| ||||
יאַנואַר - פֿעברואַר ,2016
|
ײדישע פֿאַרלײקענערס פון דעם װאַרשעװער געטאָ-אויפֿשטאַנד
יצחק לודען
פּאַראַלעל צו דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון דעם קאָלעקטיװן באַװוּסטזיין װעגן דעם חורבּן פֿון ייִדישן פֿאָלק, אונטער דעם אָנגענומענעם באַגריף "שואה" אָדער האָלאָקאָסט", גײט אָן אין משך פֿון די זיבן צענדליק יאָר זינט יענער פֿינצטערער עפּאָכע פֿונעם נאַצישן מאָרד-שיגעון דער פּראָצעס פֿון פֿאָרמירן זײַן היסטאָרישן נאַראַטיװ, זײַן פֿאַרנעם און זײַן אוניװערסאַלע חשיבֿות. יעדער איינער טײַטשט אים אויס לויט זײַן אײַנזען, לויט זײַן באַנעם. אָנהייבנדיק פֿון פֿאַרבײַטן דעם 19-טן אַפּריל אויף כ"ז בניסן אין דעם געזעץ פֿון "יום השואה והגבורה" דורך דער מדינה. אַ חשובֿן חלק אויפֿן װעג צו דער פֿאַרמינערונג פֿון דער שואה האָבן געהאַט די דרשות פֿון די רעליגיעזע "גײַסטיקע אויטאָריטעטן", דעם ראש הישיבה הרב אליעזר שאך און דעם געװעזענעם אויבער-ראַבינער פֿון ישׂראל, דעם ראשון לציון הרבֿ עובדיה יוסף, װעלכע האָבן געדרשנט, אַז דאָס האָבן די זעקס מיליאָן ייִדישע קרבּנות אַלײן אויף זיך גענומען די שטראָף באַצאָלנדיק מיט זייערע לעבנס פֿאַר די חטאים פֿון "די כּופֿרים װאָס היטן נישט אָ פּ שבת און עסן טריפֿה..". אַ מין "תּג מחיר", אַ געטלעכער פּרײַז-עפּיטעט פֿאַר די חטאים פֿון אַנדערע, אויפֿן מזבח פֿון דער שואה; דאָס נישט װעלן פֿון די "גײַסטיקע מנהיגים" מיטבאַטייליקן די פֿאַנאַטיש-פֿרומע אין די מלוכישע אָנדענק-אַקטן, אײַנגלידערנדיק די שואה אין דעם אַלגעמיינעם טאָג פֿון קדיש. און לסוף: דאָס סיסטעמאַטישע פֿעלשן און פֿאַרקריפּלען דעם נאַראַטיװ — צי דורך אײנזײַטיקער געשיכטע, צי דורך פּאַרטיייִשן מאָנאָפּאָליזירן די גבֿורה, װי עס האָט דאָס געטאָן דער "קאַזיאָננער" היסטאָריקער פֿון דער שואה ישראל גוטמאן, און דורך דראָען און פֿאָכען מיט דער שואה פאַר אייגענע פּאָליטישע באַדערפֿענישן, ווי עס טוט דאָס בײַ יעדער געלעגנהייט דער ישראל-פּרעמיער בנימין נתּניהו — און ביז דער פֿולער פֿאַרלייקענונג פֿון דעם חורבן, װי עס טוען דאָס די אַנטיסעמיטישע היסטאָריקער און פּאָליטיקער, װי דייװיד אירווינג, אַכמעדינעדזשאַד א"אַנד.. איצט קומט אַ נײַער בר-סמכא און טענהט, אַז דער אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ איז אַן אויסגעטראַכטער מיטאָס, אַ זאַך װאָס איז בכלל נישט געװען! נאָך מער: ער באשולדיקט די באַטייליקטע אינעם אויפֿשטאַנד (װאָס איז, לויט אים, "נישט געװען") און װאַרפֿט אַרויף אויף דעם "קליינעם הײפֿל” קעמפֿער די אַחריות פֿאַר דעם אומקום פֿון צענדליקער טויזנטער ייִדן אין דער ענדגילטיקער ליקװידאַציע פֿון װאַרשעװער געטאָ. װער האָט עס באַפֿולמעכטיקט די פּאָר הונדערט יונגעלײַט צו באַשטימען דעם גורל פֿון 50 טויזנט יידן? — פֿרעגט ער מיט תמעװאַטער תמימות. און ער פּרעזענטירט זיך װי אַ באַגלויבטער עדות, װאָס האָט געלעבט אין װאַרשע און האָט איבערגעלעבט דעם ייִדישן חורבן. "װי אײנער װאָס האָט אַדורכגעמאַכט דעם חורבן אין פּוילן — און האָט איבערגעלעבט — ..... פיל איך זיך תּמיד אומבאַקװעם צוליב דעם אופֿן װי אַזוי דער חורבן װערט פֿאָרגעשטעלט און געשטאַלטיקט אין אונדזער זכרון. דער מיטאָס פון דעם אויפֿשטאַנד איז דערויף דער בוֹלטסטער בײַשפּיל"... מיט אָט די װערטער עפֿנט אַ געװיסער עלי גתּ זײַן אַרטיקל אונטערן קעפּל "װאַרשעװער געטאָ-אויפֿשטאַנד — נישט געװען אַזאַ זאַך” (" האַרץ", 0.12.2014. 2 ). דאָס פֿאָרשטעלן זיך װי אַן אָנװעזנדיקער עדות און דאָס באַנוצן זיך מיט פֿאַקטן איז אַן איבערצײַגנדיקער מעטאָד אין אַן עפֿנטלעכער פּאָלעמיק. אָבער האַלבע אמתן זײַנען געפֿערלעכער פֿון גאַנצע שקרים, צוליב זייער פּאָטענציעלער באַגלויבטקייט. מיט אָט דעם מעטאָד באַנוצט זיך עלי גתּ, דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, װעלכער פּרוּבירט דורך דעם באַגרינדן זײַן טעאָריע װעגן אַ מכּלומרשטער "סטראַטעגיע פֿון איבערלעבן" װאָס זאָל האָבן געהערשט אין געטאָ װי אַן אויסדרוק פֿון קאָלעקטיװער העלדישקייט — אין קעגנזאַץ צו די אונטערגרונט-באַװעגונגען און זײער באַגער אַרײַנצוטרעטן אין קאַמף — אַ זאַך, װאָס האָט באַדראָט דאָס לעבן פֿון די געטאָ-אײַנװוינער. דער אינסטינקט פון װעלן אויסהאַלטן און איבערלעבן איז אַ נאַטירלעכער אינסטינקט און אַ מענטשלעכע נויטװענדיקייט פֿאַרן יחיד. אָבער פֿאַר- װאַנדלען דאָס אין אַ ”קאָלעקטיװער סטראַטעגיע” — דאָס איז שוין אַ װילדע איבערטרײַבונג. דאָס איז געװען לרובֿ דער מאָטיװ פֿון די פֿרומע זיך צו פֿאַרלאָזן אויפֿן אויבערשטן אין הימל, בעת דאָס רופֿן צו װידערשטאַנד און קאַמף איז געװען אַ חטא. װײסן מיר דאָך, אַז אויף דער װאַנזעע-קאָנפֿערענץ אין יאַנואַר 1942 האָבן די נאַצישע מנהיגים פֿון דײַטשלאַנד באַשלאָסן דורכצופֿירן די טאָטאַלע פֿאַרטיליקונג פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק - אַ באַשלוס װאָס איז דערמעגלעכט געװאָרן אונטערן שוץ-מאַנטל פֿון דער מלחמה, און אַז נאָר די מלחמה פֿאַרחיה'שט דעם מענטש און באַפֿרײַט אים פֿון אַלע מאָראַלישע העמונגען, װאָס צוימען געװײנלעך אַפֿילו דעם חיה-מענטש. אַזויאַרום איז דער גורל פֿון אַלע ייִדן אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע געװען געחתמעט און אַלע זײַנען מיר געװען פֿאַרמשפֿט צום טויט. און כדי מעגלעך צו מאַכן אַזאַ מאַסן-שחיטה פֿון מיליאָנען צום טויט פֿאַרמשפּטע ייִדן, האָט די דײַטשישע מאָרד-סטראַטעגיע זײ אויסגעהונגערט און אויסגעפּײַניקט אין די געטאָס און אין די לאַגערן פֿון טויט און פּײַן, כּדי צו מאַכן זיי אומפֿעיק צו יעדן װידערשטאַנד. איז דאָס געװען עלי גתּס ייִדישע איבערלעבונג-סטראַטעגיע קעגן דעם מעכטיקן געפּאַנ- צערט-מאָטאָריזירטן דײַטשישן קריגס-מאָנסטער? אָבער עלי גתּ האָט נישט געקענט זײַן קײן עדות פֿאַר זײַן אומגעלומפּערטער טעאָריע, װײַל, אַ געבוירענער אין 1932 איז ער אַלט געװען סך הכל עלף יאָר װען ער איז פֿון זײַן ליקווידירטן געטאָ אין ראַדאָם געבראַכט געװאָרן דורך זײַנע עלטערן קײן װאַרשע אין אַ שוצקעלער אויף דער אַרישער זײַט, אַ האַלב יאָר נאָך דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד און האָט דאָרט איבערגעלעבט די מלחמה, זײַענדיק איזאָלירט פֿון דער דרויסנדיקער װעלט. דאָס הײַסט אָבער נישט, אַז אַלע זײַנע טענות קעגן דעם ענג-פּאַרטײיִשן נאַראַטיװ פֿון די אַזוי גערופֿענע "חלוציש- ציוניסטישע" אָרגאַניזאַציעס בראש מיט יצחק צוקערמאַן ("אַנטעק"), צביה לובעטקין און סטעפֿאַן גראַיעק, װעלכע האָבן, מיט דער הילף פֿון דעם היסטאָריקער ישראל גוטמאַן, זיך צוגעאייגנט אין ישׂראל זייער פּאַרטיייִשן מאָנאָפּאָל אויף דעם נאַראַטיװ, אויף װעלכן עס װערן ביז הײַנט צו טאָג דערצויגן די נײַע דורות אין מדינת ישראל. עלי גתּ באַגרינדעט זײַן טעזע אויף דער אומבאַגרינדעטער טענה, אַז די קאַמפֿן האָבן געדויערט בלויז צװײ טעג. דאָס איז נישט אמת. דערוויזענע פֿאַקטן דערצײלן װעגן קאַמפֿן װאָס זײַנען אָנגעגאַנגען — אװדאי נישט אַזוי װי צװישן ענלעכע כוחות!— אין משך פֿון דרײַ װאָכן, ביז דעם 8-טן מאי, װען די דײַטשן האָבן אַנטפּלעקט דעם בונקער פון דער הויפּט-קאָמאַנדע אויף מילע 18 און מרדכי אניעלעװיטש און אַ טײל פֿון זײַנע חברים זײַנען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. דעם 10טן מאַי האָבן מאַרעק עדעלמאַן מיט די לעצטע קעמפֿער פֿאַרלאָזט דורך די קאַנאַליזאַציע-רערן דעם געטאָ.. לויטן באַריכט װעלכן עס האָט איבערגעשיקט קיין בערלין גענ. שטראָפּ, דער קאָמאַנדיר פון די דײַטשע כוחות װאָס זײַנען געשיקט געװאָרן דורכצופֿירן די ענד-ליקװידאַציע פֿון װאַרשעװער געטאָ און האָבן זיך אָנגעטראָפֿן אויף דעם העפֿטיקן װידערשטאַנד פֿון דעם "קליינעם הײַפֿל" ייִדישע יונגעלײַט און מײדלעך, האָט זיך די ליקװידאַציע, מיט דער פֿולער צעשטערונג פֿונעם געטאָ, פֿאַרענדיקט דעם 20-טן מאי. עלי גתּ פֿאַררופֿט זיך אויך אויף דעם זעלבן ראָפּאָרט פֿון דעם דײַטשישן גענעראַל, װעלכער באַריכטעט, אַז 15 דײַטשע סאָלדאַטן זײַנען דערהרגעט געװאָרן אין דעם פֿאַרמעסט מיט די " ייִדישע באַנדעס". ער ציטירט אָבער נישט פֿון דעם באַריכט, אַז 85 סאָלדאַטן זײַנען געװאָרן פֿאַרװוּנדעט, װאָס שטעלט מיט זיך פֿאר אַ קאָלאָסאַלע דערגרייכונג פֿאַר אַזאַ קליינעם הײַפֿל מענטישן, װאָס די צאָל פֿון זײער געװער איז געװען נאָך קלענער פֿון דער צאָל קעמפֿער אין אַזאַ גיגאַנטיש אומגלײַכן פֿאַרמעסט... נישט אייניק זײַנען אויך די ציפֿערן, װאָס װערן אָנגעגעבן דורך די פֿאַרשיידענע קװאַלן װעגן דער צאָל פון די קעמפֿער. פֿאַר עלי גַתּן איז צום מערסטן מאָסגעבנדיק מאַרעק עדעלמאַן, װעלכער האָט אויפֿגעשריבן אין יוני 1943 אַ רשימה פֿון 220 קעמפֿער װאָס ער האָט פּערזענלעך געקענט. װוינענדיק נאָכן אויפֿשטאַנד צוזאַמען מיט אַנטעק צוקערמאַנען און צביה לובעטקין אין אַ באַהעלטעניש אויף קאָמיטעטאָװע 4 אויף דער אַרישער זײַט, האָבן זיי די דאָזיקע רשימה צוזאַמענגעשטעלט פֿון זיכרון, מאַרעק האַט זי איבערגעגעבן ד"ר לעאָן פֿײַנערן, דעם בונדישן אונטער-גרונט-מנהיג אויף דער אַרישער זײַט, און דער האָט עס איבערגעשיקט צו ד"ר שערער אין לאָנדאָן. מיט דער דאָזיקער רשימה האָט זיך באַנוצט אַננאַ גרופּינסקאַ אין איר בוך " Otczytanie Listy "- דאָס אָפּלייענען די רשימה, װעלכע זי ברייטערט אויס אויף 313 און זי איז נאָך װײַט נישט קיין פֿולע, נישט אַרײַננעמענדיק אין איר די נישט באַװוּסטע צאָל נישט אָרגאַניזירטע קעמפֿער און פון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אויסער דער ייִדישער קאַמפֿס-אָרגאַניזאַציע. אין זײער קאַמפּאַניע צו פֿאַרמינערן די ראָל פֿון "בונד" אין דעם אויפֿשטאַנד האָבן די קאַזיאָננע היסטאָריקערס זיך באַנוצט מיט דער טענה, אַז פון די 22 קאַמף-גרופּעס פֿון ייק"א האָט דער "בונד" געהאַט נאָר 4 - פֿארהוילנדיק דעם פֿאַקט, אַז די בונדישע קעמפֿער האָבן געװײנלעך געװוינט מיט זייערע משפּחות, בעת די מערסטע חלוצים האָבן געלעבט אין קיבוצים, באַזונדערס אין די הכשרה-פֿאַרמעס אין גראָכוּװ און אין טשערניאַקאָװ הינטער װאַרשע. בעת דער גרויסער אַקציע פון זומער 1942 זײַנען צענדליקער אַקטיװע בונדיסטן פֿאַרשיקט געװאָרן מיט זײערע משפּחות און אומגעקומען אין טרעבלינקע און מײדאַנעק, בעת צו די חלוצים אין די קיבוצישע פֿאַרמעס אין די פֿאָרשטעט איז די אַקציע נישט דערגאַנגען. אַ סך בונדיסטן זײַנען אויך דערשאָסן געװאָרן דעם 18-טן יאַנואַר 1943 בעת זײַ האָבן זיך אָפּגעזאגט, אויפֿן רוף פֿון דעם יונגן בונדישן קעמפֿער ברוך פּעלץ, אײַנצושטײַגן אין די טראַנספּאָרט-װאַגאָנען. די אַלע פּרטים און ציפערן װעגן דעם דויער און דער צאָל באַטייליקטע אין דעם העראָיִשן פֿאַרמעסט האָבן אָבער נישט קיין שום באַטייט אַנטקעגן דעם אומגעהויערן מוט, װאָס עס האָט זיך פֿאַרלאַנגט כדי אויפֿצוהייבן די פֿאָן פֿון פֿיזישן װידערשטאַנד קעגן אַזאַ כוח און אין אַזעלכע אומשטאַנדן, גײענדיק מיטן פֿולן באַװוּסטזײַן אַנטקעגן דעם זיכערן טויט, אונטער דעם לאָזונג "פֿאַר אונדזער און אײַער פֿרײַהײט" און פֿאַרן כּבוד פֿון ייִדישן פֿאָלק װי די ערשטע פֿון אַלע פֿעלקער אין דער אָקופּירטער אײראָפּע.
|
www.lebnsfragn.com
די װעבזײַט פֿון "לעבנס־פֿראַגן" איז געװאָרן אויפֿגעבויט דורך: WEBstationONE.com
אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דניאל אײַזען
ספּאָנסירט פֿון דעם אַנטװיקלונגס-פֿאָנד פֿאַר אינטערנעט
Internet Development Fund (IDF) געגרינדעט פֿון:
רבֿקה און ראָמאַן װײַספֿעלד-פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור
און דעם פֿאָנד פֿאַר ייִדיש א"נ פֿון מאַיאַ אײַזען