
מ–ס, ניו יאָרק
דער כּמעט אומדערוואַרטער נצחון פֿון דע בלאַזיאָ, דעם נײַ‑געװײלטן מעיאָר פֿון דער שטאָט ניו‑יאָרק אין די מוניציפּאַלע װאַלן, האָט געשאַפֿן אַ הײַטערע אַטמאָספֿער אין די פֿאָרגעשריטענע קרײַזן אין דער שטאָט. זײַן װאַל‑ פּראָגראַם איז געװען אַן אויסגעשפּראָכן "פּראָגרעסיװער", װי די ליבעראַלן רופֿן זיך הײַנט אין אַמעריקע. ער האַלט, אַז דער אונטערשײד צװישן דעם הײפֿל מיליאָנערן אין ניו‑יאָרק און די אַרבעטער, װעלכע קענען זיך כּמעט נישט קײן עצה געבן צו באַשפּײַזן זײערע משפּחות און אײַנהאַלטן אַ מינימאַלן לעבן‑סטאַנדאַרט, צו װעלכן זײ האָבן געהאַט זיך צוגעװױנט, איז אַזאַ גרויסער, אַז זײ דערלאָזן נישט דעם סאָציאַלן שטײַגן, װאָס איז אַזוי כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. איז דע באַלעזיאָ געקומען מיט אַ גאַנץ באַשײדענעם פֿאָרשלאַג: פֿאַרגרעסערן די שטײַערן פֿון די מיליאָנערן, כּדי צו פֿינאַנסירן קינדער‑גערטנער פֿאַר די גאָר קלײנע קינדער פֿון דער שטאָט. "פֿאַרגרעסערן די שטײַערן" - איז אַ סם‑געטראַנק פֿאַר די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער. און דע באַלעזיאָ װעט מסתּמא האָבן שװעריקײטן דאָס אַדורכצופֿירן, װײַל לויט די ניו‑יאָרקער שטאַאַט‑געזעצן מוזן די שטאָטישע שטײַערן װערן באַשטעטיקט דורך דעם שטאַאַט‑פּאַרלאַמענט. און כאָטש דער שטאַאַט‑גובערנאַטאָר קואָמאַ איז אויך אַ "ליבעראַלער" (אָבער װײניקער "פּראָגרעסיװ" װי דע באַלעזיאָ...) מוז ער זיך רעכענען מיט די רעכט‑געשטימטע װײלער פֿון די צפֿון‑געביטן אינעם שטאַאַט, און ער װעט זיכער זײַן פֿאָרזיכטיק מיט "העכערע שטײַערן" בּעת זײַן קומענדיקער װאַל‑קאַמפּאַניע. אָבער אינעם שטאַאַט ניו‑יאָרק הערן זיך פּאָפּוליסטישע שטימען. קואָמאַ האָט נאָמינירט אַ קאָמיסיע, װאָס פֿאָרשט דעם כאַבאַר אין אָלבאַני, די הויפּט‑שטאָט פֿון דעם שטאַאַט ניו‑יאָרק. און ס'הערן זיך קלאַנגען װעגן רעפֿאָרמירן די װאַל‑געזעצן, װאָס דאָס װאָלט אָפּגעשטעלט דעם שטראָם פֿון דאָלאַרן פֿאַר רעאַקציאָנערע קאַנדידאַטן. און בײדע סענאַטאָרן אין פֿעדעראַלן סענאַט אין װאַשינגטאָן (יעדער שטאַאַט, גרויס צי קלײן שיקט, לויט דער קאָנסטיטוציע, צװײ סענאַטאָרן קײן װאַשינגטאָן) זײַנען זײער ליבעראַל. אָבער, צי איז די דאָזיקע (לינקע) אײַנשטעלונג סימפּטאָמאַטיש פֿאַר דער שטימונג אין לאַנד? געװײנטלעך װאָלט דאָס אַזוי נישט געװען: ניו‑יאָרק, גאָר באַזונדער די שטאָט ניו‑יאָרק, האָט שטענדיק געהאַט אַ גרויסע מערהײט דעמאָקראַטן אין די װײלער-ליסטעס און האָט שטענדיק געהאַט אַ שם פֿון אַ "ליבעראַלער" שטאָט, כאָטש זי פֿלעגט אָפֿטמאָל װײלן אומאָפּהענגיקע קאַנדידאַטן פֿאַר זײער מאַיאָר. דאָס מאָל איז עס אַ ביסל אַנדערש: די משונהדיקע שאַנטאַזש‑פּאָליטיק פֿון די רעפּובליקאַנער, באַזונדערס אין די לעצטע פּרײַמעריס, װען זײ האָבן אַרויסגערוקט טראַגיש-קאָמישע פֿאָרשלאַגן - למשל אַויסטרעטן פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַאַטן - האָבן צום סוף דערפֿירט דערצו, אַז די װײלער האָבן זיך פֿון זײ אָפּגעקערט. דאָס באַװײַזן כּמעט אַלע סטאַטיסטישע פּובליק‑טעסטן, װאָס זײַנען אַזוי באַליבט בײַ די אַמעיקאַנער פּאָליטיקער. די באַפֿעלקערונג האָט פֿײַנט די שאַנטאַזש‑פּאָליטיק פֿון די רעפּובליקאַנער אין דעם אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַנטן‑הויז. זײער קאַמפּאַניע קעגן אָבאַמאַס געזונטהײט‑געזעץ, װעלכן דער העכסטער געריכט האָט דערקלערט אַלס "לעגאַל", און די רעפּובליקאַנער מאַניפּולאַציעס אין די שטאַאַטן, װוּ זײ האָבן אַ מערהײט, אין די שטאַאַט‑ אָדער שטאָט‑פֿאַרװאַלטונגען דורכצופֿירן געזעצן, װאָס װאָלטן געשטערט זײערע שונאים - די "שװאַרצע און לאַטינאָס" - צו שטימען אין די װאַלן. חוץ דעם האָט דער װיכוח אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי - װי אַזוי צו געװינען די שטימען פֿון די דעמאָגראַפֿישע סעגמענטן, װעלכע האָבן געשטימט פֿאַר אָבאַמאַן - פֿרויען און מינדערהײטן, װאָס װערן פֿאַרשריגן דורך דער "טײ‑פּאַרטי" אַלס "אַנטי-קאָנסערװאַטיװ" - פּאַראַליזירט די גאַנצע פּאַרטײ. דערצו איז איצט דער פּױפּסט אַרויסגעקומן מיט זײַן פּאָפּוליסטישער רעדע װעגן באַקעמפֿן די אַרעמקייט, אַזוי װי ער װאָלט געשטיצט די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטן... אָבאַמאַ האָט, װײַזט אויס, דערפֿילט די שטימונגען אין לאַנד און ער איז געװאָרן דער "אַלטער אָבאַמאַ" פֿון זײַן ערשטן נצחון װען ער האָט פֿאַרכאַפּט די יוגנט מיט זײַנע רעדעס און מיט זײַנע פֿאָרשלאַגן. ער איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ שאַרפֿער רעדע קעגן די רעפּובליקאַנער, אין װעלכער ער האָט נישט נאָר פֿאַרטײדיקט זײַן געזונטהייטס‑ געזעץ, נאָר אויך צוגעזאָגט צו שטיצן און פֿאַרש טאַרקן די פּאָפּוליסטישע פֿאָרשלאַגן פֿון דע ם פּראָגרעסיװן לאַגער: העכערן דעם "מינימום‑לוין" פֿאַר נישט‑געשולטע אַרבעטער, דורכפֿירן אַ נײַעם אימיגראַציע‑געזעץ, אאַז"װ. און אויב דער צײַטװײַ-ליקער אָפּמאַך מיט איראַן װעט זיך אַרויסװײַזן אַלס הצלחה, װעט זײַן אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטיק שטאַרק געלויבט װערן, נישט געקוקט אויף די מיליטאַנטישע אַרויסטרעטונגען פֿון נתּניהו... די טײלװײַזע קאָנגרעס‑װאַלן אין 2014 װעלן באַװײַזן, צי אַמעריקע האָט זיך באמת אַ קער געטאָן אויף לינקס.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען